טויזענטער אין קרית יואל בויקאטירן מצה בעקעריי.
טויזנטער פונטן מצות בלייבן שטעקן פאר די חארונישע מצה בעקעריי אין קרית יואל.
זייער פראפעגאנדע מיט די אריזאנא ווייץ האט שטארק בעקפייערט, און די חארונים טענה'ן אז דוד עקלשטיין און זיינע געלט פרעסער זענען מייקרי השער, און טרייבן ארויף די פרייזן אויף די מצות, פיר פאכיג.
עס האלט אזוי ווייט אז די חארונים אין וויליאמבורג קומען אלע קויפן מצות אין די סאטמארער מצה בעקעריי, (די היפאקריטן פארגעסן פאר א מינוט אז ס'איז דאך גע'גנב'ט פון זיי), די חארונים ווייסן אז אמת'דיגע שמירה מצות מיט אלע הידורים קען מען נאר האבן אין די סאטמארער מצה בעקעריי, וואס רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע האט מייסד געווען. זיי פארלאזן זיך גאר ווינציג אויף זייער ראשקעבאהא"ג, ס'איז א בחינה פון "עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה". זיי ווייסן גענוי אז די ווייץ פון זייער ראשקעבאהא"ג איז אפילו אויף חמץ נישט כשר, כלש"כ אויף חג הפסח.
עס איז א דבר ידוע, אז די חארונישע מצה בעקעריי האט ארויפגעטריבן די פרייזן פאר שמירה מצות, מיט אזא מין געלט פרעסעריי און געלט גייציגקייט עד אין לשער. יאר נאר יאר האט עקלשטיין ארויפגעטריבן די פרייזן פון 13 דאלאר א פונט ביז דעם ציפער פון 20 דאלאר א פונט, פאר רעגולער ווייץ, און 23 דאלאר א פונט פאר די אריזאנא מצות, אזוי אז אפילו זייער אייגענע מענטשן קרעכצן און פארפירן אז דאס איז ממש מאפיא ביזנעס.
די עקלשטיין קאמפאני דערזעט זיך יעצט מיט טויזנטער פונטן אומפארקויפט. ער פראבירט צו שטופן יעדן איינעם, אבער ער באקומט קאלטע ענטפערטס.
ליצים זאגן אז ער זאל שיקן זיינע חארונישע מצות קיין אריזאנא, אפשר דארט וועט ער טרעפן בעלאנים... ס'איז דאך אריזאנא ווייץ...
 |
|
|