ר' יואליש פון סאטמאר זצ"ל.
די חסידים און תלמידים אין תל אביב.
צווישן די תלמידים וחסידים וועלכע האבן געוואוינט אין תל אביב האבן זיך ספעציעל ארוסיגעטשעלט די חשוב'ע אידן הרה"ח ר' שמואל פעטרובער ז"ל וועלכער האט געשטאמט פון די שטאט סיגעט און איז געווען א תלמיד פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע, הרה"ח ר' מאיר טאבאק ז"ל א תלמיד פון הגאוה"צ מסלאטפינא זצוק"ל הי"ד חתדב"נ פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע, הרה"ח ר' יוסף יצחק ראטענבערג ז"ל פון די שטאט סיגעט וועלכער איז ארויפגעקומען אין יאר תרצ"ד קיין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין תל אביב, הרה"ח ר' משה אברהם קאהן ז"ל פון די שטאט נירעדהאז וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם רבי'ן אין קראלי און דערנאך וואס דער רבי איז געפארן קיין סאטמאר איז ער מיטגעקומען מיטן רבי'ן קיין סאטמאר און איז ארויפגעקומען אין יאר תרח"ץ, אין יאר תש"ו האט ער זיך זייער שטארק אפגעגעבן מיטן רבי'ן און זיין מוסדות און האט צוגעשטעלט מעמדות געלט פארן רבי'ן, הרה"ח ר' יוסף פעלדמאן ז"ל פון די שטאט סאטמאר וועלכער האט שוין דאן געהאט גרויסע ערצויגענע קינדער הרה"ח ר' יעקב, הרה"ח ר' משה און הרה"ח ר' פישל ז"ל וועלכע האבן אסאך געטוהן פאר'ן רבי'נס ישיבה אין ירושלים, הרה"ח ר' פנחס האלפערט ז"ל פון די שטאט סיגעט וועלכער האט אסאך גע'שתדל'ט אז דער רבי זאל קענען באקומען א סערטיפיקאט אריינצוקומען קיין ארץ ישראל, הרה"ח ר' פסח הערש טאבאק ז"ל פון די שטאט סיגעט א תלמיד פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע, ער איז ארויפגעקומען אין יאר תרצ"ג און האט זיך שפעטער באזעצט אין תל אביב, הרה"ח ר' יחיאל בענעדיקט ז"ל וועלכער האט שפעטער זוכה געווען צו זיין דער בעל אכסניא פונעם רבי'ן דא אין תל-אביב, און שפעטער אין בני ברק און נאך פילע תלמידים וחסידים ז"ל.
אט די אלע אידן האבן געלעכצעט און געווארט אז דער רבי זייער קרוין פון קאפ זאל קומען באשיינען א שבת ביי זיי אין שטאט און מאציל זיין מהודו והדרו אויף זיי.
אינמיטן ווינטער האט דער רבי געשיקט די רעבעצין ע"ה קיין תל-אביב זי זאל עפעס טוהן לטובת די ישיבה און דער רבי האט איר מיטגעגעבן א בריוו צו הרה"ח ר' פישל פעלדמאן ז"ל, דער רבי בעט אינעם בריוו פון ר' פישל'ן ער זאל איר אויפנעמען מיטן שענסטן כבוד, און זאל זעהן צו העלפן ווייטער די ישיבה אין ירושלים.
ווען די רעבעצין ע"ה האט זיך געפונען אין תל-אביב האבן די תלמידים וחסידים פון תל אביב אויסעגנוצט די געלעגנהייט און האבן זיך געוואנדן צו די רעבעצין, זי זאל משפיע זיין און איינבעטן ביים רבי'ן אז ער זאל קומען אויף א שבת אין שטאט, וואי די תלמידים ווארטן שוין אזוי לאנג זיך צו קענען מסתופף זיין בצל תומר, די רעבעצין האט דאן צוגעזאגט פאר די תלמידים אז זי וועט איבערגעבן זייער בקשה צום רבי'ן.
ווען עס איז אנגעקומען חודש שבט, האט דער רבי געגעבן זיין הסכמה דורך רבי יאסל ז"ל און האט איינגעמאלדן אז ער וועט וויילן אויף שבת פר' כי תשא כ"ב אד"א אין תל אביב.
עלי יניח צדיק את ראשו
באלד ווי די ידיעה איז אנגעקומען אין תל אביב, איז געווארן א שמחה און פרייד ביי די פילע תלמידים וחסידים ותהי שמחה גדולה בעיר, עס האט זיך באלד אנגעפאנגען די נויטיגע הכנות און צוגרייטונגען, הרה"ח ר' יחיאל בענדיקט ז"ל און תבלחט"א זוגתו החשובה שתחי' זענען אראפגעפארן קיין ירושלים צו לאדענען דעם רבי'ן ער זאל האבן זיין אכסניא אין זייער הויז.
הרה"ח ר' יחיאל ז"ל איז געווען דער מכניס אורח פון זיער אסאך גדולי ישראל, און מיט יארן שפעטער ווען דער רבי האט באזוכט אין די שטאט בני ברק און ר' יחיאל ז"ל האט זיך שוין דאן אריבערגעצויגן קיין בני ברק האט דער רבי אויך געהאט ביי אים זיין אכסני', און אפילו שפעטער ווען דער רבי האט שוין געהאט אויפגעשטעלט די הייזער אין "שיכון קרית יואל", און געהאט זיין אכסניא ביי הרה"ח המפואר ר' חיים הערש שווארץ ז"ל, האט דער רבי אבער נישט מוותר געווען אויף לכה"פ א באזוך ביי ר' יחיאל'ן אין שטוב.
דער רבי האט באלד איינגעשטימט און צוויי וואכן בעפאר דער רבי איז געקומען קיין תל אביב, האט דער רבי באפוילן פאר הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל משב"ק ער זאל אראפפארן קיין תל אביב, און איבערגעבן פאר ר' יחיאל אז ער האט באשלאסן צו האבן זיין אכסניא אין זייער הויז און האט זיי אויך געזאגט אז דער רבי האט אים געבעטן איבערגעבן זיין טעם בלויז פאר אייך (ר' יחיאל) מיט אייער ב"ב, זאגענדיג אז ער וויל דערמיט מכיר טובה דעם בעל אכסניא וואס איז פון די גרעסטע טוער'ס פאר'ן כלל, א עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה, און איבערהויפט אז די עקרת הבית איז א טאכטער פון זיין ידיד נאמן הרבני החסיד הנעלה מוה"ר ישראל פאללאק ז"ל פון דער שטאט זענטא, וועלכער איז געווען א מקורב ביים טאטן מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע, און שפעטער א ידיד נאמן פון די גאנצע משפחה, פונעם ברודער דער עצי חיים זצ"ל, און נאכ'ן הסתלקות פון עצי חיים האט ער געהאלפן חתונה מאכן זיינע קינדער, זייענדיג מוזיל זהב מכיסו מיט גרויסע סכומים.
ר' יחיאל האט דאן באמערקט פאר ר' יוסף, אז ווי עס שיינט וועט ער זיך נישט קענען געפונען ביים רבינ'ס באזוך אין שטאט, ווייל ער דארף וויכטיג פארן קיין טערקיי צו ראטעווען זיינער א נעפיו זיין ברודער'ס זון הרה"ח ר' שלמה זלמן בענעדיקט הי"ו פון ירושלים, וועלכער איז דאן געבליבן אלס קליין קינד אן עלנדן יתום פון טאטע מאמע און וואלגערט זיך אין טערקיי צווישן די ציוני'סטישע אינסטיטוציעס, און אז ער וועט נישט זיין אינדערהיים וואס א פנים טראגט עס אז דער רבי וועט איינשטיין בביתו, אבער ר' יאסל האט גענטפערט פאר ר' יחיאל, אז טראצדעם וועט דער רבי איינשטיין ביי אייך, וויבאלד אייער איז נאנט צום ביהמ"ד "יבנה חסידים" וואו דער רבי וועט פראווען דעם גאנצן שבת.
די צוגרייטונגען צום שבת
אין איין אין די זעלבע צייט זענען אנגעגאנגען פיבערהאפטע הכנות, עס זענען געווארן ארויסגעשיקט אויף די פאסט איינלאדונגען פאר אלע תלמידים וחסידים פונעם רבי'ן, און פאר אלע אנגעזעענע חשוב'ע אידן וועלכע האבן געוואוינט אין תל-אביב און די אומגעגנט ארום און ארום, די תלמידים האבן גלייכצייטיג ארומגעשיקט די פאסט קארטלעך פאר אלע ידידים וחסידים פונעם רבי'ן איבער דער גארער וועלט, און בפרט פאר הרה"ח ר' משה גראס ז"ל וועלכער האט מיטגעהאלטן כמעט יעדן טריט און שריט פונעם רב'ין אין ארץ ישראל, זייענדיג נאנט און בידידות מיטן רבי'ן אין שווייץ מיט א יאר בעפאר,
דאס הויז וואו עס איז באשטימט געווארן די אכסניא פונעם רבי'ן ביי הרה"ח ר' יחיאל בענעדיקט ז"ל האט זיך געפונען אויף די מאז"ה 52 גאס, די גאסן ארום זענען געווען אויסעהאנגען מיט פלאקאטן "תנו כבוד לתורה", ארויסגעשטעלט דורך די "חסידי סטמר-סיגט בתל אביב" ווי זיי מעלדן "הננו מתכבדים בזה להודיע בשמחה רבה שכ"ק אדמו"ר הרב הגאון הגדול הצדיק המפורסם ברחבי תבל כקש"ת מרן ר' יואל טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר יצ"ו נאות לבקשתנו וישבות בעירנו תל=אביב אי"ה בשבת קודש פ' כי תשא את ראש בני ישראל, כ"ב אדר ראשון הבעל"ט.
די חסידים מעדלן גלייכצייטיג אויפן פלאקאט אז "האדמו"ר שליט"א יגיע ברצ"ה מירושלים ביום חמישי בשעה 5 אחה"צ לביתו של הרבני הנגיד ר' יחיאל בנדיקט נ"י רחוב מאז"ה 25 ויתאכסן שמה.
ווייטער ווערט געמאלדן אז די "תפלת קבלת שבת וסעודת ליל שבת תהי' בבית הכנסת "חתם סופר" רחוב גאולה 32, תפלת שבת בבקר תהי' בבית הכנסת הגדול דחסידים "יבנה" ברחוב יבנה 19 בשעה תשע, בשעה 3 אחה"צ ידרוש כ"ק אדמו"ר שליט"א בהלכה ובאגדה בביהכנ"ס "יבנה" הנ"ל.
גלייכצייטיג זענען דאן אין די היגע צייטונגען באריכטעט געווארן איבער דעם רבי'נס אנקומען קיין תל אביב, אין די .... צייטונג ליינען מיר: "האדמו"ר ר' יואל טיטלבוים מסאטמר ישבות השבת בעירנו, יגיע היום אחה"צ בשעה 3 בבית הכנסת "יבנה", ב-5 אחה"צ לביתו של ר' יחיאל בנדיקט ברחוב מאז"ה 25, יתפלל וידרוש בשבת עריכת השולחנות בחוג חת"ס רחוב גאולה 32".
צהלי ורוני יושבת תל אביב
דאנערשטאג פארנאכט איז דער רבי אנגעקומען קיין תל אביב מיט'ן רבי'ן אינאיינעם זענען מיטגעקומען דער חתדב"נ הגה"צ מסעמיעהאלי זצ"ל און זיין חשוב'ע רעבעצין הרבנית הצדקנית מרת חי' רויזא ע"ה, הגה"ח רבי חיים אלי' שטערנבערג זצ"ל, הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל משב"ק, הרב החסיד המפורסם ר' הערש פנחס מאשקאוויטש ע"ה הרה"ח ר' לייבוש לעפקאוויטש ז"ל שפעטערדיגער ראה"ק ומנהל מוסדות סאטמאר, הרה"ח ר' פנחס כ"ץ ז"ל זון פון הגאון הגדול בעל רבי אברהם שלמה זצ"ל שפעטערדיגער רב אין קהל יטב לב דסאטמאר בני ברק, הרה"ח ר' חיים מרדכי שטיינבערג ז"ל אזוי אויך זענען מיטגעקומען הרה"ח ר' אהרן שטערנבערג ז"ל און להבלח"ט הרה"ח ר' מאיר שטיין שליט"א וועלכע זענען נאך דאן געווען בחורים אין די ישיבה און נאך.
נעבן די אכסניא האבן אפגעווארט א הערליכער ציבור פון אנגעזעענע פערזענליכקייטן פון עם חרדישן אידענטום אין שטאט, און פון אלע אנדערע קרייזן און שיכטן וועלכע האבן געוואוינט אין דער געגנט, און ווי נאר די קאר פון רבי'ן זי"ע איז ערשינען בתוככי הקהל האט דערציבור אויסגעבראכן אין א געזאנג "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו". און יעדער האט גענומען שלום פון רבי'ן. עס זענען געווען אידן פון די תלמידים וואס האבן געלאזט טרערן פון התרגשות אזמ'האט זיך ווידער געקענט טרעפן צוזאמען מיט מאן מלכי רבנן מרן הקוה"ט זי"ע.
דער רבי זי"ע איז גלייך ארויף אין הויז פון די אכסניא וואו עס איז פארגעקומען א ענגע "קבלת פנים". עס איז געווען פארזאמאלט א שיינער ציבור פון די ארטיגע געגנט, רבנים, חשוב'ע חסידים ואנשי מעשה, די בארימטע תלמידים פון רבי'ן פון פאר די קריג.
דעם רבינ'ס באזוך ביי הרה"ק מבעלזא זצ"ל
די רעבעצין בענעדיקט שתחי' דערציילט, אז נאך יענע נאכט ווען דער רבי זי"ע איז אנגעקומען אין תל-אביב האט ער באזוכט ביי הרה"ק אדמו"ר מהר"א מבעלזא זי"ע, בביתו נאוה וועלכע עס האט זיך געפונען אויף רח' אחד העם, אין הארץ פון שטאט.
עס האט דערציילט הרה"ח ר' חיים מרדכי שטיינבערג ע"ה פון רבינ'ס תלמידים נאך פאר די קריג (עס איז געדרוקט אין זיין ספר הזכרון "פעולת צדיק לחיים"), איבער דעם באזוך ווי פאלגענד:
"ווען דער רבי איז געווען אויף יענעם דערמאנטן שבת אין תל-אביב האט ער דעמאלטס אויך אפגעשטאט א באזוך ביים בעלזער רבי'ן הרה"ק רבי אהרן זצ"ל, וועלכער האט אין יענע תקופה אויך געוואוינט אין תל-אביב, איך בין אויך אנוועזנד געווען ביי דעם באזוך.
דער בעלזער רב האט זיך אנגערופן צום רבי'ן מיט צופרידנהייט "תל-אביב זעהט שוין היינט אויס אנדערש ווי אמאל, ס'האט שוין אין זיך חסידים".
האט זיך דער רבי אנגערופן: "תל-אביב איז אנדערש, און די חסידים זעהן אויך אויס אנדערש"..
לקראת שבת
צו די אכסניא פון רבי'ן איז ארויפגעקומען הרב הגאון ר'יואל פאלאק זצ"ל דער רב פון ביהמ"ד "חתם סופר", און האט געלאדענט דעם רבי'ן זי"ע צו דאווענען אין זיין ביהמ"ד וועלכע האט זיך דעמאלט געפונען אויף רח' גאולה 23. דער ביהמ"ד "חתם סופר" איז געווען א ערליכער ביהמ"ד בנוסח אשכנז, וואו עס האבן געדאווענט יוצאי וצאצאי תלמידי מרן החתם סופר זי"ע, אפשטאמיגע פון די שטאט פרעשבורג, און פון די גלילות ארום. אין דעם ביהמ"ד האט דער רבי זי"ע אפגעראכטן תפילת ליל שבת קודש, און געפראוועט שולחנו הטהור פאר עדת חסידיו ומעריציו.
אויך זענען געקומען צום רבי'ן די גבאים פון ביהמ"ד "יבנה חסידים" הרה"ח ר' יוחנן אויערבאך ז"ל, הרה"ח ר' יוסף יצחק ראטענבערג ז"ל. וועלכע האבן געלאדנט דעם רבי'ן זי"ע אפצורעכטן די תפילות יום השבת און "סעודת שלישית" אין ביהמ"ד "יבנה חסידים", וועלכע געפינט זיך ביז היינט צו טאג אויף רח' יבנה. זיי האבן אויך מכבד געווען דעם רבי'ן צו זאגן א דרשה שבת נאכמיטאג כנהוג ווען עס פלעגט קומען א רבני'שער גאסט אין שטאט.
דאס בית המדרש "יבנה חסידים" איז געווען אין יענע צייטן די צענטראלסטע און שענסטע חסידישע ביהמ"ד אין שטאט תל-אביב פאר אלע קרייזן און יכטן. אויך איז עס געווען זייער א גרויסער ביהמ"ד. דער רב פון ביהמ"ד איז געווען דעמאלט הר הגאון ר' יונה האכמאן זצ"ל, א פארצייטישער רב פון רוסלאנד, וועלכער האט געזאגט טעגליכע שיעורי תורה אין ביהמ"ד און האט אנגעפירט מיט אירע רוחניות'דיגע פונקציעס.
די צוויי גבאים פון ביהמ"ד זאנען געווען אנשי מעש און יראי שמים מופלגים, אנגעהויבן פון ר' יוחנן אויערבאך ז"ל וועלכער איז געווען א פלאמפייערדיגער טשערנאביל'ער חסיד, און האט באחרית ימים זיך אריבערגעצויגן קיין עיר התורה והחסידות בני ברק, און האט קובע געווען תפילתו בבית מדרשו פון כ"ק אדמו"ר ממאכניווקא זצ"ל.
דער אנדערער גבאי ר' יוסף יצחק ראטענבערג ז"ל איז געווען אן אפשטאמיגער פון די שטאט סיגעט, און האט געהאט א שטארקע שייכות מיטן הייליגן עצי חיים זי"ע.
עס וועט זיין אינטרעסאנט איבערצוגעבן קורצע שטריכן איבער די בארימטע "ראטענבערג" פאמילע, וועלכע האט זיך אנגעהויבן פון זייער זיידן הרב הצדיק רבי חיים יעקב ראטענבערג זצ"ל, וועלכער האט בחברותא מיט מרן קודש הקדשים צאנזער רב זי"ע, געלערענט תורת הח"ן. דער רבי חיים יעקב האט ליידער פארלוירן אסאך קינדער אין די ינוגע יארן, און ער האט זיך איינמאל שטארק אויסגערעדט פאר'ן דברי חיים, און זיך אויסגעוויינט אז ער קען נישט מער אריבערטראגן סאת יסוריו, האט אים דער דברי חיים צוגעזאגט א קינד, און האט אים בפוילן אז ביז ווען דער קינד וועט האלט זיין 3 יאר זאל ער אים אנטאן נאר בגדי פשתן לבנים, און ביי 3 יאר זאל ער אים ברענגען צו אים.
וכך הוה, צדיק גוזר והקב"ה מקיים, רבי חיים יעקב איז געהאלפן געווארן ביז א יאר מיט א בן זכר, און דער דברי חיים האט אים געהייסן געבן א נאמען נפתלי, און רבי חיים יעקב האט דאס קינד אנגעטאן נאר מיט בגדי פשתן לבנים, און ביי די דריי יאר האט ער אים געברענגט לראות ולחון את פני קדשו. אנקומענדיג צום דברי חיים האט ער אים באפוילן ווי פאלגענד: אז ער זאל לאזן דאס קינד ביים אים אין שטוב, אז ער זאל נתחנך ווערן און אויפגעוואקסן ווערן על ברכיו, בביתו נאוה קודש, און ער ר' חיים יעקב זאל ארויפגיין קיין ארץ ישראל, ווי עס איז געווען משאת נפשו מאז ומקדש.
רבי חיים יעקב האט טאקע אזוי געטאן און האט איבערגעלאזט דאס קינד נפתלי ביים דברי חיים און איז ארויף קיין ארץ ישראל, און האט זיך באזעצט אין עיה"ק צפת ת"ו, און איז געווען פון די ערשטע גרינדער פון דעם באוואוסטן "צאנזער קלויז". ער יונגער קליין קינד איז אויפגעוואקסן געווארן ביים דברי חיים א גאנצע צייט, און ווער איז געקומען לפרק האיש מקדש, האט אים דער דברי חיים צוגעשדכנ'ט פאר איינעם פון זיינע פייערדיגע חסידים, הרה"ח ר' צבי הירש ליפשיץ ז"ל פון קראקא וועלכער האט אים גענומען פאר אן איידעם.
דער ר' נפתלי זצ"ל וועלכער איז אויפגעוואקסן על ברכיו פונעם צאנזער רב זי"ע, האט געהאט ערליכע קינדער צווישן זיי, הגה"ק רבי מרדכי ראטענבערג זצ"ל הי"ד, וועלכער איז מיט יארן שפעטער געווארן דער אנטווערפענער רב, און האט נאך זוכה געווען צו באקומען א ברכה פון דברי חיים זי"ע. ער איז געווען בדורו פון די גרעסטע לוחמים קעגן די ציוניסטישע באוועגונג, און איז געווען דער וואס איז ארויסגעלאפן צוזאמען מיט הגה"ק רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל און הגה"ק מהרי"צ דושינסקיא זי"ע פון די "כנסיה הגדולה" אין תרצ"ז אין מארינבאד, ווען מ'האט דארט אפגעשטימט צוצושטיין צום רעיון פון גרינדן אן אזויגערופענע "מדינה עפ"י ורה". און עס איז באוואוסט א תשובה וואס דער גאון וקדוש רבי מרדכי האט געשריבן פאר הגאון ר' יודא לייב צירעלסאן זצ"ל אב"ד קישענוב קעגן דעם רעיון פון די "מדינה" (עס איז געדרוקט אין ספר "יד מרדכי"), ביי די קריג איז ער ליידער אומגעקומען עקדה"ש.
אן אנדערער זון פון ר' נפתלי איז געווען הרה"ח ר' יוסף יצחק ראטענבערג ז"ל, וועלכער איז געווען אין יאר תש"ו דער גבאי פון ביהמ"ד "יבנה חסידים" אין תל-אביב, און ער האט איינגעלאדנט דאם רבי'ן זי"ע דאווענען אין ביהמ"ד.
דער ר' יוסף האט זוכה געווען צו קענען אלע הייליגע קינדער פונעם דברי חיים זי"ע, ער איז געווארן אן איידעם אין סיגעט ביי הרה"ח המפואר ר' יהודה לייבוש ווייס ז"ל פון די אייניקליך פון הרב החסיד ר' אייזיק עביר ווייס זצ"ל פון טעטש. ר' יהודה ווייס ע"ה ליגט אין סיגוטער בית החיים ממש נעבן די וואנט פונעם אוהל פון יטב לב וצאצאיו הקדושים.
זיך געפינענדיג אין דער שטאט סיגעט אין די צייטן פון עצי חיים זי"ע וואו דער נגע הציונות האט שוין געבוזשעוועט, האט אים זיין אהבת ארץ ישרל פארכאפט צו די "מזרחי" מיינונגען ר"ל, און ער האט דעריבער "עולה" געווען קיין ארץ ישראל, נאך בעפאר די מלחמה.
זיין ווערן פארכאפט צו "מזרחי" קרייזן, - טראץ וואס אין זיין פריוואט לעבן איז ער געווען א גרויסער ירא שמים, מקפיד געווען נישט משנה צו זיין שם, לשון, ומלבוש, און האט געהאט א הדרת פנים טראגענדיג א ריזיגן בארד מיט פיאות – האט שטארק וויי געטאן פאר'ן עצי חיים, עס איז אים געגאנגען אין לעבן אריין עד דכדוכה של נפש, און האט אין יאר תרפ"ב באפוילן די הנהלה פון זיין קהלה הק' "קהל עץ חיים" אז מ'זאל אנולירן זיין מיטגלידערשאפט אין די קהלה. דער עצי חיים האט אים אן א צאל מאל געבעטן אז ער זאל זיך אפרייסן פון די "מזרחי" קרייזן, אבער אן ערפאלג.
אויך דער רבי זי"ע האט מיט אים געהאט נאנטע באקאנטשאפט, נאך אינדערהיים בחיי אביו מרן הקדושת יו"ט זי"ע, און אויך יארן שפעטער. די משפחת ראטענבערג דערציילט, אז ווען דער רבי זי"ע האט זיך געפונען אין שווייץ נאך די באפרייאונג פון בערגן-בעלזן, און האט נישט געקענט אריינפארן קיין ארץ ישראל, ווייל ער האט נישט געהאט קיין "סערטיפיקאט" (ווי דער רבי זי"ע שרייבט אין א בריוו פאר ש"ב הגה"צ מהרי"י טייטלבוים זצ"ל לאפאשער רב, אז אויף די אלע סעטערפיקאטן פאזיציעס זענען שולט די ציוניסטישע ארגאניזאציעס), האט זייער פאטער ר' יוסף יצחק געטאן פארשידענע השתדלות פאר'ן רבינ'ס ארויפקומען קיין ארץ ישראל, און האט געשיקט א בריוו קיין לאנדאן, פאר א גרויסער אידישער פאליטישאן ה' דובקין, וועלכער האט געהאט פארבינדונגען אין די ענגלישע רעגירונג אינסטאנצן, און האט אים געבעטן אז ער זאל טאן כל מה שביכולתו פאר'ן ארויפקומען פון רבי'ן זי"ע קיין ארץ ישראל
ביים רבינ'ס באזוך אין תל-אביב, איז ר' יוסף יצחק געווען דער וואס האט זיך געשטעלט אז מ'זאל אונטערשרייבן אויף די פלאקאטן "חסידי סאטמאר סיגט".
עס דערציילט אן אייניקל מו"ה ר' דניאל ראטענבערג נ"י פון לעיקוואוד, אז ווען זיין זיידע ר' יוסף יצחק איז געקומען לאדענען דעם רבי'ן דאווענען אין ביהמ"ד, האט אים דער רבי זייער שטארק פארגעהאלטן פארן האבן שייכות מיט די "מזרחי", און האט אים דעמאלט געזאגט, אז עס איז ביי אים קלאר אז איינער וואס האט געהאט די זכיה צו קענען אלע קינדער פון דברי חיים זי"ע, וועלן זיינע קינדער נישט האבן קיין שייכות צו קיין "ציונות", און דעם דברי חיים'ס קינדער מעלמא דקשוט וועלן עס נישט צולאזן.
וכך פני הדברים אז אלע זיינע קינדער און אייניקלעך, זענען אויפגעוואקסן אין חרדי'שע בתי חינוך, און זענען נישט קיין מיטגלידער אין די "מזרחי" און אויך נישט אין די "אגודת ישראל", אלע ערליכע דורות ישרים ומבורכים, תלמידי חכמים מובהקים.
עס דערציילן יוצאי חלציו פון דעם ר' יוסף יצחק ראטענבערג, אז איידער דער רבי זי"ע איז אוועקגעפארן תש"ו קיין אמעריקע, האט ער געזאגט איינמאל פאר זייער פאטער, וועלכער איז געקומען דם רבי'ן באזוכן אין ירושלים אין די "ימין משה" געגנט (וועלכעס האט זיך דעמאלט גערופן "מאנטיפיארי"), אז ער האט נאך אזוי ליב ארץ ישראל ווי אים אין אלע אנדערע, נאר ער קען מער נישט בלייבן דא, ווייל כלתה פרוטה מן הכיס.
דער דמשק אליעזר זצ"ל לאדנט דעם רבי'ן אויף קידוש
פרייטאג מיטאג ווען דער רבי האט געענדיגט דאווענען, איז אנגעקומען א שיינע צאל חסידים פון שטאט "חיפה" און פון "פתח תקוה", אנטיילנעמען אין דעם שבת קודש בצילא דמהימנותא פון כ"ק מרן הגה"ק רבינו זי"ע, די אידן זענען אריין נעמען "שלום" פון רבי'ן, און דער רבי האט יעדן איינעם ווארעם אויפגענומען און האט שטארק הנאה געהאט. עס דערציילן חסידים, אז ערב שבת איז דער רבי זי"ע געווען זייער אויפגעלייגט, און עס האט זיך זייער דערקענט די שיינענדיגע שמחה אויף זיין פנים.
עס דערציילט הרבנית בענעדיקט שתחי', אז פרייטאג מיטאג איז געקומען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ הגה"צ המפורסם רבי אליעזר'ל האגער זי"ע בעל דמשק עליעזר אויף א באזוך צום רבי'ן, און האט דאן געלאדאנט דעם רבי'ן אויף קידוש ביום השבת. ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז עס וועט אים זיין א גרויסער כבוד צו קענען מכבד זיין דעם רבי'ן זי"ע ביי אזא חשוב'ן באזוך. דער רבי זי"ע האט אנגענומען די איינלאדונג, און האט פארשפראכן צו קומען אויף קידוש.
דער רבי האט מכבד געווען דעם וויזניצער רבי'ן זצ"ל מיט פירות און מאהאט פאברענגט בדברי תורה וחסידות. דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויפ'ן מצב פון אידישקייט אין תל-אביב, און האט אים ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
די רעבעצין בענעדיקט שתחי' דערציילט, אז צוויי פון אירע קליינע קינדער האבן געליטן יענע טעג – ווען דער רבי האט זיך געפונען ביי זיי אינדערהיים – אויף א "האלז אינפעקשאן", וואס ס'איז געווען זייער א סכנה ארומצגיין דערמיט, און מ'האט עס געמוזנט אויסליגן, און די צוויי קינדער זענען געלעגן א גאנצע צייט אין בעט. ווען דער דמשק אליעזר איז געקומען באזוכן צום רבי'ן זענען זיי ארויסגעטאנצן פון זייערע בעטן, און זענען אריין אין דעם אויפנאמע צימער וואו דער רבי האט אויפגענומען דעם דמשק אליעזר, און ווען דער רבי האט ארויסבאגלייט דעם דמשק אליעזר, האט ער אויף די טרעפ דערזען די צוויי קליינע קינדער, האט ער זיי אנגעכאפט מיט זיינע צוויי הענט, און אזוי זיי אריינגעפירט אין די קאך, און האט געזאגט פאר די רעבעצין בענעדיקט שתחי' אז זי זאל שטארק אכטונג געבן אויף זיי, און אז זי קען נישט, זאל זי נעמען א מיידל זאל אכטונג געבן אויף זיי.
בפניא מעלא שבתא
ערב שבת פאר'ן זמן האט זיך פארזאמלט א שיינער עולם ארום דעם רבי'נס אכסניא אויף רח' מאז"ה, וועלכע האבן אפגעווארט דעם רבי'ן צו באגלייטן בית צום ביהמ"ד.
שבת ביינאכט – ווי געשריבן פריער – האט דער רבי זי"ע געדאווענט אין דעם אשכנזישן ביהמ"ד "חוג חתם סופר" וועלכעס האט זיך געפונען דעמאלט אויף רח' גאולה. עס איז געווען זייער אויפמערקזאם ביי די תל-אביב'ער אידן צו זעהן ווי דער רבי זי"ע גייט ערשט א שעה נאכן זמן פון ליכט צינדן דאווענען מנחה, ווען אין אנדערע ערטער האט מען שוין געהאלטן אינמיטן מעריב, ומה נהדר היה המחזה, צו זעהן דעם רבי'ן גייענדיג די גאסן בבגדי שבת, און זיין הייליגע צורה איז געווען כפני מלאך.
דער ביהמ"ד "חוג חתם סופר" איז געווען איבערגעפולט פון מתפללים, און פון די פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף שבת פון גאנץ ארץ ישראל, אויך זענען געווען אנוועזענד אזעלכע מתפללים – וואס וואוינענדיג זייער ווייט – פלעגן זיי קומען דאווענען אין ביהמ"ד נאר שבת אינדערפרי, אבער די וואך זענען זיי געקומען דאווענען אויך פרייטאג צונאכט. דער רבי איז צוגעגאנגען צו מנחה און האט געדאווענט מיט גרויס נעימות. די תלמידים וואס האבן נאך געדענקט דעם רבי'ן פאר די קריג האבן געלאזר טרערן, הערענדיג דם רבי'ן דאווענען, וועלכע עס האט דערמאנט זכרונות פון יארן צוריק אין די גוטע יארן אין סאטמאר.
דער דעמאלטיגער ארגאן "קול ישראל" האט באשריבן א וואך דערנאך אז עס האס געדאווענט א גרויסער ציבור אין ביהמ"ד פרייטאג צונאכט, נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער פון רבי'ן כבני מרון אין געזזאגט "גוט שבת", און דער רבי האט יעדן צוריקגעענטפערט מיט גרויס ווארימקייט.
זה השולחן אשר לפני ד'
פרייטאג צונאכט האט דער רבי זי"ע געפראוועט די סעודת ליל שבת קודש אויך אינעם אויבערדערמאנטן בית המדרש "חוג חתם סופר", וואו עס האבן אנטייל גענומען מסלתה ומשמנה פון די חרדי'שע אידן פון שטאט, חשובי הרבנים והאדמורי"ם. דער געדרענג אין שוהל איז געווען זייער גרויס, און עס איז נישט געווען קיין מעגליכקייט פאר יעדן איינעם צו זיצן.
עס איז באוואוסט אז אין יענע צייטן האט נאך דער רבי זי"ע געהאט דעם מנהג ביים תורה זאגן, אז מ'זאל אים פארזאגן א מדרש, און דער רבי פלעגט אויף דעם שטעלן זיינע יסודי דרושי התורה והיראה. אין ארץ ישראל פלעגט פארזאגן דעם מדר יעדן וואך הרה"ח ר' הערש פנחס הכהן מאשקאוויטש ז"ל.
עס דערציילט זיין איידעם הרה"ח ר' חיים שלום טובי' גדלי' פעקעטע שליט"א פון די נכבדי תושבי קרית יואל המעטירה, אז זיין שווער ע"ה האט דערציילט אז אויך ביים דעם שבת אין תל-אביב האט ער פארגעזאגט פאר'ן רבי'ן די מדרשים, און אז יענעם שבת האט דער רבי זי"ע געזאגט זייער אסאך מאל תורה, פרייטאג צונאכט זעלבסט האט דער רבי עטליכע מאל געזאגט תורה, שבת צופרי ביי די סעודת "צפרא דשבתא" האט דער רבי געזאגט מער ווי איין מאל תורה, און אזוי ווייטער די דרשה שבת נאכמיטאג, און אפגערעדט ביי סעודת רעוא דרעווין עת נאספו כל העדרים. די אלע הייליגע ווערטער וואס דער רבי האט געלאזט הערן יענעם שבת, זענען אפגעשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' הערש פנחס ע"ה, און איז דערווייל נישט בנמצא.
עס דערציילט די חשוב'ע רעבעצין בענעדיקט שתחי', אז נאכ'ן טיש וואס האט זיך געענדיגט שפעטער ווי 1.00 אזייגער, האט דער גאנצער ציבור אהיימבאגלייט דעם רבי'ן בקול שירה וזמרה, זינגענדיג דם ניגון "קול רנה וישועה באהלי צדיקים" בלהט קודש, עס איז געווען זייער אן אויפקמערקזאמע בילד זו צעהן ווי אלע איינוואוינער די "חילוניים" פון די רח' אלנבי הויפט גאס, עפענען די פענסטערס אינמיטן נאכט, און קוקן זיך צו דעם אינטערסאנטע מחזה, ווי א ריזיגער ציבור באגלייט דעם סאטמארער רבי'ן מיט געזאנג.
סדר יום השבת
שבת צופרי האט דער רבי זי"ע געדאווענט אין דעם ביהמ"ד הגדול "חסידים יבנה", וועלכע איז דעמאלט געווען דאס חסידי'שע ביהמ"ד פון גאנץ תל-אביב, און עס האבן דערין געדאווענט מתפללים פון אלע קרייזן און שיכטן.
עס דערציילט הרה"ח ר' נתן בנימין לעווי שליט"א, וועלכער איז געווען דעמאלט א קינד, און האט געדאווענט מיט זיין טאטן הרה"ח ר' מרדכי משולם לעווי ע"ה אין דעם ביהמ"ד "חוג חתם סופר", אז ער געדענקט אז שבת אינדערפרי ווען ער איז שוין אהיימגעקומען פון דאווענען, 9.30 אזייגער, (דארט האט מען געדאווענט שבת צופרי גאר פרי) האט ער געזען ווי דער רבי זי"ע גייט צום ריכטונג פון די "חסידים יבנה" ביהמ"ד מיט א גרויסן ציבור המון רב, א ציבור וואס האט שוין דעמאלט געהייסן גאר גרויס. ר' מרדכי משולם לעווי ע"ה, איז ארויפגעקומען אין יאר ת"ש פון פרעשבורג קיין ארץ ישראל, און האט זיך באזעצט אין תל-אביב און האט געוואוינט הארט נעבן דעם ביהמ"ד "יבנה".
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי זי"ע געגאנגען אויף "קידוש" צו כ"ק אדמו"ר הגה"צ מוויזניץ בעל דמשק אליעזר זצ"ל, וועלכער האט געוואוינט אויף רח' לילנבלום, דער רבי איז געגאנגען באגלייט מיט זייער א ריזיגן ציבור.
עס האט דערציילט הרה"ג החסיד ר' יוסף אשכנזי זצ"ל, אין אויך הרבני החסיד המפורס מוה"ר לייבוש לעפקאוויטש ע"ה מיט יארן שפעטער דער סאטמארער ראה"ק, וועלכער איז מיטגעגאנגען מיטן רבי'ן אויף קידוש, אז זיי געדענקען אז דער וועג צו די הויז פון הגה"צ רבי אליעזר'ל וויזשניצער זצ"ל איז געווען זייער א לאנגער מהלך פון די "יבנה" ביהמ"ד.
ווען דער רבי זי"ע איז אריינגעקומען צום הויז פונעם דמשק אליעזר, האט ער שוין אפגעווארט דעם רבי'ן, און האט מכבד געווען דעם רבי'ן מאכן קידוש, און האט באפוילן זיין גבאי'ן הרה"ח ר' בערל וואלצער ע"ה ארופברענגען משקה און מזונות ביד רחבה, פאר אלע וואס זענען מיטגעקומען.
די סעודת "צפרא דשבתא" האט דער רבי געגעסן בבית האכסניא פון מוה"ר יחיאל בענעדיקט ע"ה, ביי די סעודה האט מיטגעגעסן חתן רבינו הגה"צ מסעמיהאלי זצ"ל, אויך הרה"ח ר' הערש פנחס מאשקאוויטש ע"ה, און הרבני החסיד ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה.
די דרשה שבת נאכמיטאג
שבת נאכמיטאג – ווי באריכטעט פריער – איז דער רבי נתכבד געווארן צו זאגן א דרשה אין היכל הביהמ"ד "יבנה חסידים", דאס ביהמ"ד איז געווען געפאקט מפה אל פה, דער געדרענג איז געווען זייער גרויס, און נישט דער גאנצער ציבור האט געהאט פלאץ אין היכל הביהמ"ד און האבן געמוזט שטיין אינדרויסן פון ביהמ"ד.
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד בערך אום דריי אזייגער, אין איז ארויף אויפ'ן ארון קודש, אין האט זיך מתעטף געווען בטליתו, און געלאזט הערן צו ערשט א הערליכן דרוש בעניני הלכה וועלכע עס האט געהאט א שייכות מיט די וואכעדיגע סדרה, וואס דאס אליין האט גענומען מער ווי א שעה.
אין צווייטן טייל פון די דרשה איז דער רבי אריבער צום חלק האגדה, און האט געלאזט הערן דרי חיזוק והתעוררות בעניני השעה. דער רבי האט זיך שטארק צופייערט אין זיינה ווערטער, און האט זיך געוואנדן צום ציבור מיט א פייערדיגן רוף, צו זיין גענצליך אפגעשיידט, מובדל ומופרש פון די דעות כוזבות וואס די ציוניסטן ווילן ארייפרעגן ביי די אידישע קינדער, און זענען מסכן דעם יסוד פון כל בית ישראל. דער רבי האט ארומגערעדט פארשידענע עניני הדת וואס דארפן גרויס חיזוק, איבערהויפט די וויכטיגקייט פון זיך מחזק די גדרי הצניעות אין שטאט, וועלכע איז געווארן שוין אין יענע ציין ערגער פון טאג צו טאג. די דרשה פון רבי'ן האט געהאט זייער א שטארקן רושם אויף די אנוועזענדע, און עס איז געווען דער טאג געשפרעך פונעם גאנצן חרדי'שן ציבור אין די שטאט.
כד מטא שעתא רעוא דרעווין
ביי סעודה שלישית איז פארבליבן אויך שיינער ציבור אידן פון די פרעמדע מתפללים, וועלכע האבן געוואלט מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן.
דאס ביהמ"ד איז געווען אויך ביי "סעודה שלישית" פול און געפאקט, טראצדעם וואס דער רבי האט געענדיגט באלד א שעה נאכן זמן פון ר"ת.
עס דערציילט הרה"ג ר' אברהם בענעדיקט שליט"א ר"מ בישיבת "מחנה אברהם" חוג חתם סופר אין בני ברק, (א זון פון הרה"ח ר' אלי' ע"ה – א ברודער פון הרה"ח ר' יחיאל ע"ה – וועלכער איז ארויפגעקומען פון שטאט פרעשבורג און איז געווען א מתפלל אינעם תל-אביב'ער ביהמ"ד "חוג חתם סופר"), וועלכער איז געווען דעמאלט א קינד, אז ער געדענקט די סעודה שלישית מיט'ן רבי'ן, און געדענקט זייער גוט ווי די טישן זנען געווען אויסגעשטעלט אין א צורה פון א חי"ת, פינת דרום מערב, און דער ציבור איז געשטאנען פון די צוויי זייטן פון ביהמ"ד.
אויך ביי סעודה שלישית האט – ווי געשילדערט פריער – הרה"ח ר' הערש פנחס ע"ה פארגעזאגט דעם מדרש פאר'ן רבי'ן ווי יעדע וואך, דער רבי האט שטארק מעורר געווען דעם ציבור זיך צו האלטן טריי בדרך הישן נישט זייענדיג משנה קיין זיז כלשהוא פון וואס מיר האבן מקבל געווען, אפילו מ'גייט אריבער שווערו זמנים בפרטות ובכללות.
באזוכט בביתם פון תלמידיו ומעריציו
אין לויף פון די וואך וואס דער רבי האט זיך געפונען אין תל-אביב, האט דער רבי אפגעשטאט באזוכן בביתם פון עטליכע זיינע חשוב'ע תלמידים ומעריצים, וועלכע האבן זיך געווייקט ביים רבי'ן אינדערהיים.
דער ערשטער באזוך איז געווען, ביי הרב החסיד ר' יוסף פריינד ע"ה, ער איז געווען פון די גדולי החסידם וועלכער האט געברענגט דעם רבי'ן קיין סאטמאר, און נאך די פטירה פון זיין טאטן הרב החסיד המפורסם ר' חיים פריינד ע"ה, דער ראה"ק פון שטאט סאטמאר, (וועלכער איז געווען א ברודער פון הגה"ק מנאסויד זי"ע) האט ער פארנומען זיין טאטנ'ס פאסטן אין די שטאט און ער האט געהאלפן דעם רבי'ן מיט זיין עבודת הקדוש מעמיד זיין הדת אל תילה.
דער רבי האט צו ר' יוסף'ן געהאט זייער א שטארקע הכרת הטוב, און האט געזען פאר וויכטיג אפצושטאטן ביי אים א באזוך, עס דערציילט זיין חשוב'ער זון מוה"ר ר' שמואל הי"ו פון בני ברק, אז ווען דער רבי איז געקומען באזוכן זיין טאטן ע"ה, איז ער געלעגן אין בעט, מיט "גיבס" אויף א פיס און ער געדענגקט אז דער רבי איז אריינגעקומען צו זיין צימער און האט אים געוואונטשן א רפואה שלימה.
דער רבי האט דעמאלט דורכגעשמועסט מיט ר' יוסף פארשידענע ענינים פון די שטאט תל-אביב, און מ'האט אויף געברענגט אלטע זכרונות פון דער שטאט סאטמאר. דער רבי האט אים געזאגט אז ער האט גרויס הנאה געהאט צו זיין במחיצת תלמידיו.
אויך האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך אין איינע פון די טעג נאכן דאווענען, אויף א "פת שחרית" סעודה,] בבית הרבני החסיד, הנגיד המפורסם, מו"ה ר' יוסף פעלדמאן ע"ה, וועלכער איז געווען פון די נכבדים פון שטאט סאטמאר. דארטן איז געווען אנוועזענד אויך זיין זון הרבני הנגיד מו"ה ר' פישל ע"ה, און זיינה קליינע קינדער, צווישן זיי הרבני הנגיד ר' חיים משה הי"ו פון לאנדאן (וועלכער איז שפעטער געווארן דער איידעם פון הרבני הנגיד המפורסם בכל אפסים מו"ה ר' געציל בערגער ע"ה), און הרבני הנגיד ר' יעקב הי"ו פון בארא פארק, דער רבי האט זיי געבענטשט אריפלייגענדיג זיינע הייליגע הענט אויפ'ן קאפ.
עס דערציילט זיין אייניקל ר' יעקב פעלדמאן הי"ו, אז ער געדענקט אז ווען דער רבי האט געענדיגט די סעודה,] האט ער געהייסן פאר ר' יוסף אשכנזי אריינרופן די חשוב'ע באבע (די רעבעצין פון ר' יוסף), און האט זיך פאר איר באדאנקט. ווען זי איז ארויס האט דער רבי זיך אנגערופן, אז זי איז א בת קדושים א רעכטע אייניקל פון מהר"ם שיק.
מיט יארן שפעטער ווען ר' יוסף ע"ה מיט זיין זון ר' פישל ע"ה פלעגן קומען קיין אמעריקע, און פלעגן באזוכן בביתו נאוה קודש פון רבינו הקדוש זי"ע, פלעגט זיי דער רבי זייער מקרב זיין, און טייל מאל שמועסן מיט זיי א לענגערע שעה, און דורכגערעדט פארשידענע ציבור'ישע אנגעלגענהייטן העומדים על הפרק.
זייענדיג אין תל-אביב האט דער רבי באזוכט אויך בביתו פון הרנבי החסיד הנגיד מו"ה ר' יעקב שעכטער ע"ה, וועלכער איז דעמאלט געווען אן אויסגערופענער נגיד ובעל צדקה וחסד, און איז געווען א מחותן מיט מרן הגאון החסיד רבי וועלוועלע בריסקער זי"ע.
דער רבי האט אפגעשטאט א באזוך אין זיין הויז וועלכע האט זיך געפונען אויף רחוב העלי'ה 2. ר' יעקב איז שטארק נתרגש געווארן פונעם רבינ'ס באזוך ביי אים אינדערהיים, און האט פארשפראכן צו העלפן דעם רבי'ן בכל מה דאפשר, כדי דער רבי זאל קענען ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש.
בקור גומלין פון בעלזער רב
אין איינע פון די נעכט האט כ"ק הרה"ק אדמו"ר מהר"א מבעלזא זי"ע צוריק געגעבן א באזוך פאר'ן רבי'ן שי"ע, (דער בעלזער רב האט אויך שטארק מעריץ געווען דעם בעל אכסניא ר' יחיאל בענעדיקט, וועלכער איז געווען פון דעם מנין הקבוע וואס האבן געדאווענט יעדן טאג ביים בעלזער רב).
עס דערציילט די בעלת האכסניא, הרבנית בענעדיקט שתחי', אז ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון דאווענען יענעם טאג, האט ער געהייסן דעם גבאי'ן ר' יוסף, בעטן פון רעבעצין בענעדיקט תחי', אז זי זאל באק א ספעציעלן "טארט" לכבוד דעם בעלזער רב, וועלכער ארף הינט אין אווענט באזוכן.
ווען דער בעלזער רב איז אריינגעקומען צום אכסניא פון רבי'ן, איז געווארן זייער א שטארקער געדרענג אין הויז, און מ'האט זיך נישט געקענט רירן. מען האט געהערט א גאנצע צייט שרייען, "גיט אכטונג דער טיש צוברעכט זיך", עס איז געווען ממש פיקוח נפש.
ווען מ'האט אריינגעברענגט דעם ספעציעל געבאקענעם טארט, האט דער רבי מכבד געווען דעם בעלזער רב צו מאכן א ברכה, אבער דער בעלזער רב האט געבעטן אז דער רבי זאל קודם מאכן א ברכה, און דער רבי האט טאקע געמאכט די ערשטע א ברכה, און האט דערנאך מכבד געווען דעם בעלזער רב. און נאך וואס דער בעלזער רב האט געמאכט א ברכה און האט געגעסן פונעם טארט, האט ער קיינעם – בלי יוצא מן הכלל – נישט געלאזט נעמען קיין "שיריים". ער האט געהייסן מ'זאל דעם רבינ'ס טארט אריינטראגן פאר די רעבעצין בענעדיקט שתחי', און דאס זאל זיין א "דורון מנחה" פאר'ן מאכן זייער הויז פאר אן אכסניא פארן רבי'ן זי"ע.
דער רבי האט נאכן באזוך האט ארויסבאגלייט דעם בעלזער רב ביז צו די גאס בכבוד גדול.
דער באזוך ביים הוסיאטינער רבי'ן זצ"ל
אין תל-אביב האט אין יענע יארן געוואוינט כ"ק אדמו"ר רבי ישראל פריעדמאן זצ"ל דער הוסיאטינער רבי. ער איז געווען א רעכט אייניקל פונעם הייליגן ריזשינער זי"ע, זיין טאטע כ"ק אדמו"ר רבי מרדכי זצ"ל איז געווען דער יונגסטער זון פונעם ריזשינער זצ"ל, ער איז געווען באוואוסט פאר א גרויסער פועל ישועות.
וועגן דעם באזוך וועלן מיר ברענגען זכרונות וואס עס האבן דערציילט צוויי אנוועזענדע הרה"ח בנש"ק מו"ה ר' פנחס כ"ץ ע"ה, און הרה"ח ר' חיים מרדכי שטיינבערג ע"ה, און פון להבחל"ח כ"ק אדמו"ר הגה"צ מטשערנאביל שליט"א פון בני ברק, וועלכער האט געהערט די גאנצע השתלשלות פונעם באזוך פון איינער פון די משמשים בקודש פון הוסיאטינער רבי'ן זצ"ל.
ר' פנחס כ"ץ, מיט להבחל"ח טשערנאבלער רבי'ן דערציילן, אז דער הוסיאטינער רבי האט געזאגט פאר'ן רבי'ן זי"ע בזה"ל: "איר זענט דאך אן אויפטוער, זעט אויפצוטאן און מרבה זיין מיט רעדן דרשות, און מעורר זיין כלל ישראל אויף קדושת היסוד, ווייל דאס איז דער עוון וואס ברענגט אלע אומגליקן און אלע צרות אויף כלל ישראל".
אין יענעם הויז דענעבן ממש, האט אויך געהאט געוואוינט איינער א רבי, מבני משפחתו פונעם הוסיאטינער רבי'ן (וועלכער איז שוין איצט בעלמא דקשוט און מפני כבודו וועלן מיר נישט פורש בשמו זיין), יענער איז שוין אויך נישט געווען קיין יונגערמאן. ווען דער רבי איז געזעסן ביים הוסיאטינער האט יענער געוואלט אז דער רבי זאל צו אים אויך אריינגיין אויף א באזוך, האט ער געבעטן דעם רבי'ן, היות ער וואוינט דא ממש אינעם זעלבן הויז זאל אים דער רבי צוליב טאן און אריינקומען צו אים אויף א באזוך.
