דאס מאל וועלן מיר גיין צו אונזערס א שכן וואס האט געוואוינט ממש נעקסט דאר, עטליכע גאסן פון הייליגן וויליאמסבורג, אין קראון הייטס געגענט פון ברוקלין.
געוואוינט האט דארט א איד וואס פילע האבן מעיד געווען אז אין זיין דור איז ער ווארשיינליך געווען די מערסטע נאנט צו די מעלות וואס משיח ברויך צו האבן, און דעריבער האט מען געקענט איינרעדן זיינע תמימות'דיגע חסידים אז אט דער איז טאקע אויף וועמען מיר ווארטן שוין אזוי לאנג.
אויף דערווייל בין איך נאכנישט אנגקומען צו הערן די דרשה פון אונזער באליבטען זייפן הרב משנה סופר, וואס האט אים שיין מספיד געווען און אים צולייגט ווי נאר ער קען אזוי גוט אראפמאלן די אלע פושעי ישראל וואס גייען נישט אין שפאן.
נשלח ב-17/4/2007 23:46
איך האב דאס געהערט פון אים אליינס.
באמת איז דאס א נושא לעצמו זיין ליטווישקייט, וואס איך האב צוצוגעבן דערוועגן, האפנטליך אביסל שפעטער אין דעם אשכול וואס איז געווידמעט לכבודו.
נשלח ב-17/4/2007 21:48
דיפלאמאט
איך האב הנאה וואס דו האסט פארציילט פון הרב אביגדור מיללער ז"ל. האמת אגיד איך האב געהאט א פראבלעם מיט זיין ליטווישקייט. דו האסט דאס אליין געהערט פון איהם דעם קאמענטאר וועגען ליבאוויטש?
נשלח ב-16/4/2007 06:12
באטשי,
איך בין אויפגעצויגן געווארן
אלע יארן צו האבן א טיפע האס קעגן סיי ווער עס האלט עטוואס אנדערש ווי 'אונז', און
איך גלייב אז רוב פון די ליינער דא זענען אויך פון דעם חדר, און בחסדי השם האב איך זיך געדרייט אויך ביי אנדערע אידן וואס פון זיי האב איך געהערט אז דער בורא האט געגעבן זיין תורה פאר מער ווי א קליינער צאל אידן, און אויך זיי זענען בארעכטיגט צו לאזן הערן זייער דעת תורה, דעריבער פרעג איך אויב איז ער טאקע געווען דאס וואס מען האט אונז אויסגעלערנט.
געזאגט,
דו שרייבסט זייער גוט און צו
דער זאך, איך האף אז מיר וועלן קענען ליינען נאך פון דיין זאכליכן פעדער.
איבער דעם וואס דו האסט טענות
אז דער אשכול איז נישט אויסגעהאלטן און א פגיעה בכבודו, מיין איך אז עס איז נישט
אינגאנצן אזוי, ווייל קיינער וועט נישט קלערן אז איך האלט אז ער איז געווען דאס
וואס מען האט אויסגעלערנט די וויליאמסבורגער אינגלעך.
און לעילו נשמת פון ר' אביגדור
מילער ז"ל וועל איך אראפברענגען וואס איך האב געהערט ווי איינער האט אים
געפרעגט וואס ער האלט פון ליובאוויטש, און ער האט זייער שיין ארויסגעברענגט ווי
חשוב דער חסידות איז און במתק לשונו האט ער מסביר געווען אז זייער צוגאנג ווי אזוי
צוריקברענגען אידן לאביהם שבשמים איז דער בעסטער, ווען זיי טאנצן און זינגען און
געבן צו עסן און טרינקען לחיים פאר די בלאנזשענדע נשמות און דורך דעם טוהט מען זיי
צוציען צום בורא.
א חבר מיינער איז געגאנגען צו זייער שטובל אין די נארט גאסן
נעבן וויליאמסבורג פאראיאר סוכות און האט געזען ווי אזוי זיי האבן צוגעשטעלן א
שמחת בית השואבה אנגעגרייט א טיש מכל מיני מדענים און משקאות אויף זייער געבויטן
סוכה אין פארנט פון זייער ביהמ"ד, און צוגעזען ווי עס גייט צו די עבודת
הקודש, און איז זייער נתפעל געווען פון די ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט אין די
צעפארענע ארטיסטן.
