|
|
| נשלח ב-16/4/2007 02:46 |
|
| |
אבימלעבט,
עס איז אינטערסאנט ווי די מאכסט דיינע אייגענע המצעות און אויף דעם סמך דערקלערסטו מיך אלעס היפאקריט, קודם, איך פיל מיך נישט אלעס ריינער איד, נאר אלעס "זינדיגער"!, נאכדעם, די רעדסט פון די היימישע אידן וואס זענען פארברעכערס , אדרבא זיי זענען נאך ערגער ווייל זיי באהאלטען זיך אונטער א פרומעם לבוש, איך ווייס נישט ווער עס האט זיי געגעבן א צווייטען טשאנס אדער מוחל געווען, איך וואלט זיי זיכער נישט געגעבן, דריטענס, מען רעדט דא נישט פון זיי אויב די ווילסט קענסטו מאכן אן אנדערער אשכול וועגען זיי.
און נאך איינמאל ווען איך שרייב הארבע באשולדיגען מיין איך נישט עניני צניעות.
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2007 07:15 |
|
| |
געדאנקען היקר
אם קרית מיין תגובה לא שנית או לא הבנת
איך האלט בפירוש אז שלמה קארליבאך אדער ר' שלמה ווי מאנכע ווילען איהם רופן איז יא געווען א שייגעץ. נאכאמאהל "יא געוועהן א שייגעץ"
מיט אלע לימוד זכות. פייבוש קל איז געוועהן א קדוש. אבער פייבוש קל איז ער געבליבן.
לאמיך מסביר זיין.
א שייגעץ ביי אידען הייסט איינער וואס גייט נאך תאוות ליבו. און טוט מעשה בהמה. ספעציעל מיט עניני קדושה אדער מאכלות אסורות . פאקט: א ייד קען אפילו זיין רח"ל להוט נאך לשון הרע, שנאת אחים, מחלוקת, גזילה און אונאה,און ער וועט טוהן די שענסטע שידוכים, כאטש דאס איז עבירות חמורות דאורייתא. דאס זענען אבער יידישע עבירות
משא"כ איינער וואס גייט אין טיאטער איינמאהל א חודש מיט זיין אייגען ווייב, אדער ער עסט או יו פלייש, ווער רעדט נאך חלב עכו"ם. איז ער אשייגאץ. דאס זענען בהמישע עבירות.
אבער די אנשי אונגארן וואס האבן געוואלט פארמיאוסן זייערע פאליטישע אדער אידיעלאגישע קעגנער. האבן אנגערופן יעדען וואס איז נישט מסכים מיט זיי :שייגעץ.
קיינער זאגט נישט אז מען מוז מסכים זיין צו הרב קוק'ס שיטה אדער צום ליבאוויטשער רבי'ס גאנג, אבער זיי זענען געוועהן אנשים קדושים וטהורים אין פערזענליכן לעבן
לכשתמצי לומר, וועל איך מאכן א ליטעמך
די אלע טשאדעלע באדעלע מעשהעלעך אויף הרב קוק'ס ברית חדשה מיט די זיופים פון בריעף ווייזט נאר די שוואכקייט פון די טענות אויף איהם.
והא ראיה אז די קעגנער פון סאטמערער רב האבן קיינמאהל נישט געדארפט אויסטראכטן און צו לייגען אזעלכע מעשיות,..
א קיצער, די אלע נארישע שמות הנרדפים, שפרונגען צוריק לקבל אפיכון לאסתחרא. לערנט זיך אויס אינמאהל פאר אלעמאהל צו מאכען אחילוק צווישען דעם מענטשף אין זיין שיטה.
לפענ"ד איז דער מנחת אלעזר זי"ע געוועהן א מוסטער אין דעהם. זע זיין ידידות מיט ר' מאיר שפירא זצ"ל. משא"כ סאטמאר האט דאס נאכנישט באגריפן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2007 08:20 |
|
| |
איך רעד דא נישט לגבי קיין שום מענטש נאר טעארעטיש,
אין עניני צניעות קען מען טוהן זייער א סאך שקציריי און נישט עובר זיין אויף א לא תעשה אפילו,
משא"כ די וואס מען רופט נישט שקצים קענען עובר זיין אויף צענדליגע הארבע לאוין א טאג, און אויך זיין א חוטא ומחטיא ומחלל את השם און מען איז זיי דאס אלע מוחל,
אז אונץ זיינען מאמינים און גלייבען אין תורה'דיגען דשאסטיס סיסטעם, קען געמאלט זיין אז בדיני שמים זאל דער גרעסטער אזוי גערופענער שקץ זיין א בן עולם הבא, און איינעם וואס מען רופט א קדוש וטהור זיין פון די וואס אין להם חלק לעולם הבא. ליידער,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2007 21:32 |
|
| |
ATOZ
לפענ"ד איז עס א דבר פשוט
מיר זענען נישט אין בי"ד של מעלה - דערווייל- דן צו זיין קיין מענטשן. וועלכע עבירה אדער מצווה סוועגט מעהר .
א שייגאץ איז דער היפוך פון קדושה
כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה, און אויך ביי מאכלות אסורות שטייט אין פרשת שמיני והתקדישתם והייתם קדושים, אדער כי עם קדוש אתה לה' אלוקיך לא תבשל גדי בחלב אימו. פארדעהם זענען די צוויי תאוות גורם אז אידען בני נביאים רופן אזא איינעם א שייגעץ.
משא"כ גזל אין אונאה שטייט נישט קיין ענין פון קדושה.
אינטערסאנט איז אבער אז ביי דור המבול איז געוועהן כי השחית כל בשר את דרכו, אעפ"כ לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל. אויך די אנשי סדום זענען נישט געוועהן קיין גרויסע פרושים ...ונדעה אותם. און אויך דארט איז דער עיקר געוועאהן הכצעקתה צעקת ריבה אחת שנתנה פת לעני.
זעהט אויס אז א חורבן אהנמאכען קענען נאר די בעסערע מענטשן די גזלנים, די שקצים אליין זענען נישט ביכולת דאס צוטוהן...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2007 23:02 |
|
| |
די סאטמארער גייען ארוס מיט א מעשה אז דער רבי זי"ע האט זיך 40 יאר נישט אריין געלייגט אין קיין בעט,
איך פלעג מיט זיי טעהנן אז איך קען אן עלטערע פרוי וואס האט געקענט די ערשטע סאטמארער רעביצין אין זי האט איר דערציילט א מעשה וואס לויט דעם קומט אויס אז דער רבי האט זיך יא געלייגט אין בעט,
איך האב זיי א לאנגע צייט געטרענט די נערווען אין ניטש געוואלט דערציילן די מעשה, עד יום אחד האב איך מיך געבראכען און דערציילט דאס פאלגענדעס:
די עלטערע פרוי אויך א רעביצין (וואס איז נפטר געווארען פאר מער ווי 10 יאר צורין אין עלטער פון 99) איז אין די יונגע יארען געגאנגען אין גאס און געטראפען די סאטמארער רעביצין דערציילט זי אזוי:
איר ווייסט נישט וואס האט מיר פאסירט ! איך האב אפגעבאקען טארטן אויף יו"ט שבועות און עס אויסגעלייגט אויפן בעט זיך צו קילען, און עס איבערגעדעקט, דער רבי זאל זיין געזונט איז אריין געקומען זיך אן ליינען און ער האט זיך ארויפגעלייבט און גוקוועטשט אלא טארטען !
הא ראיה אז ער האט זיך יא אריין געלייגט אין בעט !
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2007 23:44 |
|
| |
אבי מלעבט;
;פון הימל האט מען איהם געהיטן און צוגעפירט
ער זאל דאס איינע מאל אויך נישט אריין אין בעט נאר זאל זיך לייגן אויף א טאץ טארטן
|
|
|
|
|