דער רבי האט אים נישט אפגעזאגט, און נאכדעם וואס דער רבי האט געענדיגט דם באזוך ביים הוסיאטינער רבי'ן, איז דער רבי צו אים אריינגעגאנגען, דורכ'ן פארטש פון יענעם הויז.
רעדענדיג בלויז געציילטע ווערטער מיט יענעם האט דער רבי באלד דערשפירט, אז ער איז א הייסער ציוניסטישער שטיצער, און דעריבער האט אים דער רבי פארגעהאלטן איבער זיינע מיינונגען און איבער זיינע שטעלונגען, און אויפגעוויזן אז יעדע נטי' צו ציונות איז כפירה ומינות, און גרינדען א "מדינה" (וועלכע איז שוין דעמאלט געווען אונטערוועגענס) אין ארץ ישראל, וועט ח"ו מטמא זיין ארץ ישראל, און עס איז א מרידה במלכות שמים, און יענער רבי האט עס אבער פרובירט פארענטפערן.
שמועסנדיג האט יענער רבי ארויפגעברענגט דער מאמר המדרש פון ילקוט שמעוני, (אין סוף מגילת איכה בפסוק זכור תזכור), "אמר הקב"ה הלואי יהון בני עמי בארץ ישראל אעפ"י שמטמאין אותה", און מיט דעם מאמר המדרש האט ער געוואלט א ראי' ברענגען, אז אפילו מיט'ן "מדינה" גרינדונג, וועלן זיך געפונען אין ארץ ישראל עובדי עבירה וואס וועלן מטמא זיין ארץ ישראל, אבער עס איז – ח"ו – נישט קיין פעלער.
דער רבי האט אים גלייך געענטפערט אז ער לערנט פאלש פשט אינעם מדרש, און דער מדרש רעדט נישט פון בימינו. דער רבי האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רמב"ן אויפ'ן ארט, אז דער מדרש רעדט פון טויזענטער יארן צוריק, פאר'ן כיבוש הארץ בימי יהושע, ווען די אידן האבן מורא געהאט אריינצוגיין אין ארץ ישראל, וויסענדיג אז אין ארץ ישראל איז יעדער חטא זייער א הארבע זאך, און דארט איז מידת הדין מתוחה, און דעריבער האט זיי משה רבינו געזאגט "כי הקב"ה רחמן מלא רחמים כי הסליחה והמחילה ממנו ית' סיוע ועזר לבני אדם בעבודתו, וכעין שאמר הכתוב כי עמך הסליחה למען תורא" (דער רבי ברענגט ארויס בטוב טעם ודעת דער סילוף פון די אפיקורסים אין דעם מדרש, אין ויואל משה מאמר ג' שבועות סי' ק"ג).
עס האט דערציילט הרה"ח ר' חיים מרדכי שטיינבערג ע"ה, אז בלייבענדיג אפגעוואנדן, האט יענער רבי ארויסגענומען א צווייטן ספר, א תשובה פון די פריערדיגע גדולים, וואס ער האט געהאט דארט אין די ספרים שאנק, וועלכע איז געווען איינגעקנייטשט ביים בלאט פון וואס די רעדע איז געווען, ער האט ווייטער געוואלט ברענגען פון יענעם ספר א איבערצייגונג פאר זיינע ווערטער.
דער רבי האט פון די אלע זאכן שוין געוואוסט, און ער האט ווידער אויפגעקלערט אז די ווערטער פון יענעם גדול איז נאר א "הוא אמינא" און לויט ווי יענער פירט אויס אין די מסקנא קומט אויס פונקט פארקערט.
אויף דעם האט זיך דער רבי אנגערופן צו אים: "דאס ווייזט איר מיר, און פארוואס ווייזט איר נישט וואס עס שטייט ווייטער? קוקט וואס עס שטייט ווייטער", דער רבי האט אים ווייטער אפגעוואנדן, און יענער איז צום צווייטן מאל אדורכגעפאלן אין דעם וויכוח.
דערנאך האט יענער רבי געזאגט א דריטע זאך, ער האט פון אויסענווייניג נאכגעזאגט עפעס א תשובה פון עפעס א ספר.
"וואו שטייט אזא זאך?" האט אים דער רבי געפרעגט, האט ער געענטפערט דעם נאמען פונעם תשובה ספר, זאגט אים דער רבי "אזא תשובה איז נישט פארהאן", נעמט ער ווייטער ארויס פון ספרים שאנק א ספר, און ווידער איינגעקנייטשט דעם בלאט, און ווייזט פאר'ן רבי'ן וואו עס שטייט וואס ער זאגט.
דער רבי האט אריינגעקוקט אינעם ספר, און גוט דורכגעקוקט דעם ענין, דער רבי האט באלד געזען ווי יענער איז בכונה מסלף די ווערטער און פאסט עס צו צו זיינע אייגענע מיינונגען, און לייגט אן די רעיונות פון די ציונים אויף פריערדיגע צדיקים און פוסקים, האט דער רבי פלוצים געגעבן א קלאפ צו דעם ספר און רופט זיך אן הויך מיט אן אש קודש: "איר זענט אן אפיקורס, מען טאר נישט זיצן ביי אייך אין שטוב".
דער רבי האט זיך אויפגעהויבן פון ארט, און ער איז פון דארט זאפארט ארויסגעגאנגען.
דערמיט האט זיך געענדיגט דער שטורמישער וויכוח מיט יענים ציוניסטישן רבי'ן, אבער דער רבי האט דעמאלט געזען פון דער נאענט ווי ווייט די אפיקורסישע השקפות איז ליידער אריינגעדרינגען ביי טיין פון די תל אביב'ער רבי'ס.
אין תל-אביב האט דער רבי זי"ע אויך באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב הרב הצדיק המפורסם רבי משה מרדכי בידערמאן זצ"ל, וועלכער האט געוואוינט יענע יארן אין תל-אביב, דער לעלוב'ער רבי האט אויפגענומען דעם רבי'ן מיט גרויס יראת הכבוד, און האט מכבד געווען דעם רבי'ן זי"ע מיט פירות, און האט מיט'ן רבי'ן גערעדט בדברי תורה ובעניני השעה, און האט שפעטער ארויס באגלייט דעם רבי'ן ביז צו די גאס.
"גיי זאג זיי אז זיי האבן שוין גע'פועל'ט"
לויטן פלאן האט דער רבי געדארפט אוועקפארן פון תל-אביב מיטוואך פארנאכטס, צוריק קיין ירושלים עיה"ק. דער רבי האט זיך שוין געגרייט צום אוועקפארן, דער גבאי ר' יוסף ע"ה האט שוין געפאקט די פעקלעך, און די חשוב'ע מקורבים פון רבי'ן זענען זיך שוין ארויפגעקומען געזעגענען.
עס דערציילט די חשוב'ע רעבעצין בענעדיקט שתחי', אז דריי פון אירע טעכטער וועלכע זענען געווען ארום 7-6 יאר, האבן זיך אוועקגעזעצט ביים טרעפן-הויז אין האבן געזאגט תהילים, ווען ר' יוסף דער גבאי איז דארט אריבער, האט ער געזען די דריי קליינע מיידלעך זאגן תהילים, און ביי איינע רינט טרערן פון די אויגן, האט ער זיי א פרעג געטאן, וואס איז געשען? האבן זיי אים געענטפערט: מיר זאגן תהילים, אז דער רבי זאל נישט אוועקפארן פון אונזער הויז, און ער זאל בלייבן אין תל-אביב.
ר' יוסף הערענדיג די ווערטער איז ער אריין צום רבי'ן אין צימער און דערציילט דעם רבי'ן, אז דיד טעכטער פון ר' יחיאל זאגן תהילים אז דער רבי זאל נאכנישט אהיים פארן און זאל בלייבן ביי זיי אינדערהיים, דער רבי האט אויף זיינע ווערטער גארנישט געענטפערט.
עס איז אריבער צוויי שעה, און עס איז אריינגעקומען א חסידי'שער איד פון תל-אביב, אין איז אריין מיט א קוויטל צום רבי'ן, און האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז עס איז אים געבוירן געווארן א קינד בשעטומ"צ, און דער "ברית מילה" וועט פארקומען מארגן אינדערפרי, און ער וויל מכבד זיין דעם רבי'ן מיט "סנדקאות", דער רבי האט געהערט די ווערטער, און האט אריינגעטראכט א קורצע וויילע, און האט אים געזאגט, אז טראץ וואס ער האט געדארפט אהיימפארן, און ער איז פארנומען בחבלי טירדות נעמר ער עס אן, און ער וועט זיין אי"ה "סנדק".
ווען יענער איד איז ארויס, האט דער רבי אריינגערופן ר' יוסף דער גבאי, און האט אים געזאגט: "גיי זאג זיי (פאר די טעכטער פון ר' יחיאל) אז זיי האבן שוין גע'פועל'ט".
יורה דעה ויבחין שמועה
צווישן דעם ציבור וואס זענען געקומען זיך געזעגענען און שואל עצה זיין, זענען געווען פיל וואס האבן געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל קומען באזוכן די שטאט פון צייט צו צייט, וואס וועט זיין א גרויסער תועלת און חיזוק הדת פאר די שטאט, אויך זענען ארויפגעקומען צום רבי'ן פארשידענע לומדים און תלמידי חכמים און האבן געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל זיי פארענטפערן שווערע סוגיות פון ש"ס און שווערע שאלות אין הלכה, וואס עס האט זיך געמאכט ביי זיי און אין די לעצטע תקופה, און איז זיי שווער געבליבן, דער רבי האט יעדן איינעם אויסגעהערט און געלאזט הערן דעת קדשו.
א גרויסע טייל שאלות זענען געווען אין ענינים פון הנהגת הבית און חינוך הבנים והבנות. די אידן האבן זיך דעמאלט אומגעקערט פון די קריג, אויפגעשטעלט זייערע שטיבער פונדאסניי און טייל האבן געהאט קליינע קינדער, און יעדער האט זיך ליידער געפונען צווישן פרייע שכנים איבערהויפט אין תל-אביב טראצדעם וואס די ציוניסטישע מדינה איז נאכנישט געשטאנען, איז עס אבער שוין געווען אונטערוועגענס.
עס דערציילט רעבעצין בענעדיקט שתחי' אז זי האט געפרעגט דעם רבי'ן זי"ע וואוהין זי זאל שיקן אירע קינדער לערנען, האט איר דער רבי געענטפערט און זיך ממש געבעטן ביי איר, אז זי זאל נישט נישט שיקן די קינדער אין אן ארט וואו מ'רעדט און מ'לערנט אויף די טמא'נע "עברית" שפראך, דער רבי האט איר א זאג געטאן: "טוט עס נישט פאר מיר נאר פאר אייער טאטנס וועגן, כ'האב אים גוט געקאנט ער וואלט עס נישט אריבערגעטראגן".
דער אגודיסטישער ארגאן "קול ישראל" באריכטעט
דעם רבינ'ס באזוך אין תל-אביב האט געהאט זייער א שטארקן אפקלאנג אין די גאנצע שטאט, אלע חרדישע אידן אין תל-אביב האבן זיך געפונען וואכן לאנג אונטער די רישומא דקדושא בצילא דמהימנותא, דער רושם פונעם באזוך איז געווען אזוי גרויס, אז עס האט זיך צושפרייט אין אלע ערליכע ישובים בערי ארץ הקודש.
א וואך דערנאך האט דער אגודיסטישער "קול ישראל" ארגאן באשריבן דעם שבת ווי פאלגענד:
"האדמו"ר אב"ד סאטמאר שליט"א, שבת בתל-אביב.
האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וחתנו אדמו"ר מסעמיהאלי שליט"א שבתו שבת פ' כי תשא בעיר תל-אביב.
קהל רב השתתף בתפילתו ובעריכת השלחן בליל שבת בביהכנ"ס "חוג חתם סופר". ביום שבת התפלל וערך הסעודה השלישית בביהכנ"ס החסידים "יבנה" בהשתתפות קהל גדול שמילא את אולם ביהכנ"ס, ולפי בקשת האדמו"ר מויזניץ שליט"א ערך בביתו "קדושה רבה". אחה"צ דרש בביהכנ"ס "יבנה" לפני קהל עצום שמלא את אולם ביהכנ"ס. רבים עמדו מחוץ לביהכנ"ס. כשעה וחצי דרש בעניני ההלכה הנוגעת מפרשת השבוע, אח"כ עבר לדברי אגדה ובקריאה נרגשת ונלהבה פנה אל הקהל להבדל משיטות נפסדות המסכנות את יסוד כל בית ישראל, ועל הצורך לחזק גדרי הדת והצניעות בעיר, דבריו עשו רושם גדול על הנוכחים ורבים הביעו משאלתם שהאדמו"ר יבקר מזמן לזמן בתל-אביב לתועלת חיזוק הדת בעיר.
האדמורי"ם בתל-אביב ערכו אצלו בקור גם הוא ביקר אצל האדמורי"ם. כמו כן בקרו בדירתו רבים מנכבדי העיר מחוגי הלומדים והחסידים".
תשי"ב – א באזוך אויף איין טאג
אין יאר תשי"ב ווען דער רבי זי"ע האט זיך געפונען אויף א באזוך אין ארץ ישראל אין די חדשים תמוז-אב, און איז אויפגענומען געווארן דורך כל קהל עדת ישראל אין די טויזענטער מיט גרויס כבוד און פרייד, און האט אריינגעברענגט א רוח קדושה אין כל יושבי ארה"ק, וואס האבן געלעכצט צו הערן דבר אלוקים חיים יוצא מפי ממלל רברבן.
אין יענע וואכן איז געקומען צום רבי'ן (אין זיין אכסניא אויף "מלון צפני'ה"), הרבני הנגיד החסיד המפואר, מו"ה ר' יחיאל בענעדיקט ע"ה, און האט דעם רבי'ן איינגעלאדנט צו קומען ווידער אויף א שבת אין די שטאט תל-אביב, וועלכע עס איז שוין געווען אסאך מער געפאקט מיט חרדי'שע חסידי'שע אידן, ר' יחיאל האט מסביר געווען פאר'ן רבי'ן דעם גרויסן תועלת דערפון, און וואספארא חיזוק עס וועט זיין פאר די חרדי'שע אידן.
אבר דער רבי האט עס גלייך אפגעווארפן און האט אים געזאגט, אז ער ווייסט אז די שטאט תל-אביב איז היינט צו טאג אן עיר תועבה ממש, פול מיט פריצות און כל חטאת הגויים, און ער וויל נישט זיין דארטן מער אויף א שבת. דער רבי האט אים אבער פארשפראכן, אז לכבודו פונעם בעל אכסניא ר' יחיאל וועט ער קומען צופארן אויף תל-אביב בלויז אויף איין טאג, און ער וועט איינשטיין ביי אים אין הויז.
עס דערציילט מו"ה ר' יהודה בן ציון ראטענבערג נ"י פון בני ברק (בן מו"ה ר' חיים יעקב ע"ה בן מו"ה ר' יוסף יצחק ע"ה), אז ער געדענקט יענעם באזוך אין יאר תשי"ב אין תל-אביב, דער רבי איז אנגעקומען פארנאכטס, און האט געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד "יבנה חסידים". עס האט זיך געטאן א געלויפעניש און א טומעל אין אלע גאסן ארום, און מ'האט נישט געקענט אריינגיין אין ביהמ"ד, און עס איז געווען ממש פיקוח נפשות.
אויפצומארגנס האט דער רבי אויפגענומען תלמידיו וחסידיו ביי זיך אין די אכסניא לעצה ולברכה. גאר א ריזיגער ציבור איז געקומען מיט א קוויטל, און דער רבי האט יעדן איינעם אנגעוואונטשן בכל משאלות לבבו.
* * *
ביים שלוס פון אונזער ארטיקל וואלט כדאי געווען נאכצוברענגען וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט פאר תלמידו הנאמן להבחל"ח הרה"ג החסיד ר' בן ציון יאקאבאוויטש שליט"א דער ראש הקהל פון די סאטמארער קהלה אין בני ברק, מוצש"ק פר' ראה תשי"ב, צוריקקומענדיג פון ארץ ישראל דורך לאנדאן, זייענדיג אויף א שבת אין שטאט, האט אים דער רבי אנאליזירט די דריי תקופות וואס ער האט זיך געפונען אין ארץ ישראל.
דער רבי האט אים געזאגט: "דער רוחנית'דיגער מצב אין ארץ ישראל, קאן מען זאגן אז אין לויף פון די לעצטע יארן האבן זיך דריי תקופות געטוישט".
"ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל רצ"ב האב איך געטראפן בני עלי' וועלכע זענען געווען בקיאים בש"ס ופוסקים, און עס זענען געווען בקיאים אין תורת הנסתר כתבי אריה"ק וכו', עובדי ה' באמת ובתמים.
דאס צווייטע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל אין יאר תש"ו, האב איך ליידער שוין נישט געטראפן די אנשי הדור ההוא, אבער לכל הפחות איז נאכנישט געשטאנען א ממשלת המינים, עס איז נאכנישט געווען קיין מדינה של כפירה.
איצט (תשי"ב) האבן זיי שוין אויפגעשטעלט א מדינה של כפירה, פון עקירת הדת, וה' ישמרנו מהם ומהמונם".
תוקן על ידי jewboy ב- 10/04/2007 14:51:47