דער גרויסער הגרז"ל איז אויסגעקליבן געווארן פון די גרעסטע אידישע רע-בנים און אקטיארן, און שוי שפילער, דורך SONY פיקטשערס און אנדערע האליוואוד תועבה פירמעס.
דער סאטמארער מהרז"ל איז ליידער אויסגעקומען נומער 15. א גרויסע בושה פאר אן אייניקל פונעם עצי חיים בן אחר בן. אבער דאך א שטיקעל כבוד פאר די "החזרת עטרה ליושנה" קאמפאני.
די ערשטע אויף די ליסטע זענען עטליכע קאנסערוואטיווען און רעפארמער און עטליכע מאדערן ארטאדאקס רע-בנים.... און אונזער הייליגער, איז נאך אלץ העכער מיט נארמאן לאם, דער פראפעסאר פון יעשיווא יוניווערסיטי... א נידערלאגע פאר די רעפארמער...
עס איז צום האפען אז אונזער מהרז"ל וועט נישט אנטוישן זיינע כאסידים, און וועט לכבוד פעסאווער, מאכן א שיינעם אקט ביי די SEDER NIGHT, אז ניוזוויק און די פיפעל מאגאזין זאל זיך באלעקן די פינגער.
שא... זיי נישט קיין אויבער-חאכעם !. זיי נישט קליגער פונעם בית דין הגדול אויף קיעפ סטריט... אויב עס איז גוט פאר זיי. ווער ביסטו צו רעדן א ווארט????
Each year on YomKippur, Lustig has an audience that even the president of the United Stateswould envy. He is the rabbi of Washington Hebrew Congregation, the largestcongregation in Washington, D.C.
11.Peter J. Rubinstein (Reform)
Rubinstein is thespiritual leader of New York's Central Synagogue.
12. Eric Yoffie (Reform)
Yoffie is thepresident of the Union of Reform Judaism.
13. Harold M. Schulweis (Conservative)
Schulweis isconsidered the leading Conservative rabbi of his generation.
14. Saul J. Berman (Orthodox)
Berman isconsidered one of the most forward thinking Jewish scholars of his generation.
15. Zalman Teitelbaum (Hasidim)
Teitelbaum is thenew leader of the Satmar Hasidic community in Williamsburg.
16. David Saperstein (Reform)
10. M. Bruce Lustig (Reform)
Each year on YomKippur, Lustig has an audience that even the president of the United Stateswould envy. He is the rabbi of Washington Hebrew Congregation, the largestcongregation in Washington, D.C.
11.Peter J. Rubinstein (Reform)
Rubinstein is thespiritual leader of New York's Central Synagogue.
12. Eric Yoffie (Reform)
Yoffie is thepresident of the Union of Reform Judaism.
13. Harold M. Schulweis (Conservative)
Schulweis isconsidered the leading Conservative rabbi of his generation.
14. Saul J. Berman (Orthodox)
Berman isconsidered one of the most forward thinking Jewish scholars of his generation.
15. Zalman Teitelbaum (Hasidim)
Teitelbaum is thenew leader of the Satmar Hasidic community in Williamsburg.
16. David Saperstein (Reform)
10 = רעפארם
11 = רעפארם
12 = רעפארם
13 = קאנסערוואטיוו
14 = ארטאדאקס (פארגעשריטן)
15 = חסידים... בעל נועם המידות
16 = רעפארם
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 28/03/2007 18:30:30
נשלח ב-16/4/2007 20:20
לשונו של אלגעמיינער זשורנאל:
דער פּראָמינענטער וועכנטלעכער צייטשריפט ''ניוזוויק'' האָט אויף זייער וועבזייטל די וואָך אַרויסגעגעבן אַ ליסטע פון 50 פּראָמינענסטע רבנים אין דער היינטיקער אַמעריקע. זאָל זיי זיין צוגעזונט. איך האָב אָבער אַ גרויסן ספק צי דער ''נודע ביהודה'' אָדער דער ''שאגת אריה'' וואָלטן אין זייער צייט אַריינגערעכנט געוואָרן אין דער ליסטע. נאָך אַלעם, איז רבי יחזקאל לאַנדאָ נישט געווען ''נודע בגויים'', ער איז נישט געווען באַפריינדעט מיט האָליוואוד סעלעבריטיס; ער איז געווען בלויז נודע ביהודה, באַוואוסט צווישן אידן, וועלכע האָבן געוואוסט אַז די אייבקייט פון אידן און אידישקייט וועט פאַרזיכערט ווערן דורך אַ בלאַט גמרא, אַ מיטוואָכדיקן מעריב און אַ קאַפּיטל תהלים, נישט דורך באַמבאַסטישע דערקלערונגען וועגן וועלט פּאָליטיק.
מיין כוונה דאָ איז נישט צו חלילה קריטיקירן די חשובע רבנים (כאָטש אַז מיר דוכט זיך אַז אַ טייל פון זיי, במחילה, ווייסן נישט וויפל טיילן עס זיינען דאָ אין דעם שולחן ערוך). כ'ציל בלויז צו אַרויסברענגען דעם פּונקט אַז דער נצחון אָדער פאַרלוסט פון אונדזער צוקונפט וועט באַשטימט ווערן נישט אין דער פּרעסע און אויף דער טעלעוויזיע, נאָר אין אונדזערע היימען און משפּחה אומגעבונגען.
נשלח ב-28/3/2007 17:19
זשוליאני אלעס ווענט זיך אין אפאר דאלער. וועלן מיר זען אויב אין קאורט אוו אפיעלס וועלן זיי קענען מאכן די זעלבע חכמה.
אין א ארענטליכע קאורט האט פאקטן און פאפירן א ווערד.
אין א קארופטירטע קאורט האט שוחד דאס לעצטע ווארט.
נשלח ב-28/3/2007 14:48
natrul, יעצט איינמאל בין איך מיט דיר.
אין מיינע אויגן, און די אויגן פון יעדן ערליכן אומפארטייאישן איד, איז עס א גרויסע שאנדע אז די יעניגע רעפארמער זאלן 'אנערקענען' די 'גרויסקייט' פון רז"ל, וואס קוקנדיג אויף די אנדערע אין די ליסטע ווערט שווארץ פאר די אויגן וואספארא 'גרויסקייט' זיי האבן שוין געקענט אין אים טרעפן...
עס איז גוט באקאנט דאס ווארט וואס רבוה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע פלעגן כסדר נאכזאגן פון טשעטשניווער רב אז דעם טאג וואס מען האקט נישט קעגן אים אין די צייטונגען דארף ער מהרהר זיין בתשובה. דער רבי פלעגט ענדיגן מיט א שמייכל אז די צייטונגען האבן אים אזוי פיינט אז זיי לאזן אים קיינמאל נישט מהרהר זיין בתשובה... און דאס איז כסדר געווען סאטמאר'ס שטאלץ אז מיר זענען אפגעפרעגט אין די גאס.
אבער למעשה אין די גוי'אישע וועלט וועט מען מסתמא זיך יא רעכענען מיט די ליסטע. און דאס איז די איינציגע זאך וואס אינטערעסירט פאר איהם און זיינע חברה, צו האבן איינפלוס אין די גוי'אישע גאס. נישט בלויז דאדורך צו געווינען אין געריכט - וואס דער מציאות האט באוויזן אז נאר אדאנק זייער כסדר'דיגער PR האבן זיי באוויזן צו געווינען אזא שוואכע קעיס, נאר אויך צו פרובירן שטערן און לייגן שטיינער אויף יעדן טריט און שריט פאר דעם בלי און וואוקס פון די סאטמארע קהילה אין וויליאמסבורג - וואו זיי האבן געהאט ווייניגער הצלחה אבער אויך אפגעהאלטן באדייטנדע סוקסעסן.
