שפליטער אין זאלי בי"ד. רז"ל פילאף פאר אריזאנא ווייץ
רז"ל פילאפף האט דעם פסח געזאגט אז עס טוט אים זייער וויי איבער די שערוריה פון די אריזאנא ווייץ, ווייל ער איז איבערצייגט אז עס איז מער מהודר און עס טוט אים וויי אז מ'לאזט אים נישט זאגן זיין חוות דעת בשער בת רבים.
ערשט א וואך פארדעם האט ר' ירמי' פריעדמאן, א זון פון ריח"מ פריעדמאן זיך אויך געלאזט הערן אז די אריזאנא ווייץ איז מצוה מן המובחר, און אז ער נעמט נאר פון די ווייץ פאר די מצות.
הגאון ר' מנחם זכרי' זילבער האט געלאזט הערן זיין חוות דעת אין בנין עסטרייכער, דעם צווייטן טאג פסח, אז די אריזאנא ווייץ איז פיל מער מהודר, און אז מהיום והלאה וועלן אלע ערליכע בעקערייען טאן אלע השתדלות'ן צו באקן נאר פון די ווייץ.
וכל זה איננו שוה לי... ווילאנג איינער פון די הויפט פיאנערן איז נישט קיין אנדערער ווי זייער פאליטישער שונא... דאס איז מרן רבינו הגה"ק שליט"א
|
|