איך האב אמאל געטיען אין א MLM ווי איך האב זייער שיין פארדינט, איך האב עס אפגעלאזט ווען מענטשן האבן מיר נאכגעשרוגען אין גאס אז איך בין א גנב, און איך האב איינגעזעין אז עס איז נישט פאר יעדעם, און עס איז נישט קיין כשר'ע געלטער,
איך האב עס אפגעלאזט און איך בין אריין און א אנדערע ביזנעס וואס האט אויך צו טיען מיט סעילס און ב"ה איך בין זייער צופרידן
אויב האלט איר אז איר טויגט צו זיין א סעילסמאן איז דא בעסערע זאכן ווי MLM אויב ווילט איר מער דיטעילס לאזטס מיר א מעסידזש אין אישית און איך וועל אייך געבען א ליסט פון אויסגעהאלטענע זאכן וואס מען פארדינט עני טיים אזוי שיין פון MLM און אפשר נאך שענער
איך האב געטיען מיינס יעצט לאז איך עס איבער פאר ענק.
קרעדיט פורום: אבי מ'לעבט
תוקן על ידי jewboy ב- 26/03/2007 14:04:10
נשלח ב-27/3/2007 19:51
די צרה איז אז די פרישע חברה מיינען אלעמאל אז זיי גייען שנעל נתעשר ווערן, און וויפיל די פרובירסט זיי צו מסיבר זיין אז מען קען קיין געלט נישט מאכען רעדסטו צו די וואנט.
מאלטי לעוול וועט אלעמאל טרעפן פרישע קרבנות,
פארגעסט נישט a new sucker is born every minute
נשלח ב-27/3/2007 04:10
יא דיפלאמאט דאס האט צו טיען מיט א טלפון קאמפעני, ליין גוט א דורך די לינק וואס איך האב ארויפגעלייגט פריער וועסטו פארשטיין פארוואס עס איז כמעט נישט מעגליך צו מאכן קיין געלט פון דעים. איך האב באקומען און אישית פון צוויי אנדערע ניקס וואס האבן מיר געשריבן אז זיי זענען שוין מיט די קאמפעני א פאר חודשים און זיי האבן שוין אויפגעסיינט מענטשן פאר $499 און אויפגסיינט מענטשן פאר טלפון ליינס און זיי האבן נאך אלץ נישט צוריק געמאכט זייערע געלטער, היוצא לנו מזה אז כדי מען זאל צוריק מאכן די געלט וואס מען האט אריין געלייגט דארפן א שיינע פאר נייע מעמבערס פארלירן געלט ווייל זיי דארפן זיך אויפסיינען פאר $499 און כדי די נייע מעמבערס זאלן צוריק מאכן געלט דארפן נאך א פאר נייע מעמבערס פארלירן געלט ווייל זיי גייט עס אויך קאסטן $499 בקיצור די קאמפעני איז געבעסט אויף אויסצונארן מענטשן צו פארלירן געלט, חוץ וואס מען דארף סיינען קאנטראקט אז מען גייט נוצן זייער טלפון סערוויס פאר א יאר צייט, און אויב קענסעלט מען עס אין די יאר דארף מען צאלן א פענעלטי. און דאס דארף מען אויך וויסן אז זייער סערוויס איז נישט די ביליגסטע איך בין געזעצן ביי איינע פון די מיטונגס נעכטן און איך האב אנגעהויבן פרעגן שאלות, ווי אזוי עס איז מעגליך צו מאכן די געלט וואס זיי זאגן צו, זיי האבן זיך ארויס געדרייט מיט תירוצים מיר נישט צו ענטפערן. ווען זיי האבן געזעין אז איך מיין עס ערענסט און איך האב אנגעהויבן פרעיגן איין שאלה נאך די אנדערע, האט מיר איינער ארויס גערופן פונעם צומער און מיר געזאגט אז ער גייט מיר מסביר זיין ווי אזוי עס ארבעט, איך בין ארויס מיט אים, איך פרעיג אים ווי לאנג טיט איר עס? זאגט ער מיר אז ער טיט עס שוין פאר 4 חודשים, פעיג איך אים וויפל ער האט שוין געמאכט פון די ביזנעס? זאגט ער מיר אז ער האט ביזדערווייל נאך נישט געמאכט פון דעים אפילו נישט א פעני. האב איך אים געפרעגט צו ער קען מיר מסביר זיין פונקטליך ווי אזוי עס ארבעט? האט ער מיר געזאגט איך וועל דיר זאגן די אמת אז איך ווייס אויך נישט ווי אזוי עס ארבעט, וואס? פרעיג איך אים די האסט זיך אויפגעסיינט פאר $499 און די ביסט שוין און דעים 4 חודשים און די ווייסט נישט אפילו ווי אזוי די געלט גייט אנקומען צו דיר? בין איך צוגעגאנגען צו נאך איינעם און געפרעגט די זעלבע שאלות וואס איך האב געפרעיגט די ערשטע, און איינס ביי איינס האט מיר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, יא די מעמבערס וואס ACN האט זיי פארכאפט און נעץ אריין זענען איינס ביי איינס נישט צו קלוגע מענטשען אז זיי האבן זיך געקענט אויפסיינען אויף א זאך וואס זיי האבן נישט פארשטאנען אויף וואס זיי סיינען זיך ארויף אויב ווילט איר באמת פונקטליך וויסן פארוואס עס איז זייער זייער שווער צו מאכן דארט א פאר דאלער ליננטס די לינק און איבערצייגט אייך http://users.tns.net/%7Empat/scam/