נארישקייטן. איך וואלט דערפון ארויסגענומען פונקט פארקערט. אז כמעט האלב אמעריקע וועט זיכער שטימען פאר איר, אפגעזען פון אירע שטעלונגען, אויב וועט זי זיין די דעמאקראטישע קאנדידאטין.
ס'איז א דערוויזענער פאקט אז 80 פראצענט פון די וועלכע גייען שטימען וועלן שטימען לויט זייערע פארטייאישע אנשויאונגען. דער עיקר וואו א קאנדידאט דארף זיך ערנסט אנגארטלען איז אין די פריימעריס. ביי די אלגעמיינע וואלן זענען די צען ביז צוואנציג פראצענט מעסיגע די וועלכע באשטימען דעם געווינער.
דער אבסורד איז נאר אז אין די פריימעריס דארף דער קאנדידאט געפעלן פאר די עקסטרעמיסטן אין זיין אייגענע פארטיי, די הויפט אנטיילנעמער אין די פריימעריס. ווידער ביי די אלגעמיינע וואלן דארף דער זעלבער קאנדידאט געפעלן פאר די מעסיגע, נישט בלויז פון זיין אייגענע פארטיי, נאר זאגאר פאר די מעסיגע פון די אנדערע פארטיי. לדוגמא, קלינטאן דארף געפעלן פאר די ליבעראלן אין די פריימעריס, און פאר די מעסיגע רעפובליקאנער אין די אלגעמיינע וואלן.
צו מזל האבן די קאנדידאטן אין ביידע פארטייען דעם זעלבן פראבלעם. ג-ט באהיט ווען נישט...
|
|