בית פורומים כל העולם כולו

פארפאלן: עס פעלט זיך אויס א ועד הצניעות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/3/2007 06:41 לינק ישיר 
פארפאלן: עס פעלט זיך אויס א ועד הצניעות!

ווען מען זעט דעם שוידערליכן נידריגן מצב פון וויליאמסבורג, ספעציעל די לעצטע פאר וואכן, מוז יעדער איינער מודה זיין אז דער סאטמארער רבי שליט"א איז געווען גערעכט מיטן געבן זיין פולע שטיצע פאר הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו און די ועד הצניעות פון קרית יואל.

יעדער איינער וועט מוזן מודה זיין אז די איינציגסטע סיבה פארוואס אין קרית יואל קומט נישט פאר וואס ס'קומט פאר אין וויליאמסבורג, איז צוליב דעם כח פונעם ועד הצניעות, וואס ווארפט ארויף א פחד אויף יעדן מנובל און האלט צוריק די פארדארבענע יונגען פון אריינקומען אין קרית יואל.

די איבערקערענישן אין וויליאמסבורג וואס קומט יעצט פאר (איך וויל נישט ארויסשרייבן מער דעטאלן, וד"ל) ווייזט אויך וואספארא געפערליכע רוחניות'דיגע שאדן רז"ל איז געווען פאר וויליאמסבורג, און וויאזוי זיין רע-בנות האט געברענגט א הפקירות און אנארכיע אין וויליאמסבורג.

יעדער איינער וועט מוזן מודה זיין אז ווען רז"ל וואלט געבליבן אין בארא פארק, וואלט די טומאה נישט געהאט קיין קאנטראל אויף וויליאמסבורג, פונקט ווי מען זעט אז די טומאה האט נישט קיין שליטה אין קרית יואל.

דער רוחניות'דיגער מצב אין די אידישע וועלט איז ממש געפערליך. אפילו די אמאליגע באזעס פון קדושה און קנאות, ירושלים און וויליאמסבורג, זענען שוין פונלאנג געפאלן צום רוחניות'דיגן שונא, ווי מען זעט פון די נאכאנאנדע געוואלדטאטן וואס קומען דארט פאר צווישן די פרומע אידן און די פארדארבענע יונגען.

קרית יואל איז געבליבן די איינציגסטע אידישע שטאט וואו דער חומת הצניעות איז נאכנישט געפאלן!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2007 23:54 לינק ישיר 

נאר פארוואס האבען זיי געלאזט רבי ישעי' יעקב שטויבער אויף דעם וועד אז טאמער זיי מיינען פאליטיק?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2007 21:25 לינק ישיר 

א רחמנות אויף אזא נארוני. עס איז ליידער א פאקט אז איבער גאנץ ניו יארק איז נישטא נאך א פלאץ ווי קרית יואל וואו דער ועד הצניעות האט ליידער אן א שיער מיט ארבעט. עס איז זייער נישט באטעמט צו רעדן דערפון ווייל ליידער האט ע ספארכאפט משפחות פון ביידע זייטן, ווען ליידאקעס לאקערן נאך בתולות און נשואות צוגלייך. איך מיין אז מען דארף נישט צופיל רעדן נאך די דרשה פון ר' אהרן מיט 2 יאר צוריק זומער. יענע דרשה וואס איז געווען פול מיט דיטעילס (וואס עס פאסט נישט אפילו ]אר א באלעבאס אזוי צו רעדן ברבים) האט אויפגעברענגט אויפ'ן אויבערפלאך דעער ביטערער מצב אין ק"י. און דארט רעדט מען ליידער פון אייגענע באמעס און ליידאקעס. ובכן אין וומס"ב איז עס ליידער א געמיש פון אלע קרייזן, און דער וואס געדענקט וויאזוי עס האט אויסגעקוקט בית קויפמאן אויפ'ן ערשטן שטאק, דארף נישט קיין הוכחות דערצו. (און גראדע מוז איך דערמאנען, אז ווען די פאליציי האט ארעסטירט פאריגעס יאר שמחת תורה ביינאכט 26 באקעס וועלכע האבן אויפגעבראכן דעם טויער פונעם בית קויפמאן בנין, זענען עס געוען די חארונים וואס האבן איינגעלייגט וועלטן און פארטיידיקט די באקעס וואס נישט בלויז פלעגן זיי דארט מחלל שבת ויו"ט זיין, נאר אפגעטאן דאס ארגסטע שבעולם ווי די אינסטאלירטע ווידיאס האבן געוויזן. יצחק ראזענבערג פערזענליך איז געגאנגען שתל'ען אז זיי זענען ארענטליכע מענטשן אלעס כדי צו קענען זיך דערקלערן אלס רעפרעזעטיוו פון קהל יטב לב ד'סאטמאר. און די חארונים זענען גאר די וואס דארפן כלומרשט זיין די וואס טוען פאר צניעות...). צוריק צו ק"י. נישט אומזיסט איז הגה"צ רבי ישעי' יעקב שטויבער שליט"א געבליבן א חבר אין ועד הצניעות אין ק"י טראצדעם וואס ער איז פון די גרעסטע לוחמים קעגן ר' אהרן, ווייל ער האלט אז ווען עס קומט צו די ענינים דארף מען אלעס לייגן אין א זייט און לוחם זיין מיט די באקעס נישט מטמא צו זיין אידישע קינדער ר"ל. ביי די חארונים שטייט אבער פאליטיק העכער די תורה, און זיי זענען די וואס זוכן צו נוצן די ענינים פאר זייערע אינטערעסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארפאלן: עס פעלט זיך אויס א ועד הצניעות!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext