בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג! ברעקינג! בית יהודי אונטערגעצינדן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/4/2007 05:09 לינק ישיר 
ברעקינג! ברעקינג! בית יהודי אונטערגעצינדן

לכבוד פסח האבן אפאר ציונים - מ'ווייסט נאך נישט צו פרומע צו פרייע, צו סאטמערע ציונים אדער בעלזער אדער סקווערער ציונים - זיך גענומען די מצווה און אינטערגעצונדן ביהמ"ד בית יהודי, די בית המדרש פון ר' משה בער בעק און נטורי קרתא. איך האב יעצט גערעדט מיט איינעם וואס איז דארט ער זאגט מיר אז די גאנצע בילדינג איז פארברענט.

אויב מיינען זיי אז אזוי וועלן זיי עם אונטערברענגען האבן זיי א גרויסן טעות די זאכן האבן זיך ארויסגעוויזן טוען נאר בויען א מענטש און א מקום. גייט ווייטער אן מיט דעם וועג איר וועט זייער ווייט אנקומען.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2007 14:18 לינק ישיר 

גוטזאגער, איך קען דא אריינגיין און זיך טענה'ן מיט דיר איבער דעם ענין פון גיין קיין איראן ביז מארגן נאכן קוגל. נאר עס פעלט די אויס ווייל כבר הלכו בו נמושות מען רייסט זיך שוין ביי די בערד און ביי די נעזער איבער דעם אגאנץ ווינטער.

די נקודה דא איז זייער פשוט. איעדער מעג און דארף פאלגן זיין רב און דעת תורה. וויפיל עס שמעקט די יא אדער נישט איז נישט קיין נ"מ, אבער א איד וואס פאר עטליכע אין זעכציג יאר טוט ער נישט עפעס אנדערש ווי לערנען און דאוונען און דינען דעם אייבערשטן, - כאטש איך בין אויך נישט מסכים מיט אלעס וואס ער טוט - בלייבט ער נאך אלץ א דעת תורה. ס'שמעקט דיר נישט? טו בעד.

ר' משה בער איז נאך אזא דעת תורה ווי סיי וועלכער רב (אדער נאר כמעט סיי וועלכער) וואס געט הכשרים אויף די מאכלים וועלכע די עסט (אנטשולדיגט אויב ביסטו פון די געציילטע וועלכע עסן נאר היימיש, דעמאלס האב איך געמיינט דיין שכן פון רעכטס און פון לינקס, פון אויבן און פון אונטן אא"וו), און די מענטשן האבן געהאט אלע רעכטן צו פאלגן זייער רב און דעת תורה.

און דאס אז מען דארף אונטערברענגען מענטשן וועלכע פאלגן זייער רב און גייען נישט אין שפאן איז טאקע נישט קיין נייע זאך. אבער קיין שום רב האט נאכנישט גע'פסק'נט אז מען מעג פארברענען א בית המדרש מיט ספרי תורה, תפילין, מזוזות, ספרי קודש ועוד ועוד. איז ממילא דא האסטו מיין תירוץ פארוואס דארט האב איך נישט פארפירט, ווייל איך בין נישט מוחה ווען אידן פירן זיך לויט ווי זייער רב הייסט זיי, אבער דא פארפיר איך יא ווייל קיין איין רב האט נאכנישט געהייסן אונטערצינדן בתי מדרשים מיט די ספרי תורה און תפילין. און אויב עס איז טאקע יא דא אזא פסק, נאר איך ווייס פשוט נישט דערפון, מיין איך אז עס פעלט שוין נישט אויס מוסיף צו זיין קיין איין ווארט, ווי די צייטונגען וואלטן געשריבן ביי אזא זאך "קאמענטארן זענען איבריג".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2007 23:31 לינק ישיר 

ווען אפאר מטורפים האבן געמאכט א שרעקליכן חילול השם און התגרות באומות מיט'ן זיך קושן מיט אמעריקע'ס גרעסטע פיינט האב איך נישט געהערט קיין ווארט פון דיר.

ס'איז טאקע זייער א שטארקע ווייטאג וואס מען האט געטאן מיט ספרי תורה, תפילין און מזוזות, אבער ס'איז אויך א שטארקע ווייטאג ווען אידן טוען דאס וואס זיי האבן געטאן אין טעהראן, און דאן האסטו געשוויגן.

די איינגעגעסענע דערביטערניש און שנאה פון אמעריקע צו טעהראן האט נישט קיין שום שייכות מיט מדינת ישראל, ווי די הייפעלע משוגעים ווילן איינרעדן די וועלט, נאר איז א רעזולטאט פון די לאנגיעריגע אגרעסיע פון די איראנער קעגן אמעריקע, אנגעפאנגען מיט די משכונות אקציע, וואס איז געווען א ביטערער פּיל פאר אמעריקע און אמעריקע האט עס נאך אלס נישט מוחל געווען פאר די איראנער, אלזא ווען ס'קומען א גרופע רשעים און מחלל שם שמימניקעס און שטעלן זיך אויפן זייט פון אמעריקע'ס שונא איראן. איז נישט פארהאן קיין שוידערליכערע מחזה ווי דעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2007 22:47 לינק ישיר 

טייערע אידן ס'איז שוידערליך צו וועלכע מצב מען האט זיך דערקייקלט, איך בין יעצט דארט געווען, שטייען מענטשן אנגעטוען ווי פרומע אידן און ממש מ'טאנצט פאר שמחה. עס גלייבט זיך גארנישט, פארברענט בידים א אידישע הויז, א בית המדרש, פסול געמאכט עטליכע ספרי תורה, פארברענט כמה פאר תפילין, צענדליגער מזוזות טויזנטער ספרי קודש וכתבי ידות אין חידושי תורה פונקט אזוי ווי די נאציס (און די ציונים), און מען טאנצט גאר פאר שמחה, איך קען מיך נאכנישט צוזאמנעמען מיינע מחשבות צו טראכטן אפילו געהעריג נאך זען אזא שוידערליכע מחזה.

דער רבונו של עולם זאל רחמנות האבן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2007 20:51 לינק ישיר 

 VOS IZ NEIAS

...     Anonymous said

Interesting, to take part in a conference to proclaim that the holocaust did indeed happen,
- just that the state of Israel does not have the right to use the blood of the 6,000,000 Jews for there bloody politics and putting the entire ''klal yisral'' into danger - is condemned with the highest possible tunes,

but to do exactly what Hitler ym''s did by burning a fellow Jews home and wish he was there is perfectly excepted.

April 2, 2007 12:25 PM




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2007 10:36 לינק ישיר 

ספרי תורה ווייסט מען נאך נישט, תפילין ליידער נישט.

מענטשן זענען ב"ה אלע ארויס.

די מענטשן וואס האבן געטראפן דעם פייער זאגן אז די טירן צו דעם צימער זענען געווען פארקלאפט מיט טישן און בכלל די גאנצע מעשה שמעקט פון ארסען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2007 08:52 לינק ישיר 

קרעדיט: עיניםטובות






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2007 08:46 לינק ישיר 

האט מען געראטעוועט די ספרי תורה און
תפילין פון דעם בית המדרש?

זענען אלע מענטשן ארויס באצייטענס?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2007 06:32 לינק ישיר 

וויאזוי ווייסטו אז ס'איז געווען ארסען? אפשר האט מען דארט גע'כשר'ט כלים אדער געבאקן מצות אדער בודק חמץ געווען לעבן א פירהאנג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג! ברעקינג! בית יהודי אונטערגעצינדן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext