| נשלח ב-26/3/2007 00:15 |
|
| |
הרב מאנגל געמאפט קיין קרת יואל
פאר די לעצטע בערך 10 יאר הער איך יעדעס יאר אז היי יאר איז דא א מאנגל אין מצות, ס'איז געווארן אזא מנהג ישראל צו ערקלערן א מאנגל אין מצות איך פלעג מיך יעדעס יאר פאר סח אזוי נאך שלענגלען נאך רבי יודל ע"ה און נאכער נאך ר' דוד ראזענבערג אין זיך געבעטן פאר א מצות און איך האב נאר געהערט דעם באקאנטן פזמון אז היי יאר איז דא א מאנגל אין מצות,
למעשה היינט צו טאג בין איך געווען ביי די מצה בעקערי אין קרית יואל און וואס מיינט איר האב איך געהערט היי יאר איז דא א מאנגל אין מצות. איך בעט מיך ביים מנהל פאר 20 פונט מצות אבער איך הער נאר דעם זעלבן פזמון ווייסטו דען נישט אז היי יאר איז דא א מאנגל אין מצות, ער האט מיר געוואלט א טובה טוהן אט ער צוזאם געקראצט 8 פונט און דערלאנגט מיר דאס, איך האב מיך אויפ גערעגט אויף אים און געטענה'ט פארוואס פראדעצירט איר נישט מער מצות, און צו מיינע טענות האב איך געהאט א גאנצע חבריא מיט משוררים א קיימא לן פון אריבער 40 מענטשן וואס האבן פארפירט און געשריגן פארוואס מען פראדעצירט נישט גענוג מצות, איר האט געדארפט העכערן די פראדאקציע מיט כאטשיג 25 פראצענט האט דער עולם פארפירט, ענטפערט דער מנהל מיט א שמייכל, מיר האבן געדאפלט די פראדאקציע פון פאר א יאר און איר זעהט אז ס'איז נישט גענוג.
בדלית ברירה בין איך פון דארט אראפ געפארן קיין וויליאמסבורג צו מיין אלטן ידיד ר' דוד ראזענבערג, און איך חזר מיר שוין דעם ניגון היי יאר איז דא א מאנגל אין מצות, איך קים אן איך שפאציר אריין קומט מיר א קעגן ר' דוד און גיט מיר א ברוך הבא אזוינס און אזעלעכס ווי עס פאסט זיך פאר אזעלעכע אלטע ידידים, פארגעסט נישט אז יעדעס יאר בין איך דאך עם נאך געלאפן פאר עטלעכע שעה און זיך געבעטן פאר מצות, נו, האבן מיר שוין ערווארבן אזא מין פריינדשאפט, ר' דוד פרעגט מיך נו יענקעלע וויפיל מצות דארפסטו היי יאר, מיינע הענט הייבן אן צו ציטערן מיין געזוכט ווערט בלאס און מיט א ציטערדיקע שטומע הייב איך עם אן מסביר זיין אז איך דארף 20 פונט מצות, איך האלט מיר די הענט אויפן פנים זיך געגרייט פאר א געזינטן פסק און זיך גערישט אויפן באקאנטן ניגון, ווייסטו דען נישט אז היי יאר איז דא א מאנגל אין מצות, אבער וואס זאל איך אייך זאגן את אשר יגורתי לא בא, ר' דוד נעמט מיך אריין און שלעפט צוזאם 8 באקסעס פון דריי פונט און גיט מיר דאס אהין, ר' דוד געב איך עם א זאג איך דארף נישט מער פון 20 פונט, דאנט ווארי זאגט ער מיר, איך וועל דיר נישט רעכענען נאר פאר 20 פונט, אבער בעט איך מיך צו עם אז אפילו פאר די 20 פונט האב איך געוואלט בעטן א הנחה ווייל פרנסה איז לעצטענס גאנץ שוואך און מיין לענדלארד האט מיר דזשאסט געהעכערט דעם רענט, און די פרייז פון היטינג דארף איך אייך דאך נישט זאגן, סא, ר' דוד האלטס אייך די איבעריגע 4 פונט און גיט מיר זייטץ אזוי גיט עפעס א הנחה אויף די מצות,
וואס זאל איך אייך זאגן, ר' דוד דעלאנגט מיר דעם חשבון פאר 20 פונט מצות מיט א דיסקאנט פון גאנצע 25% , און זאגטס פאר קיינעם נישט אויס, ער האט מיר נאך צו געשטעלט אויסער די עקסטערע 4 פונט מצות 2 פונט מצה מעהל, דאס איז פאר אחרון של פסח זאגט ער מיר מיט א זיס שמייכל, א זיס לעבן אויף אייך רבי דוד, געבענטשט זאלט איר זיין, און געבענטשט זאלן זיין די אריזאנא ווייץ וואס א דאנק זיי האב איך און נאך צענדליגע אדער גאר הונדערטער אידן מצות חצי בחינם.
אלזא מאנגל האט געמאפט קיין קרית יואל...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2007 06:53 |
|
| |
גיי אריין צו הצלחה גראסרי אדער צו שווארטץ גראסרי קענסטו קויפן וויליאמסבורג מצות וויפיל די ווילסט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 17:08 |
|
| |
איר אלע מאכט זיך נאריש.
ס'איז באמת דא היי יאר א געוואלדיגער מאנגל אין מצות אין אלע היימישע מצה בעקערייען, ווייל ס'זענען געווען פראבלעמען מיט עטליכע ווייץ פעלדער פון וואו מ'נעמט אלע יארן ווייץ (ווען נישט די אריזאנע ווייץ וואלט דער קריזיס געווען פיל ערגער).
סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין קרית יואל איז שוין כמעט נישט מעגליך צו באקומען קיין מצה. אפילו ווער ס'האט באשטעלט פון פאראויס האט פראבלעמען צו באקומען וויפיל ער האט באשטעלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 14:04 |
|
| |
יענקעלע,
אפשר קענסטו מיר פארקויפן דיינע איבעריגע 4 פונט, ווייל מיין מצה סוחר האט מיר נישט געוואלט פארקויפן מער ווי 15 פונט פון די וויליאמסבורג מצות, ער האט געטענהט אז די וויליאמסבורג מצה בעקעריי איז ליידיג, עס איז נישט דא קיין מצות, ער האט האט מיר צו סוף געגיבן פון די קרית יואל מצות וואס ער האט איבער גענוג, זיי האבן אים שטארק איבערגעשיקט.
תוקן על ידי געדאנקען ב- 27/03/2007 14:06:08
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 03:30 |
|
| |
יענקעלע
אפשר מעג איך וויסן ביי וועלכן ר' דוד ראזענבערג ער אזי געווען? אדרבה, דו ביזט געווען פאריגע וואך און מען האט זיך ממש געריסן פאר מצות!
נישט ווייניג חרוונים זענעןג עשטאנען כעני בפתח און געהאפט צו קענען קויפן פון די מצות וואס דער ראשקעבעהאג האט געזאגט אז "לבי נקפו" איבער די מצות...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/3/2007 21:04 |
|
| |
אנטשולדיגט יענקעלע11
אזוי ווי "העטעךפעטעך" האט שוין פאראויסגעזאגט, ווען מען שרייבט ליגענט בלייבט עס קיינמאל נישט אומבארירט, נישט קיין חילוק דורך וועמען.
גראדע האב איך נעכטען ארייגעסטאפט אין די וויליאמבורגע מצה בעקעריי, און שוין ארייגייענדיג האב איך באמערקט רויטע שרייענדיגע שילדען וואס מעלדן אז "ביטע נישט קלאפן, ווייל מיר האבן שוין נישט קיין מצות", איך האב אבער געטראכט ביי מיר, אז זיכער איז עס אן אלטע צעטל, און נישט מיר מיינט מען דא.
שפאן איך אריין מיט א געשווינדקייט אין בעקעריי, און פלוצים אנטפלעקט זיך פאר מיינע אויגן א אינטערסאנטע בילד, צענדעליגע מענטשען שטייען אין א ליניע, און זענען ממש גרייט אויפצועסן יעדעס שטיקל מצה וואס מען ברענגט ארויס פון אויווען, דעריבער זעהענדיג אזויפיל מענטשען ווארטן האב איך מיר זיך צוגעשטעלט צו זיי ווארטענדיג צו באקומען מינימום 9-10 פונט מצות, אבער נאכן ווארטענדיג איבער א האלבע שעה און נישט האבענדיג אפילו איין מצה, וויבאלד מען האט אלעס גלייך פארטיילט פאר פון פאראויס באשטימטע איינגעשריבענע מענטשען, בין איך צוגעגאנגען צו ר' דוד'ן פרעגו וואס גייט דא פאר, זאגט ער מיר מיט א קרעכץ: "יא, וואס זאל איך דיר זאגן, עס הערשט גאר א גרויסע מאנגל אין די מצות היי יאר, ממש שרעקליך, אז דו ווילסט קען איך דיר אויפשרייבען אויף סוף וואך", וכך הוה איך האב מיר איינגעשריבען צו באמקומען 10 פונט מצות דאנערשטאג 5:00 נאמכיטאג, און איך האף און בין מתפלל צום אויבערשטען אז כאטש דעמאלטס זאל איך באקומען מצות אויף פסח, און נישט דארפן ווארטען נאכמאמאל א האלבע שעה אדער מער (אזוי ווי איך האב נעכטן צוגעזעהן ביי די איינגעשריבענע פון פאראויס)
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/3/2007 15:16 |
|
| |
יענקעלע אזוי ווי אייביג
אבער ריש דיך באלד צו באקומען א הייס טעפעל קיתון של שופכין פון מר. יודעלע שחמט וכו'...
אין אן אנדערען אשכול פראבירט ער נעבעך פארצווייפלטערהייט אראפ צומאלען ווי כאילו דער מצה בעקערי אין קרית יואל איז סטאק מיט מצות נעבעך נעבעך, אין ווי גוט די וומסער מצה בעקעריי גייט, די אריזאנע ווייץ האט געמאכט א מהפכה אינעם עולם התורה היהדות ווי עס איז נאר דא אן ערליכער יוד איז ער מהדר צו נעמען דייקא אט די ווייץ, אין דאס קרענקט דעם נעבאכדיגן מרהשחורהדיגן זאלי... אזוי קוקט מען אויס ווען מען לעבט אין עולם הדמיון...
|
|
|
|
|