שויתי טייערער,
ב"ה אז מען זעט דיר צוריק דא. מיר גלייכן יעדן שרייבער נישט קיין חילוק פון וועלכער צד ער באלאנגט און ווען איך האב דאס געשריבן האב איך אין דעם אויך אריינגערעכנט די וואס האלטן אנדערש ווי מיר.
איך קען זיך נישט דערמאנען ווען מען האט דיר פערזענליך באוואשן. פארשטיי, אז איך מיין נישט ווען מען מאכט חוזק פון יענעם אז ער רעדט נישט צום דבר אין דעם ענין וואס מען רעדט דורך, ווי עס האט שוין כמה פעמים פאסירט אז מען האט דיר געפרעגט זייער נארמאלע פראגעס און דו האסט זיך ארויסגעדרייט דערפון מיט אלע סארט נארישע תירוצים. אבער אויב מען נעמט זיך איבער סיי וועלכן שרייבער איבער פערזענליכע זאכן ווי למשל, וויפיל ער קען היסטאריע אדער אויב ער איז א גוטער שרייבער איז א געפערליכער פארברעך.
און זיי מיר מוחל אויב איך האב פארזען אזא עוולה קעגן דיר.
נשלח ב-16/4/2007 03:46
דיפלאמאט שרייבט:
טייערע אידן,
דער וועג פון משפיל זיין אנדערע שרייבער צוליב דעם וואס יענע האלטן אנדערש גייט זיך בעזר השם אויפהערן.
עס איז גענוג אז מען האט פון דא פארטריבן איינע פון די בעסטע שרייבער צוליב נארישע קריטיק.
אז מען האלט אנדערש, מעג מען זיך אויף א בכבודיגער אופן ארומ'טענה'ען, אבער פארשעמען איז א געפערליכער עוולה.
אטאז האט זייער גוט געענטפערט ווען ער האט געבעטן אז מען זאל ענטפערן און רעדן צו דער זאך, און נישט פליקן אבי אין דער וועלט אריין.
יישר כח הער דיפלאמאט פאר זיך אננעמען פאר די אנגעפליקטע שרייבערס אין דעי אשכול און אויך אין אנדערע ווי דו בעטסט אזוי דעים עולם נישט אריינפליקען קיינעם, איך וויל נאר פרעגען צו דאס איז שייך אויך ביי מיר אדער אנדערע שרייבערס וואס שרייבען אין א אנדערע ריכטונג ווי דעי וועים דו באשוינסט אזוי שטארק?
מיך האט מען עטליכע מאל באוואשען און געשריגען איך זאל מיר גיין פון דא, און קיינער זאל מיר נישט ענפערען וכדומה, מן הסתם מיינסטו מיך אויך צו באשיצען פון אזוינע אנפעלער, א דאנק דיר חשובער דיפלאמאט
מילא ווען מען דיסקוסירט הרב קוק, למעשה זענען געווען קדושי עליון וואס האבען זיך גאר שארף אויסגעדריקט אויף אים. צו ווייל זיי האבען אים געקענט צו נישט, צו ווייל זיי האבען געהאלטען אז דאס איז די איינציגסטע וועג לוחם צו זיין מיט די מזרחי וואס איז למעשה געווען א מסוכנ'דיגער זאך לכל הדעות צו ווייל זיי האבען טאקע אזוי געהאלטען, איז שוין אן אנדערע מעשה.
אבער בנוגע דעם ליובאוויטשער רבי ז"ל, ווייס איך נישט פון קיין איין גדול בישראל וואס איז ביי מיר אנגענומען אלץ א גדול בישראל, וואס זאל האבען גערעדט אויף אים אויף דעם געמיינעם גאסען אופן וואס מען רעדט אויף אים אין וומסב"ג.
און טו מיר א טובה ברענג מיר נישט קיין קוואוטס פון קיין ליטווישער גדעילים וואס איי קודנט קעיר לעס וואס זיי האבען געהאלטען אין עני נושא אין אידישקייט.
