בית פורומים כל העולם כולו

רז"ל פאפולערער ראביי , דורך SONY

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2007 07:15 לינק ישיר 

לאמיר זיך נישט נאריש מאכן. ס'איז קלאר אז דאס איז א זיג פאר די זאליס אין זייער PR קאמפיין מיט וואס זיי גייען שוין אן אזויפיל יאר מיט היפשער סוקסעס - און נאר אדאנק דעם קאמפיין האבן זיי מצליח געווען אנצוקומען ביז אהער אין דעם קארופטירטן געריכטליכן סיסטעם וואו PR מאכט זייער אסאך אויס.

פון די אנדערע זייט איז אויך קלאר אז ס'איז א שטארקער תעודת עניות פאר די זאלי קאמפאני, מיט רז"ל אין שפיץ, צו וועלכע נידריגע טאקטיקן זיי דארפן זיך אראפלאזן צו באקומען אביסעלע פובליסיטי, און ווי ליידיג זייער וואגן איז.

סתם פאר אינטערעסאנטקייט האב איך באטראכט די פונקטן אויף וועלכן די יעניגע "נייטראלע" אבזערווירער האבן באזירט זייער באשלוס (דער געלט פאקטאר איז עפעס ארויסגעפאלן...), און איך וועל עס דא אראפברענגען פשוט אז מ'זאל זיך איבערצייגן מיט די אייגענע אויגן אז די גאנצע זאך איז א שפיל צוגעגרייט פון פאראויס דורך "עמיצן" (און וואס האט לדעתי אסאך שייכות מיט דעם אורטייל פון אפעלאט אפטיילונג די פארגאנגענע וואך!)

1) זענען די רבנים באקאנט נאציאנאל/אינטערנאציאנאל? (20 פונקטן)

2) פארמאגן זיי א מידיא רעפרעזענטאציע? (10 פונקטן)

3) זענען זיי פירער אין זייערע געמיינדעס? (10 פונקטן)

4) זענען זיי אנגענומען ווי פירער צווישן אידן? (10 פונקטן)

5) גרויסקייט פון זייער פארטרעטערשאפט? (10 פונקטן)

6) האבן זיי פאליטישער/סאציאלער איינפלוס? (20 פונקטן)

7) האבן זיי איבערגעלאזט אן אימפאקט (וואס איז דאס...?) אויף אידישקייט אין זייער קאריערע? (10 פונקטן)

8) האבן זיי געמאכט א דרויסנדיגן אימפאקט? (10 פונקטן)

אן אריינגיין אין וואס (און ווער...) האט אפגעמאכט וועלכער פונקט טרעפט זיין וועג אין די ליסטע [מ'קען זיך פארשטעלן וויאזוי די ליסטע וואלט אויסגעקוקט ווען תורה און יראת שמים וואלטן דא געווען פאקטארן...], אבער אפילו נאכן אננעמען זייערע פונקטן, וואלט לויט מיין פשוט'ער חשבון ר' זלמן נישט דערגרייכט מער ווי זעכציג פראצענט. ווייט נישט גענוג צו באקומען אזא הויכן ארט אין די - לויט זיי - חשוב'ע ליסטע.

מילא אויב "פארמאגן א מידיא רעפרעזענטאציע" וואלט געגעבן 40 פונקטן וואלט רז"ל געווינען מיט א לענדסלייד. אבער למעשה פארשטייען אפילו די יעניגע אויך אז דאס געט נישט מער ווי צען פונקטן... בלייבן מיר מיט דעם לאך (וואס מ'קען גאנץ רואיג אננעמען אז ס'איז 'אנגעפולט' געווארן מיט גוטע סחורה... עובר לסוחר...).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2007 17:29 לינק ישיר 

שטותים און הבלים.
די גאנצע ליסטע איז א בזיון נורא פאר א חסידישן איד. ווער מאכט די ליסטע, ווער איז אויף די ליסטע, און וואסערע קרעדענשאלס דארף מען האבן צו זיין אויף די ליסטע.

