רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי''ע פלעגען די סאטמארער חסידים באטיטלן אלס 'רשכבה''ג ', פרעגט זיך א קשיא מיט וואס איז ער געווען 'רשכבה''ג'? ער האט גע'פסק'נט אז השתתפות בבחירות אין מדינת ישראל איז ביהרג ואל יעבור, און דאך האט רוב מנין ובנין פון יהדות החרדית זיך נישט גערעכנט מיט דעם הארבן פסק פון יהרג ועל יעבור. וכי תימא אז אין אמעריקא איז ער יא געווען 'רשכבה''ג', והלא, אין יאר תשל''ג איז ערשינען א מכתב קודש פון רבי'ן זי''ע בנוגע צו ניצן נאר התאחדות צוקער אויף פסח , שרייבט דער רבי זי''ע אינעם מכתב: ואין רשות לשום רב ליתן הכשר על צוקער אחר. שטעלט זיך א פראגע: דער סגן נשיא פון התאחדות הרבנים הגה''ק מצעהלים זצ''ל האט נאך אין יאר תשל''ג און אזוי אויך אין די שפעטערע יארן יא געגעבן א השגחה אויף פסח'דיגע צוקער פון 'איצקאוויטש'? וויאזוי שטימט דאס מיט 'רשכבה''ג'?
_________________
נשלח ב-16/4/2007 18:09
פסח איז די האקעלסטער יום טוב און מצה איז דער האקעלסטער מאכל.
און אויב היי יאר ווען מאנכע האבן גע'טענה'ט אז בכלל צו טוישן צו אריזאנא ווייץ איז מען משנה פון די מסורה, און מאנכע האבן גע'טענה'ט אז היי יאר ספעציעל איז דא א גרויסע שאלה אויף די אריזאנא ווייץ צוליב שניידן ביי 6 און 7 , און דאך וויבאלד כ''ק מרן הגה''ק רשכבה''ג אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט משמיע געווען חות דעתו הרמה איבער דעם הידור פון אריזאנא ווייץ אפילו אויף היי יאר און אז ער אליין וועט בעז''ה נוצן די אריזאנא ווייץ האבן זיך באלד צוגעשטעלט רוב מנין ובנין פון די גדולי הרבנים והצדיקים פון יהדות החרדית פון חוץ לארץ צום סאטמארער רבי'ן שליט''א און געבאקען מצות אך ורק פון אריזאנא ווייץ.
_________________
נשלח ב-16/4/2007 10:05
שור, איך מיז זאגען דיין PR קאמפעין איז עפעס מוראדיג... קודם פאנגסטו מיטן עפעס א מאדאנע אשכול ווי א אומשילדיג קינד וואס רשכב''ג מיינט, און נאכדעם קומסטו מיט דיין מוראדיג אויפטרעף אז... ר' אהרן איז גאר די רשכב''ג! פארוואס? ווייל די האלסט דאך אז טאמיר איינער קומט מיט אן אויפטרעף וועגן א גיטע חומרה בנוגע מצות, און אסאך רבנים האלטען דערפון איז ער שוין רשכב''ג... אפשר איז די בעל הפטענעט פון די שבת לייט אויך א רשב''ג ווייל אסאך רבנים האבען עס... און צווייטענס גלייכסטו צו ר' יואליש צו ר' אהרן אלס די זעלבע מדריגה, אלס מיר אויס האב איך נישט קיין פראבלעם, אבער פאר ענק סאטמערער מיין איך איז עס א שטיקעל בושה. שטעלט דיך פאר די בעלזער'ס גלייכען צו זייער רבי מיט די זעלבע מדריגה ווי ר' אהרל'ע זצ''ל.
אויכעט איז זייער אינטערסאנט אז ר' אהרן קוים א יאר רבי זאל זיין שוין זיין רשכבה''ג... אינטערסאנט פארוואס די סקולענער רבי אדער די טאהשער רבי איז נישט געקומען צום רשכב''ג חתונה? אדער יעדער זאך וואס עס פאלט עיהם איין ווי למשל אסרען די המודיע וכו', פוו' אסרט דעלמאטס קיינער נישט די המודיע? איז ער נישט רשכבה''ג? אינטערסאנט די המודיע איז גארנישט אראפ מיט ליינער'ס.
צום לעצנס, מסטמא וועט דער בלאט זיין ביזי כמעט יעדע וואך מיט די אריזאנא ווייץ, ווייל נאר אזוי טראכט די בלאט קענען זיין שרייבען רשכב''ג אויף ר' אהרן און איך גלייב אז די וואך איז געווען די ערשטע וואך וואס וואס דער בלאט שרייבט רשכב''ג אויך ר' אהרן. שטעלט דיך פאר ווי אזוי דער בלאט וועט אויסקוקן און א יאר ארום ''כ''ק מרן אדמו''ר הגה''ק עט''ר רבה''ק רשכבה''ג נשיא דורנו הקוה''ט גדול הדור ........ (עפעס האב איך אויסגעלאזט?..) איך מיין די world genius record וועט קענען ר' אהרן אלס די רבי מיט די גרעסטע טיטלען!