פונקט ווי עס איז מיר גאר ווייניג נוגע וואס זיי האבען געהאלטען וועגען סאטמאר, בחירות, קניידלעך און גארטלעך, איז עס ביי מיר נישט מעלה און נישט מוריד וואס - די וואס זייער לעגעסי לדורות הבאים א טיפען פערמענאנטען פילוג ביים חרד'ישע עולם אין ארה"ק - האבען געהאלטען פון איינעם וואס זיין דירעקעטער לעגעסי איז דער גרעסטער קידוש השם בדורנו, די א"ג בעל תשובה מאוומענט.
(דער מאשיאך מאוומענט איז אן אנגעווייטוגטער נושא, וואס איז נגרם געווארען פון דעם וואס זיי האבען נישט אויף גענומען קיין נייער מנהיג, כידוע מהבעל שם הק' שבמקום שיש עשרה מישראל ואין עליהם מנהיג, נעשה הס"מ המנהיג עליהם.)
למעשה רעדט מען דא פון א איד וואס האט לכל הדעות אוועק געגעבען זיין גאנץ לעבן פאר כלל ישראל.
אידען וואס האבען קיין שום קשר מיט אידישקייט נישט געהאט, יודען וואס האבען קוים געוויסט אז זיי זענען בנים למקום, ער איז געווען זייער איינציגער קשר מיט אידישקייט. ער מיט זיינע לכאורה זינלאז אויסזענעהדע מבצעים, דאס האט זיי דערמאנט אז זיי זענען אידען.
קאן טאקע גאר שטארק זיין אז פון דעם איין מאל תפילין לייגען, פון דעם איינמאל אן צינדען שבת ליכט, זענען זיי קיין בעלי תשובה נישט געווארען, האט דאס זיכער אזוי פיל אויף געטוען אז זיי האבען נישט אין גאנצען פארגעסען אז זיי זענן מזרע אברהם יצחק יעקב. זיי זענען נישט אינגאנצען אסימילירט געווארען, און לכה"פ די קינדער זייערע זענען נישט פארלוירען געווארען און ארויס מכלל ישראל.
די אלע זאכען אפילו עס דרייט נישט איבער דער שטאט און עס ווערען נישט קיין מאסען בעלי תשובה, טוט עס אויף אזוי פול - חוץ א טובה פאר דעם היימישער ביזנעס מאן וואס פאלט אמאל דארט אריין - אז די הייפעלע בנים הנדחים וואס געדענקען קוים זיי זענען אידען, זאלען נישט אינגאנצען פארפאלען ווערען לדורות עולם.
דאס איז אפגערעדט פון די ממש הונדרעטער טויזענטער יודען אין רוסלאנד במשך די קאמינסיטישער יארען וואס ער איז געווען דער איינציגעסטער וואס האט זיך אום געקוקט אויף זייערע צרכים רוחניים און זיי דערהאלטען ביים אידישקייט. קיין ספק שבעולם ווען נישט די פעולות פון זיינע שלוחים דארט וואלט א ריזען חלק פון זיי אין גאנצען פון אידישקייט פארגעסען לדיראון עולם.
באדעם ליין,
דער בורא כל עולמים האט הונדרעטער טויזענטער בנים שובבים וואס זאגען היינט שמע ישראל א דאנק דעם איד.
ווער דא האט די חוצפה צו עפענען דאס פיסק און אזוי רעדן אויף אים!
און אויף דעם נאמען וואס מען האט פריער דערמאנט דא אז ער האט גערעדט אויף אים, ערבך ערבא צריך, און איך וועל צו לייגען וד"ל, ווייל איך בין פשוט נישט אין דער מוד צו עפענען א נייער אשכול איבער אים.
בנוגע דעם סאטמאר רב ז"ל, וויפיל איך האב זיך נאר נאך געפרעגט ביי די (פאר באגלייבטע) נאנטער שטוב מענטשען, האב איך קיינמאל נישט געהערדט אז דער רבי זאל האבען גערעדט אויף אים מער ווי אויף אנדערע רבנים פון אגודה און יענע קרייזען.
ער האט אויך גערעדט פון די נעקסטע פסוקים?
אז נדברו יראי ה אויף היידפארק?
באט וואס א חילוק אויב מיר זענען סאטאמרע?
נשלח ב-13/4/2007 04:30
Me a satmar? you don't even know how good the joke is
נשלח ב-13/4/2007 03:16
יאגעלע טשעפלעין
דשזאסט א טעסט צו איהר זענט טאקע סאקמוירים
אין וועלכן קאנטעקסט האט דער רבי געזאגט דעם פסוק הנ"ל פון מלאכי?
נשלח ב-13/4/2007 03:08
איך האב געמיינט צו שרייבן "רבי" נישט רב. א מלמד. פאר א באס דרייווער האב איך נישט מורא ער זאל זיין., וועט ער טראגן אפאר קינדער אין חדר. א מלמד האט מען מורא געהאט אז ער אריינלייגן שלעכטע השקפות אין די קינדער.
שלעכטע השקפות? ער איז דאך א גרויסער שרייבער אויף היידפארק. נאר אין די מוסדות איז עס נישט גוט. סאטמארע קינדער קען מען נישטלערנען אז קוק און לובאביטש זענען צדיקים.
נשלח ב-13/4/2007 01:46
ruv?
He didn't want to accept him as bus driver... so he got mad at him
נשלח ב-13/4/2007 00:37
בייטש, זעט אויס אז דיפלאמט האלט נאכנישט אז ער איז א שייגעץ.
וואס ער האט דיר געטון ווייס איך נישט. עפס האסטו אים זייער פיינט. ער האט דיר נישט געוואלט מאכן פאר רב ביי איינע פון זיינע מוסדות?
נשלח ב-12/4/2007 22:21
דער "צייטשריפט" מיט עטליכע וואכן צוריק מאכט מטעמים פון ליובאוויטשער רבין מיט די משיחיזם, מיך האט עס גוט פארדראסן ווי ער מאכט דארט ליצנות אויף כח פון די גאנצע חב"ד מיט איר רבי'ן ז"ל (?).
נשלח ב-12/4/2007 15:46
דיפלאמאט היקר אגוט מארגן .
אהן אריין צוגיין אין פאקטן. לאמיך פארשטיין דיין לאגיק.
דו לייגסט אריין א צדיק אין דעם אשכול וואס דו ביזט אליין מודה אז עס נישט מכובד, בלשון המעטה און סאיז א שטארקער זלזול בכבודו. מחמת דעהם וואס זיינע קעגנערס האבן זיך אויף געפירט צו איהם זעהר געמיין
אבער דו וועסט אבער ח"ו נישט מזלזל זיין בכבוד פון זיינע קעגנערס. פארוואס? ווייל ער מיט זיינע חסידים האבן זיך אויפגעפירט איידל.
ווער געדענקט נאך די שלש סעודות תורה תשכ"ח פון רבנו זי"ע ווי ער האט פארגאסען כנחל דמעה אויף די פסוקים אים מלאכי
"חזקו עליי דבריכם , אמר ה'; ואמרתם: 'מה נדברנו עליך' - אמרתם: 'שוא עבוד אלהים; ומה בצע כי שמרנו משמרתו, וכי הלכנו קדורנית, מפני ה' צבקות, ועתה אנחנו מאשרים זדים, גם נבנו עושי רשעה, בחנו אלוקים וימלטוו!'
מי יגלה עפר מבין עיניך
נשלח ב-12/4/2007 06:21
ליבער באטשי,
איך מאך מיט דיר א דיעל.
אריינצולייגן אזא אדם גדול אין די קאטעגאריע קען איך נישט. לויט וויפיל איך האב א ידיעה אין היסטאריע האב איך נישט געהערט אז אידן פון אנדערע חסידות'ער, זאלן אים ארויפלייגן די שיינע צונעמען (אפילו די וואס האבן פיל געליטן פון זיינע מענטשן).
איך וועל אבער מקדיש זיין א באזונדערע אשכול איבער דעם איש אלקים, ווען די צייט וועט ערלויבן.