ביי מיר איז נישט קיין ספק אז די גאנצע ליסטע, און איהם אריינלייגן אזוי הויך, איז א בלויזער שפיל פון די זאליס געניטע מידיא ראטגעבער, אין בעפארברייטונג צום אפעלאט געריכט.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 28/03/2007 17:35:54
שטותים און הבלים.
די גאנצע ליסטע איז א בזיון נורא פאר א חסידישן איד. ווער מאכט די ליסטע, ווער איז אויף די ליסטע, און וואסערע קרעדענשאלס דארף מען האבן צו זיין אויף די ליסטע.
פון די גאנצע ליסטע זעה איך נאר קרינסקי וואס איז א שומר תומ"צ. אלע איבריגע זענען פולנע רעפארמער אדער רעקאנסטראקשאניסט און קאנסערווארטיוון.
רב לכם זאלי קאמפאני.
יעצט איז די עטרה שוין פולקאם צוריק צו יושנה !
נשלח ב-27/3/2007 07:15
לאמיר זיך נישט נאריש מאכן. ס'איז קלאר אז דאס איז א זיג פאר די זאליס אין זייער PR קאמפיין מיט וואס זיי גייען שוין אן אזויפיל יאר מיט היפשער סוקסעס - און נאר אדאנק דעם קאמפיין האבן זיי מצליח געווען אנצוקומען ביז אהער אין דעם קארופטירטן געריכטליכן סיסטעם וואו PR מאכט זייער אסאך אויס.
פון די אנדערע זייט איז אויך קלאר אז ס'איז א שטארקער תעודת עניות פאר די זאלי קאמפאני, מיט רז"ל אין שפיץ, צו וועלכע נידריגע טאקטיקן זיי דארפן זיך אראפלאזן צו באקומען אביסעלע פובליסיטי, און ווי ליידיג זייער וואגן איז.
סתם פאר אינטערעסאנטקייט האב איך באטראכט די פונקטן אויף וועלכן די יעניגע "נייטראלע" אבזערווירער האבן באזירט זייער באשלוס (דער געלט פאקטאר איז עפעס ארויסגעפאלן...), און איך וועל עס דא אראפברענגען פשוט אז מ'זאל זיך איבערצייגן מיט די אייגענע אויגן אז די גאנצע זאך איז א שפיל צוגעגרייט פון פאראויס דורך "עמיצן" (און וואס האט לדעתי אסאך שייכות מיט דעם אורטייל פון אפעלאט אפטיילונג די פארגאנגענע וואך!)
1) זענען די רבנים באקאנט נאציאנאל/אינטערנאציאנאל? (20 פונקטן)
2) פארמאגן זיי א מידיא רעפרעזענטאציע? (10 פונקטן)
3) זענען זיי פירער אין זייערע געמיינדעס? (10 פונקטן)
6) האבן זיי פאליטישער/סאציאלער איינפלוס? (20 פונקטן)
7) האבן זיי איבערגעלאזט אן אימפאקט (וואס איז דאס...?) אויף אידישקייט אין זייער קאריערע? (10 פונקטן)
8) האבן זיי געמאכט א דרויסנדיגן אימפאקט? (10 פונקטן)
אן אריינגיין אין וואס (און ווער...) האט אפגעמאכט וועלכער פונקט טרעפט זיין וועג אין די ליסטע [מ'קען זיך פארשטעלן וויאזוי די ליסטע וואלט אויסגעקוקט ווען תורה און יראת שמים וואלטן דא געווען פאקטארן...], אבער אפילו נאכן אננעמען זייערע פונקטן, וואלט לויט מיין פשוט'ער חשבון ר' זלמן נישט דערגרייכט מער ווי זעכציג פראצענט. ווייט נישט גענוג צו באקומען אזא הויכן ארט אין די - לויט זיי - חשוב'ע ליסטע.
מילא אויב "פארמאגן א מידיא רעפרעזענטאציע" וואלט געגעבן 40 פונקטן וואלט רז"ל געווינען מיט א לענדסלייד. אבער למעשה פארשטייען אפילו די יעניגע אויך אז דאס געט נישט מער ווי צען פונקטן... בלייבן מיר מיט דעם לאך (וואס מ'קען גאנץ רואיג אננעמען אז ס'איז 'אנגעפולט' געווארן מיט גוטע סחורה... עובר לסוחר...).
נשלח ב-27/3/2007 03:08
שחמט איז כשר גערעכט
נשלח ב-27/3/2007 02:13
נישט צום גלייבן וואס איין ארטיקל האט ארויס געברענגט די ארונים פין די כלים, יא רבי זלמן לייב שליט"א איז פון די 15 מערסטע איינפלוסרייכע רבנים אין גאנץ אמעריקא אפילו די ארונים האלטן דאס נישט אוס, אין נאכאמאל זייער עדות איז נישט אז ער איז דער גרעסטער רבי אויף די וועלט ווייל אויף דעם האמיר שוין די עדות פון ירשלימער רב שליט"א ווי ער שרייבט אויף עם רבן של אלפי אלפים וריבא רבבות חסידי סאטמאר, מיר דארפן נישט פין זיי קיין עדות אז ער איז א גאון ווייל אויף דעם האבן מיר שוין די עדות פין ר' אהרן ביי די בר מצוה אין ירושלים, מיר דארפן נישט די עדות אז ער איז א צדיק ובעל מידות ווייל זיין טאטע דער ברך משה זצ"ל האט דאס כסדר געזאגט, דא איז די רעדע פין איינפלוס אין ביי דעם זענען די גויים די גרעסטע מבינים אין דאס שרייבן זיי אין די ארונים האלטן דאס נישט אוס, איבערהופט אז ר' אהרן איז בכלל נישט אויף די ליסט, ארונים, ווער האט גערימט ענקער רבי ר' אהרן, קיינער אויסער רב וואזנער וואס רימט יעדן איינעם לאמיר זען דער ירושלימער רב זאל זאגן עפעס א גיט ווארט אויף אייער רבי, לאמיר זען וויזניצער רבי פין מאנסי שליט"א זאל זאגן עפעס א גיט ווארט אויף עם, צי סקולענער רבי אדער קאשויער רב צי רבי אברהם לייטנער צי רבי לייביש ליזער לאמיר זען איינער זאל עפעס זאגן א גיט ווארט אויף ענקער רבי,
נשלח ב-27/3/2007 01:23
שחמט מיר טאנצען נישט ווייל ר אהרן איז נישט אויסגערעכענט אפילו אויף דעם 50סטע פלאץ ביי די קאנזערוואטיווע אין ציוניסטען פינקט אזוי ווי איך טאנץ נישט אז דער סקאלענער רבי ר יוסף חיים גרינוואלד טאשער רבי אין אנדערע צדיקים זענען אויך נישט אין דעם ליסטע
מיר טאנצען פאר שמחה ווייל זיי האבען קאנפירמד וואס אינז שרייען שוין לאנג אז די פרייע ווילען ענדערשט ה'גזל זאל זיין רבי אין מיר געפעלט בעסער די דרשה פין הרב וואזנער וואס האט מסביר געווען פארוואס עס קימט זיך כתר מלוכה פאר ר אהרן אזוי ווי ביי מרדכי הצדיק
איך געדענק נאך גיט וויאזוי עטץ האטס דעמאלס געשפרינגען
אין הרב וואזנער איז נאך אזא תלמוד חכם אין מבין ווי דיין סיין בי"ד, וואס די איינציגע זאך וואס זיי טיען איז מוחה זיין אז איינער רירט ח"ו אהן דעם כבוד פין איינע פין זיי
נשלח ב-27/3/2007 00:57
Sachmt so you agree that the 14 other reform rabbis
know better tora then your rabbi (sorry i forgot
you are natural!) thats why they are higher on the
list?