בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צייטשריפט: אייער רעאקציע פאר די רעדאקציע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/3/2007 21:45 לינק ישיר 
צייטשריפט: אייער רעאקציע פאר די רעדאקציע


לויב ווערטער איז אייביג דא, און טאקע ס'קומט זיך איין א גרויסן דאנק פארן צושטעלן אזא שיינע ליין מאטריאל פארן עולם.
מצד שני. איז אויך דא קריטיק.

1] די ווערטער ארום יעדע גרעפיק'ס איז שטארק שווארץ מער ווי די געשרייבעכץ איבעראל.
2] די בלעטער איז צו שיינעדיג, ווען מ'ליגט אין בעט, און די לייט איז אנגעצינדן, איז זייער שווער צו ליינען, מ'דארף עס האלטן אין איין איינבייגן מ'זאל קענען ליינען געהעריג.
3] ביי די קעסטל רעטעניש'ן מאכט איר היבש טעותים, איך קויף נישט יעדע וואך, אבער אינטרעסאנט איז, אז פונקט ווען איך קויף דעם צייטשריפט איז דא טעותים ביי די רעטעניש'ן.

אנשטאט אויסשטרעכן דעם י' האט איר אויסגעשטראכן דעם א'
 

העכרן קעסטל שטייט ביז איר וועט אנקומען צום ם' און למעשה איז דא א אנדערע אות.
 

איר שיקט די מאגאזין קיין ירושלים עיה"ק, נישט יעדער ווייסט וואס עס מיינט "ספיד לימיט" און אזוי אויך "טרעין" איר וואלט זיך אפשר געדארפט רעכנען מיטן שפראך פלאץ ווי איר שיקט די מאגאזינען.
 

נישט יעדער אין ישראל (ירושלים) קען ענגלידיש.
 

ביפאר איר געט ארויס אזא שיינע מאגאזין, מאכט זיכער אז אלע ספעלינג'ס זענען גוט.
 

איך האב גענומען בילדער נאר פון איין וואך, אבער ווי געשריבן, כ'האב שוין געזעהן מערערע מאל טעותים ביי פארשידענע זאכן.

כ'מיין נישט ח"ו צו קריטיקירן לרעה, אלא לטובה.

חג כשר שמח.

תוקן על ידי jewboy ב- 28/03/2007 21:50:11




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2007 17:24 לינק ישיר 

קעניג, און וואס הערט זיך מיט 'סקול', דאס ווייסן יא די איזרעלישע ליינער וואס דאס מיינט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2007 04:50 לינק ישיר 

סווערט געדריקט יעדע וואך אין ארץ ישראל

_________________

 

און נאכדעם דעליווערט מיט לופט קיין אמעריקא ושאר ארצות הגולה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2007 04:49 לינק ישיר 

סווערט געדריקט יעדע וואך אין ארץ ישראל

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2007 02:42 לינק ישיר 

איך בין אויך א גרויסער חסיד פון צייטשריפט אבער איך האב נאך כמעט נישט אריינגעבליקט אין דעם דריטן קינדער אפטיילונג. דאס כאפט ארויס מיין קליינטשיגער. אויסער ווען ער בעט זיך איך זאל אים ארויסהעלפן  
אגב, איך אלס אמעריקאנער, ווייס אויך נישט וואס "קריפטאגראם" מיינט...


תוקן על ידי דיפלא ב- 29/03/2007 2:44:29




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2007 00:46 לינק ישיר 

מען קען עס קויפען אין ארץ ישראל?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צייטשריפט: אייער רעאקציע פאר די רעדאקציע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext