בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ? #3

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/3/2007 23:49 לינק ישיר 
איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ? #3


אצינד לאמיר גיין צום קומענדיגן באנדיט וואס מען האט אויסגעלערנט פיינט צו האבן.

דאס מאל וועלן מיר גיין צו אונזערס א ידיד הרב שלמה קארליבאך ז"ל.

וואס זאגט איר?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2007 23:34 לינק ישיר 

to spice it up a little.... a similar debate on the same issue

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1675695






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2007 23:44 לינק ישיר 

אבי מלעבט;

;פון הימל האט מען איהם געהיטן און צוגעפירט
 ער זאל דאס איינע מאל אויך נישט אריין אין בעט נאר זאל זיך לייגן אויף א טאץ טארטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2007 23:02 לינק ישיר 

די סאטמארער גייען ארוס מיט א מעשה אז דער רבי זי"ע האט זיך 40 יאר נישט אריין געלייגט אין קיין בעט,

איך פלעג מיט זיי טעהנן אז איך קען אן עלטערע פרוי וואס האט געקענט די ערשטע סאטמארער רעביצין אין זי האט איר דערציילט א מעשה וואס לויט דעם קומט אויס אז דער רבי האט זיך יא געלייגט אין בעט,

איך האב זיי א לאנגע צייט געטרענט די נערווען אין ניטש געוואלט דערציילן די מעשה, עד יום אחד האב איך מיך געבראכען און דערציילט דאס פאלגענדעס:

די עלטערע פרוי אויך א רעביצין (וואס איז נפטר געווארען פאר מער ווי 10 יאר צורין אין עלטער פון 99) איז אין די יונגע יארען געגאנגען אין גאס און געטראפען די סאטמארער רעביצין דערציילט זי אזוי:
איר ווייסט נישט וואס האט מיר פאסירט ! איך האב אפגעבאקען טארטן אויף יו"ט שבועות און עס אויסגעלייגט אויפן בעט זיך צו קילען, און עס איבערגעדעקט, דער רבי זאל זיין געזונט איז אריין געקומען זיך אן ליינען און ער האט זיך ארויפגעלייבט און גוקוועטשט אלא טארטען !

הא ראיה אז ער האט זיך יא אריין געלייגט אין בעט ! 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2007 21:32 לינק ישיר 

ATOZ

לפענ"ד איז עס א דבר פשוט

מיר זענען נישט אין בי"ד של מעלה - דערווייל- דן צו זיין קיין מענטשן. וועלכע עבירה אדער מצווה סוועגט מעהר .

א שייגאץ איז דער היפוך פון קדושה

כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה,
און אויך ביי מאכלות אסורות שטייט אין פרשת שמיני והתקדישתם והייתם קדושים, אדער כי עם קדוש אתה לה' אלוקיך לא תבשל גדי בחלב אימו.  פארדעהם זענען די צוויי תאוות גורם אז אידען בני נביאים רופן אזא איינעם א שייגעץ. 

משא"כ גזל אין אונאה שטייט נישט קיין ענין פון קדושה.  

אינטערסאנט איז אבער אז ביי דור המבול איז געוועהן כי השחית כל בשר את דרכו, אעפ"כ לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל. אויך די אנשי סדום זענען נישט געוועהן קיין גרויסע פרושים ...ונדעה אותם. און אויך דארט איז דער עיקר געוועאהן הכצעקתה צעקת ריבה אחת שנתנה פת לעני.

זעהט אויס אז א חורבן אהנמאכען קענען נאר די בעסערע מענטשן די גזלנים, די שקצים אליין זענען נישט ביכולת דאס צוטוהן... 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2007 08:20 לינק ישיר 

איך רעד דא נישט לגבי קיין שום מענטש נאר טעארעטיש,

אין עניני צניעות קען מען טוהן זייער א סאך שקציריי און נישט עובר זיין אויף א לא תעשה אפילו,

משא"כ די וואס מען רופט נישט שקצים קענען עובר זיין אויף צענדליגע הארבע לאוין א טאג, און אויך זיין א חוטא ומחטיא ומחלל את השם און מען איז זיי דאס אלע מוחל,

אז אונץ זיינען מאמינים און גלייבען אין תורה'דיגען דשאסטיס סיסטעם, קען געמאלט זיין אז בדיני שמים זאל דער גרעסטער אזוי גערופענער שקץ זיין א בן עולם הבא, און איינעם וואס מען רופט א קדוש וטהור זיין פון די וואס אין להם חלק לעולם הבא. ליידער,  

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2007 07:15 לינק ישיר 

געדאנקען היקר

אם קרית מיין תגובה לא שנית או לא הבנת

איך האלט בפירוש אז שלמה קארליבאך אדער ר' שלמה ווי מאנכע ווילען איהם רופן איז יא געווען א שייגעץ.
נאכאמאהל "יא געוועהן א שייגעץ"

מיט אלע לימוד זכות. פייבוש קל איז געוועהן א קדוש. אבער פייבוש קל  איז ער געבליבן.

לאמיך מסביר זיין.

א שייגעץ ביי אידען הייסט איינער וואס גייט נאך תאוות ליבו. און טוט מעשה בהמה. ספעציעל מיט עניני קדושה אדער מאכלות אסורות .
 
פאקט: א ייד קען אפילו זיין רח"ל להוט נאך לשון הרע, שנאת אחים, מחלוקת, גזילה און אונאה,און ער וועט טוהן די שענסטע שידוכים, כאטש דאס איז עבירות חמורות דאורייתא. דאס זענען אבער יידישע עבירות

משא"כ איינער וואס גייט אין טיאטער איינמאהל א חודש מיט זיין אייגען ווייב, אדער ער עסט או יו פלייש, ווער רעדט נאך חלב עכו"ם. איז ער אשייגאץ.  דאס זענען בהמישע עבירות.

אבער די אנשי אונגארן וואס האבן געוואלט פארמיאוסן זייערע פאליטישע אדער אידיעלאגישע קעגנער. האבן אנגערופן יעדען וואס איז נישט מסכים מיט זיי :שייגעץ.

קיינער זאגט נישט אז מען מוז מסכים זיין צו הרב קוק'ס שיטה אדער צום ליבאוויטשער רבי'ס גאנג, אבער זיי זענען געוועהן אנשים קדושים וטהורים אין פערזענליכן לעבן

לכשתמצי לומר, וועל איך מאכן א ליטעמך

די אלע טשאדעלע באדעלע מעשהעלעך אויף הרב קוק'ס ברית חדשה מיט די זיופים פון בריעף ווייזט נאר די שוואכקייט פון די טענות אויף איהם.

והא ראיה אז די קעגנער פון סאטמערער רב האבן קיינמאהל נישט געדארפט אויסטראכטן און צו לייגען אזעלכע מעשיות,.. 

א קיצער, די אלע נארישע שמות הנרדפים, שפרונגען צוריק לקבל אפיכון לאסתחרא. לערנט זיך אויס אינמאהל פאר אלעמאהל צו מאכען אחילוק צווישען דעם מענטשף אין זיין שיטה. 

לפענ"ד איז דער מנחת אלעזר זי"ע געוועהן א מוסטער אין דעהם. זע זיין ידידות מיט ר' מאיר שפירא זצ"ל. משא"כ סאטמאר האט דאס נאכנישט באגריפן      



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/4/2007 02:46 לינק ישיר 

אבימלעבט,

עס איז אינטערסאנט ווי די מאכסט דיינע אייגענע המצעות און אויף דעם סמך דערקלערסטו מיך אלעס היפאקריט, קודם, איך פיל מיך נישט אלעס ריינער איד, נאר אלעס "זינדיגער"!, נאכדעם, די רעדסט פון די היימישע אידן וואס זענען פארברעכערס , אדרבא זיי זענען נאך ערגער ווייל זיי באהאלטען זיך אונטער א פרומעם לבוש, איך ווייס נישט ווער עס האט זיי געגעבן א צווייטען טשאנס אדער מוחל געווען, איך וואלט זיי זיכער נישט געגעבן, דריטענס, מען רעדט דא נישט פון זיי אויב די ווילסט קענסטו מאכן אן אנדערער אשכול וועגען זיי.

און נאך איינמאל ווען איך שרייב הארבע באשולדיגען מיין איך נישט עניני צניעות.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2007 00:38 לינק ישיר 

ר' מנחת אלעזר

דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר,

א געוויסער רב פון פריערדיקען דור האט אמאל געברענט א השקפה ספר וואס ער האט געדרוקט צו ר' יוסל אשכנזי פרעגט אים ר' יוסל וויצעלנדיק ווי איז די ימ"ש? האט עם דער רב געענטפערט איך גיי צו לייגען א בויגען מיט ימ"ש און יעדער זאל עס אריינקלעבען ווי ער וויל,

לפי דרכי קענסטו שרייבען די תגובות ביי הרב קוק און ביי לובאוויטש,

און דרך אגב די ווייס נאך נישט די טונקעלע זייט פון דיינע גדולים וואס די מיינסט אז זיי זיינען גפלויגען און הימל. אדער די מאכסט דיך נישט וויסענדיק,

_________________

 



תוקן על ידי אבימלעבט ב- 16/04/2007 0:40:29




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2007 00:08 לינק ישיר 

איך מיז גראטולירען באטשי.

איך האב געמאכט דעם אשכול ווייל איך האב באמערקט אז רוב נישט געלערנטע אינגעלייט וואס מיינען אז כדי צו הייסען אויפגעקלערט דארפען זיי האבען א הערכה צו  # 1 אין # 2 איז געווענטליך אויך א גרויסע חסיד פון # 3.

איך ווייס באמת נישט פארוואס דער אשכול שטערט מער פאר אבימעןלבעט ווי די אנדערע 2 איך האב אים באמת נישט געוואלט מצער זיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2007 18:29 לינק ישיר 

ליבער מר. געדאנקען,

איך האב אמאל געזאגט פאר ר' שלמה קום קיין ווילי טו דיר אן א ברייטן ביבערהיט און מאך דארט בעלי תשובות, האט ער געלאכט.

אפילו אויב די באשולדיגונגען אויף אים זיינען אמת, (וואס רוב זיינען מסתמא מגוזם און דמיון) איז דער עיקר וואס מען איז קעגען אים מער פאר זיין לבוש.

פליז זיי נישט קיין היפאקריט,

דו פילסט ווי א היימישער ריינער איד, וואלסטו געוואלט אז מען זאל די דן זיין לויט דיין   DARK SIDE

 מיר קענען שיינע אידן מלמדים מגידי שיעורים ראשי ישיבות וואס האבען אפגעטוהן פארשידענס אין זייערע אינגע יארען און מען האט זיי מוחל געווען, פארוואס איז ר' שלמה א שייגעץ און זיי זיינען חשובע אידן וואס מען גיט זיי א ברכה אונטער די חופה?

און נאר עניני צניעות מאכט א מענטש א שייגעץ?  ווען א היימישער איד טוט אפ פארשידענע אנדערע עבירות איז מען אים מוחל, אלץ ווייל ער גייט דעם לבוש,

ווען א מנהיג איז גורם א "בכיה לדורות" טאנצט מען ווייטער יחי אדוננו אין מען ווערט נתפעל פון זיינע שיינער מלבושים, און מען איגנארירט אז ער גלייבט נישט אין רבש"ע רח"ל,

ר' שלמה האט אריינגעברענגט זייער א גוטע השפעה צו אונץ היימישע אידן, און איך קען נישט קיין איין היימישען איד וואס איז קאליע געווארען פון אים,

 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2007 16:11 לינק ישיר 

באטשי,

איך וועל מער קלאר ארויסברענגען מיין פוינעט,

ביי "הרב קוק" איז מיר שווער געווען זיך אריינצומישן, ער איז געווען פאר מיינע צייטען, ער איז שוין אוועק פון אונז מער ווי זיבעציג יאר צוריק, און זיינע ווערק איז מיר נישט אויסגעקומען צו זען, ער איז געווען אסור אין אונזערע קרייזען, זענען זיינען ספרים נישט געווען בנמצא, כאטש עס קוק מיר אויס מער טפשות צו פארענפערן אים מיט אזעלכע נערישע רייד,

"זיין אמונה אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה."

"די התנגדות צו הרב קוק זצ"ל איז געבויט אויף דמיון, וואס האט זיך גענומען פון הוצאת שם רע וואס די ירושלימ'ער היץ קעפ האבען אויף אים אויסגעטראכט."

ווי צו גלייבן און נאכזאגן וואס די גדולים האבן געזאגט אויף אים, אפילו איך וועל מסכים זיין מיט דיר אז זיי האבן זיך אויסגעדריקט שארפער ווי זיי האבן באמת געהאלטן פון אים, איז אבער קלאר אז זיי האבן געהאלטן אז ער צוברעכט אידישקייט וכדו. ווען נישט וואלט זיי נישט געלאזט פאלען אזעלכע ווערטער אויף אים.

מאש"כ ווען עס קומט צו "ר' שלמה קארליבאך" וואס די האסט שוין פראבירט צו פארענטפערן און דעם אשכול פון הרב קוק מיט די ווערטער,

" (מחמת הכבוד וויל איך נישט דערמאנען א גרויסן טאנצער און זינגער אין קאמפאזיטער פון ניגונים און אויך געוועהן א קאנטרווערסאלער מחזיר בתשובה וואס איז אסאך געלעגן אין דעם מהלך)"

דא איז שוין אנדערע מעשה, דא קענסטו שוין נישט ברענגען ר' איסור זלמן מלצר אדער אן אנדערער "אמת'דיגער גדול" וואס זאל שרייבן אויף אים אז ער איז געווען א צדיק, אויסער א פאר טפשים וואס זענען אינגאנצן באנומען פון זיין זינגען און דערציילען מעשיות און זיי רופען אים דער הייליגער ר' שלמה, ער איז נישט נאר אפגעפרעגט ביי אונז חסידים, וואס ווייסן נאר פון זיינע גוטע זאכן אז ער איז געווען מכלומר'ש א מחזיר בתשובה און זיין כוח פון זינגען (אמת איך הער אויכט זיינע טעיפ'ס און קיינער מאכט נישט אוועק זיין כוח פון זינגען) נאר ביי די ווי ער וואלט ווען געדארפט זיין א העלד פאר זיינע מעשים, זיי האבן ארויסגעברענגט הארבע באשולדיגען אנקעגען אים, אזוי ווייט אז זיין שול און זיין משפחה האט צוריק געצויגען פון א ביטע צו געבן א נאמען פאר א גאס נאך אים.

בכלל ווייזט אויף דיין שנעלקייט און גרייטקייט זיך אנצונעמען פאר אלע וואס זענען אפגעפרעגט ביי אונז, אויף אזא ווייט אז די ביזט געווען גרייט צו פארגלייכן אזא נידריגער מענטש ווי ר' שלמה צו הרב קוק און זיי ביידע צו איזביצא, וואס אפילו מיר וועלן אננעמען אז אלעס וואס מען באשולדיג אים דארט איז שקר וכזב, איז די פאקטן וואס זענען יא באקאנט פאר יעדען וועגן אים גענוג צו זען ווי "הייליג" ער איז געווען, און נישט קיין פארגלייך צו הרב קוק וואס איז באצם געווען א גדול בתורה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2007 07:13 לינק ישיר 

געדאנקען גוט געזאגט, לאמיר טרעפון עפעס לימודי זכות איזביצא אדער עפעס אנדערש דער עיקר איז אז ער איז געווען אויפגעקלערט, נישט ווי אונז וויליאמסבורגער אמעראצים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/4/2007 20:41 לינק ישיר 

באטשי

פאר דעם האט זיך יענער פארזיכערט און ער שרייבט אלעס בלשון שאלה.

דער ליינער פארשטייט עס אבער שוין בלשון וודאי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2007 15:53 לינק ישיר 

געדאנקע

איך פארשטיי נישט ווי דו ציהלסט.

איך האלט אז יענער וועב זייטל איז סתם א מוציא שם רע שמוץ פארקויפער.
עס איז דא אין אמעריקע שטרענגע געזעצן אויף דיע זאכען, ומאן דאית ליה דינא ליקרב לגבי דיינא. נישט אהנשמוצען אויף אינטערנעץ.

זיי קענען עס טוהן פאר יעדען איינעם. פלענטי אומשולדיגע מענטשן לעבנס, האט מען שוין רואינירט פון אזעלכע סענזאציע זיכער.

לא על זה אנו דנין. ביטע זיי א משיב כהלכה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2007 02:26 לינק ישיר 

דער נייער לינק

http://www.theawarenesscenter.org/Carlebach_Shlomo.html



תוקן על ידי געדאנקען ב- 12/04/2007 2:54:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ? #3
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext