חי' שרה: יענקי קלאב ארויס...!
עס פלאקערט און עס ברענט די הייליגע ביסטריץ רעבעצין האט די וואך ענדליך נאך א לאנגע מלחמה ארויס געטראסקעט ליפא מיט זיין ברך ליפא דיענקי שול!
די פייט פלאקערט שוין זייט די הסתלקות פון ברך משה, אבער די לעצטע פאר וואכן האט זיך די מחלוקה גאר שטארק צופלאקערט נאכדעם וואס משה גבאי און ליפא יענקי, האבן געליייגט א האנט אויף אלע ירושה כלים פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און זיי לאזן נישט ר' זלמן לייב ניצן קיין איינע פון די כלים, דערווייל זאגן זיי אז רבינו בעל ברך משה האט געזאגט אז נאך זיין פטירה געהערט עס פאר די רעבעצין, און ווילאנג זי לעבט געבן זיי אכטונג דעראויף...
דערווייל מאכן זיי א לעבן מיט די חפצים, ליפא האט געצינדען דעם חנוכה אינעם קדושת יו"ט מנורה ביי זיך אין שטוב, ער ניצט יעדן שבת די בעכער פון רביה"ק בעל ברך משה, משה גבאי'ס בחור האט פורים געליינט די מגילה פאר משה ווייב'ס און שנור אין די מגילה פון קדושת יו"ט זי"ע, יעקב שמשון האט געניצט די האניג האלטער ראש השנה ווייל עס איז זייער א ברייטער האניג האלטער און מען קען איין טינקען א גרעסער חלה, אליזער קעסטענבוים האט געהאט די שופר און געבלאזן דערמיט אין באטלאן, און יעצט אויף פסח גייט זיין פריילעך משה, ליפא, אליעזר, שמשון, גייען זיך איינטיילען מיט די חפיצים.
דאס האט געפערליך אויפגערעגט זלמן לייב און חי' שרה, און פאריגע וואך שבת צופרי איז געווען א גרויסע קידוש אין ברך ליפא ווען ר' יודל דייטש האט געבען קידוש פאר א אייניקל, משה, ליפא, שמשון האבן זיך צושאשקעט, און זיי האבן באפאלן ר' זלמן לייב זון און חוזק געמאכט פון זיין טאטן.
יעצט האט די ביסטריץ קאפעל חי' שרה און ר' זלמן לייב באשלאסן גענוג איז גענוג ברך ליפא ארויס!
דארנערשטאג האט ליפא קרויס אנגעריפען ליפא טייטלבוים אין אים געזאגט אז די וואך קען ער מער נישט דאווענען אין ברך משה, ליפא האט געפענט א מויל אויף קרויס און געשריגען ווער ביסטו די שייגץ, קרויס האט אים געזאגט אז ער קאלט בשליחות פון חי' שרה און ר' זלמן לייב, ליפא האט געשריגען די הויז איז די מאמעס און נישט זייערס, איך וועל זיי ארויסווארפן פון דארט, די טאטע האט מייסד געווען די ביהמ"ד און די מאמע דארף עס דארט איך וועל מיך מוסר נפש זיין פאר די מאמעס כבוד, קרויס האט אים געזאגט עס איז א שאד צו שרייען דערווייג דיך נישט צו קומען דעם שבת האט ער אויסגעפירט.
מען האט פרובירט פרייטאג צו זעהן צו מען קען עפעס מאכן א שלום, אבער חי' שרה האט געזאגט ארויס און פארטיג, ראטשי האט גערופען חי' שרה פרייטאג נאכמיטאג און געמאכט קולי קולות אויף איר, אבער עס האט איר געהאלפען א כפרה אין די ביסטריץ רעבעצין האט אויסגעפירט, ליפא איז די וואך ארויסגעפלויגן ווי א הונט, ער איז געגאנגען דאווענען אין עטרת אברהם.
גאנץ שבת האבן זיך די ברך ליפא מענטשן ארום געדרייט צוזעצעט און צופליקט, ליפא האט געזאגט פרייטאג צונאכטס אז חי שרה טרינקט די מאמעס בלוט און זי וויל איר הרגענען, און ער ער וועט דאס נישט צולאזן, זיינע חסידים שווערען זיך אז זיי גייען אויספירן און פסח וועלן זיי שוין זיין צוריק, אבער די זאליס האבן זיך ארום געדרייט און געשווארען אז חי' שרה וועט אויס פירן און בלוט וועט זיין און ליפא מיט זיינע יענקיס בלייבן אינדעראויסן!
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/04/2007 2:32:02
 |
|
|