נשלח ב-12/4/2007 02:29
האט מען אין בית המדרש שערי תורה ביי די זילבערשטיינס געזאגט שביעי של פסח ביי די שורה 'אז ישיר 'משה' ובני ישראל את השירה הזאת וכו', אדער צוליב נקמה און צארן אויפ'ן ברך משה האט מען אויסגעלאזט משה און בלויז געזאגט: אז ישיר ובני ישראל את השירה הזאת וכו'..
_________________
נשלח ב-10/4/2007 16:57
ווענדט זיך אויף וועם מען שרייבט רשכבה''ג אויף רבינו שליט''א איז די ר''ת רבן של כל בני הגולה אבער אז מען שרייבט אויפ'ן פ''ר פון וומסב''ג דעמאלסט איז די ר''ת רבן של כל בני הגולם .
_________________
נשלח ב-6/4/2007 18:46
נישט נאר אין 'שערי תורה' האט מען געשאלטן, נאר אין אסך גרעסערע בתי מדרשים האט מען געשפיגען בלוט אויפן מציאות אז די גרעסטע רבנים פונעם יהדות החרדית אין ניו יארק האבן מקבל געווען אויף זיך די הוראה און חות דעת פון כ''ק מרן הגה''ק רשכבה''ג אדמו''ר מסאטמאר שליט''א , בנוגע די אריזאנא ווייץ.
_________________
נשלח ב-6/4/2007 18:18
אין בית המדרש 'שערי תורה' אויף הופער סטריט אין וויליאמסבורג בנשיאות האחים החכמים ונבונים משפחת זילבערשטיין שליט''א האט מען אין די ימים ראשונים של פסח געשאלטן דעם פאקט אז די אהרונים טיטלן שוין זייער רבי'ן אלס ' רשכבה''ג '. אין דעם בית המדרש וואו מ. פילאפף איז א מתפלל און מגיד שיעור האט מען געשימפט אויפן מציאות אז מען האלט נאך פאר'ן ערשטן יארצייט פונעם 'סיגעטער', און זיי באטיטלן שוין בנו הגדול אלס ' רשכבה''ג '. איינער האט זיי געוואלט בארואיגן אז בלויז ביי די ארונים איז ער 'רשכבה''ג', האבן די קלוגע זילבערשטיין ברידער צוריקגעשריגען : קוקטס אין 'בלאט' די רשימה פון די רבנים ואדמורי''ם וועלכע זענען בלינדערהייט נאכגעגאנגען א...'ן , און בכלל די ארונים טענה'ן אז דער רבי זכותו יגן עלינו איז אויך נאר געווען 'רשכבה''ג' אין 'איד' און ביי זיינע אייגענע מענטשן, והאיסור להשתתף בבחירות יוכיח,והשגחה של צעהלימער רב על צוקער לפסח של איצקאוויטש יוכיח, ועוד ועוד. בכלל וועלכער ארוני עס וויל האבן א שמחת יום טוב דארף זיך אריינכאפן פאר א תפלה אין דעם בית המדרש און הערן די שוימעדיגע קללות און פארביטערטע שפראך.
_________________
נשלח ב-2/4/2007 03:24
שור, ערשטענס האב איך נישט געמיינט קיין טאנקען ווען איך גערדט פונעם לובאוויטשער רבי, כ'האב געמיינט די שיטות בנוגע די מדינה וכו' סאטמערע רבי האט קיינעם נישט געהאט א חוץ תו''א וואס איז דעלמאטס געווען קוים א מנין, און שאפראן, אפשר צעהלים וכו'
איין זאך פארשטייאיך נישט? ביסטו נישט קיין ארוני?
נשלח ב-2/4/2007 02:57
די אהרונים אינעם 'פסח' בלאט באטיטלן רבי אהרן מסאטמאר שליט''א אלס ' כ''ק מרן רשכבה''ג הגה''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א ' אויפן ערשטן זייט פון בלאט, שטעלט זיך א פראגע איז ער מער 'רשכבה''ג ' פונעם דברי יואל אדער גענוי אין זעלבן קאטעגאריע?
_________________
נשלח ב-2/4/2007 02:50
וועלכער רב האט געהייסן פאר זיינע מתפללים צו פארן אויף א מצוה טאנק און געשיקט זיינע בחורים קיין מאנהעטן ווען אינדרויסן גייט א היץ פון 95 דעגריס צו טיילן שבת ליכט פאר די לעידיס פון מאנהעטן?
_________________
נשלח ב-2/4/2007 00:31
קומט אויס... אז די זעלבע מענטשען וואס באטיטלען ר' אהרן קדוש באטיטילען די בעל דברי יואל רשכבה''ג. און אז די גלייבסט אז ר אהרן איז א קדוש, קענסטו אויך גלייבען פון רשכבה''ג, אפילו עס מעכט נישט קיין סענס.
דרך אגב די לובוויטשער רבי זצ''ל האבען מער קהלות נאכגעגאנגען ווי די סאטמערע רבי