ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האבן געגעסן ביים הייליגען סדר נאכט 82 חתנים די ערשטע נאכט פסח, אין 79 חתנים די צווייטע נאכט.
ביי ווילי עם הארץ ר' זלמן לייב האבן געגעסן די ערשטע נאכט 16 חתנים, און די צווייטע נאכט 8 חתנים.
די זאליס זענען געווען ציווילדערוועט פאר יו"ט, נאכדעם וואס די קווינס חתנים האבן זיך נישט געמאלדן מיטצוהאלטען די סדר פון ר' זלמן, די זאליס האבן ארום געקאלט יעדן חתן באזונער אזוי אויך די טאטעס זיך בעטן אז מען זאל קומען צום סדר, אבער די קווינס בחורים האבן געזאגט אז זיי זענען נישט אינטערסירט דעראויף.
עס איז געווען שווארץ שבת, מען האט שנעל געמאכט אן עמרזשענסי דרייוו, און מען האט געמאלדן אז יעדער בחור קען אויך עסן דארט מען מוז נישט זיין קיין חתן, מען מוז אנפילן די טישן מיט היטלעך, עס האבן אויך געגעסן דארט נאך 12 סתם בחורים, ווי שמואל טייטלבוים בחור, משה גבאי צוויי בחורים, יודל וויינשטאק בחור, און זייערע חברים.
די ווינדאו שעטס איז געווען אראפ געצויגען א גאנצן סדר, אז קיינער זאל נישט קענען אריין קוקן און זעהן דעם חורבן, מען האט געטרויעט א גאנץ סדר אויף די בזיונות.
משה וואלף קליין האט אויך געגעסען דארט מיט זיין ווייב, ווייל ער האט געדארפט קער נעמען פון די ווידיא, אז עס זאל זיין אלעס מסודר.
ליצים זאגן אז משה גבאי זאגט אז ער האט געמאכט א גורל אויף די חתנים און נאר 16 האבן געוואונען…