פון די גאנצע ליסטע זעה איך נאר קרינסקי וואס איז א שומר תומ"צ. אלע איבריגע זענען פולנע רעפארמער אדער רעקאנסטראקשאניסט און קאנסערווארטיוון.

רב לכם זאלי קאמפאני.
יעצט איז די עטרה שוין פולקאם צוריק צו יושנה !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2007 18:04 לינק ישיר 

למעשה זאי'ס א מוראדיגע זאך פאר ר'ז''ל. קענסט שרייעןר רעקאנסטראקשאניסט, רעפארם און קאנסערווארטיוון. למעשה גייען דאס איבער 4 מיליאן מענטשען וואס ליינען ניסוויק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2007 19:16 לינק ישיר 

natrul,
די ליסטע איז נאר אויף זייער וועבסייט און נישט אינעם געדריקטען מאגאזין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2007 19:41 לינק ישיר 

ווער פארגינט אים נישט?

דו טראכסט אז סאטמאר פארגינט איהם נישט אז דער פויבסט זאל אים דערמאנען ביים גרויסן MASS, ווען ער פראווט יאשקע'ס פגירה צערעמאניע.. אפילו ער וועט האבן פובליסיטי פאר א בּיליאן מענטשן (מיט א בּ).

ווי לאנג הרב וואזנער שליט"א וועט אים נישט דערמאנען... ארט מיך גאנץ קנאפ.

תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 27/03/2007 20:46:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2007 01:49 לינק ישיר 

זיי נישט סאפרייזד זיי האבען שוין געארבעט אויף הרב וואזנער נאר ער איז נישט ווי די היינטיגע, וואס פאר חניפה אין כבוד וועלען זיי ;;;;;;;;;;;;;;;;


מיין מיינונג איז אז ווען רבינו יואל זי"ע וואלט געלעבט וואלט ער אויך נישט געהאט די זכיה צי ווערען דערמאנט פין די אינפלאענשעל רבנים אזוי ווי מהרז"ל שליט"א



תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 28/03/2007 17:32:52

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2007 07:23 לינק ישיר 

אלס אידישקייט ביזטו גערעכט. אבער פאלטישווייז איז זייער שטארק פאר רז'ל, אזא פראפעשנאל מאגזין ווי ניסוויק קרוינט עיהם נאמבער 15. און ר' אהרן בכלל נישט איז בכלל נישט גיט. פאליטשאנ'ס וכדומה גייען שטערקער נאכגיין רז''ל. אז זאלונים קענען ווייזען פאר יעדעם די ליסטע איז עס א BOOST פאר זיי. ביזט גערעכט דא אויף היידפארק מיינט עס גארנישט. אבער פאלטישווייס איז עס שוין איינמאל גיט


פאראכטן צוליב א שווערע טעות הדפוס. תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 28/03/2007 17:34:15

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2007 14:48 לינק ישיר 

natrul, יעצט איינמאל בין איך מיט דיר.

אין מיינע אויגן, און די אויגן פון יעדן ערליכן אומפארטייאישן איד, איז עס א גרויסע שאנדע אז די יעניגע רעפארמער זאלן 'אנערקענען' די 'גרויסקייט' פון רז"ל, וואס קוקנדיג אויף די אנדערע אין די ליסטע ווערט שווארץ פאר די אויגן וואספארא 'גרויסקייט' זיי האבן שוין געקענט אין אים טרעפן...

עס איז גוט באקאנט דאס ווארט וואס רבוה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע פלעגן כסדר נאכזאגן פון טשעטשניווער רב אז דעם טאג וואס מען האקט נישט קעגן אים אין די צייטונגען דארף ער מהרהר זיין בתשובה. דער רבי פלעגט ענדיגן מיט א שמייכל אז די צייטונגען האבן אים אזוי פיינט אז זיי לאזן אים קיינמאל נישט מהרהר זיין בתשובה... און דאס איז כסדר געווען סאטמאר'ס שטאלץ אז מיר זענען אפגעפרעגט אין די גאס.

אבער למעשה אין די גוי'אישע וועלט וועט מען מסתמא זיך יא רעכענען מיט די ליסטע. און דאס איז די איינציגע זאך וואס אינטערעסירט פאר איהם און זיינע חברה, צו האבן איינפלוס אין די גוי'אישע גאס. נישט בלויז דאדורך צו געווינען אין געריכט - וואס דער מציאות האט באוויזן אז נאר אדאנק זייער כסדר'דיגער PR האבן זיי באוויזן צו געווינען אזא שוואכע קעיס, נאר אויך צו פרובירן שטערן און לייגן שטיינער אויף יעדן טריט און שריט פאר דעם בלי און וואוקס פון די סאטמארע קהילה אין וויליאמסבורג - וואו זיי האבן געהאט ווייניגער הצלחה אבער אויך אפגעהאלטן באדייטנדע סוקסעסן.

ביי מיר איז נישט קיין ספק אז די גאנצע ליסטע, און איהם אריינלייגן אזוי הויך, איז א בלויזער שפיל פון די זאליס געניטע מידיא ראטגעבער, אין בעפארברייטונג צום אפעלאט געריכט. תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 28/03/2007 17:35:54

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2007 16:54 לינק ישיר 

קליינע יונגלעך רעדן אזויפיל שטותים.
POWER, קאורט, אפעלאט... שטותים און הבלים וואס מאכט איינעם גרילצן.
ס'האט קיין שום עפעקט נישט, גראונד זיראו.

אין א ארענטליכע קאורט האט פאקטן און פאפירן א ווערד.
אין א קארופטירטע קאורט האט שוחד דאס לעצטע ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2007 17:19 לינק ישיר 

זשוליאני
אלעס ווענט זיך אין אפאר דאלער. וועלן מיר זען אויב אין קאורט אוו אפיעלס וועלן זיי קענען מאכן די זעלבע חכמה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/4/2007 20:20 לינק ישיר 

 

לשונו של אלגעמיינער זשורנאל:

דער פּראָמינענטער וועכנטלעכער צייטשריפט ''ניוזוויק'' האָט אויף זייער וועבזייטל די וואָך אַרויסגעגעבן אַ ליסטע פון 50 פּראָמינענסטע רבנים אין דער היינטיקער אַמעריקע. זאָל זיי זיין צוגעזונט. איך האָב אָבער אַ גרויסן ספק צי דער ''נודע ביהודה'' אָדער דער ''שאגת אריה'' וואָלטן אין זייער צייט אַריינגערעכנט געוואָרן אין דער ליסטע. נאָך אַלעם, איז רבי יחזקאל לאַנדאָ נישט געווען ''נודע בגויים'', ער איז נישט געווען באַפריינדעט מיט האָליוואוד סעלעבריטיס; ער איז געווען בלויז נודע ביהודה, באַוואוסט צווישן אידן, וועלכע האָבן געוואוסט אַז די אייבקייט פון אידן און אידישקייט וועט פאַרזיכערט ווערן דורך אַ בלאַט גמרא, אַ מיטוואָכדיקן מעריב און אַ קאַפּיטל תהלים, נישט דורך באַמבאַסטישע דערקלערונגען וועגן וועלט פּאָליטיק.

מיין כוונה דאָ איז נישט צו חלילה קריטיקירן די חשובע רבנים (כאָטש אַז מיר דוכט זיך אַז אַ טייל פון זיי, במחילה, ווייסן נישט וויפל טיילן עס זיינען דאָ אין דעם שולחן ערוך). כ'ציל בלויז צו אַרויסברענגען דעם פּונקט אַז דער נצחון אָדער פאַרלוסט פון אונדזער צוקונפט וועט באַשטימט ווערן נישט אין דער פּרעסע און אויף דער טעלעוויזיע, נאָר אין אונדזערע היימען און משפּחה אומגעבונגען.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רז"ל פאפולערער ראביי , דורך SONY
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.