בית פורומים כל העולם כולו

דאס גדלות פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין איין ווארט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/4/2007 01:23 לינק ישיר 
דאס גדלות פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין איין ווארט

לכבוד דעם גרויסן טאג, די יומא דהילולא פון רביה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, האלט איך אז עס וואלט געווען אינטערעסאנט איבערצוגעבן פארן ציבור וואס איך האב אמאל געהערט זיך אויסדריקן, וואס לדעתי איז עס דער פאסיגסטער ביישפיל צו קלאפיצירן אין איין ווארט די געוואלדיגע גדלות פון אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע.

עס האט מיר דערציילט א חבר וואס איז אריין צו זיינ'ס א קרוב אין שטוב, היינט א גרויסער שוויצער ביי די זאלי פארטיי, און ער האט דארט געפינען נישט ווייניגער נישט מער ווי דער הייליגער ספר "ברך משה" [וועלכער איז, אגב, געווען דער ציל ברעט פון אן א צאל זינלאזע אטאקעס מצד די בני יואל/זאליס, צוליב וואס ער אנטדעקט אפס קצהו פון די גדלות בתורה פונעם הייליגן מחבר] ליגט אויף דער ערד אין א ווינקל, אין א שוידערליכן בזיון.

האט זיך דער חבר מיינער אנגערופן צום בעל הבית, און איך געב עס איבער אין זיינע אייגענע ווערטער:

תא שמע, איך וועל דיר דערציילן אן אינטערעסאנטע עובדא וואס איז באקאנט אין די חסיד'ישע וועלט.

לויט מקורות איז די מעשה געווען ווען דער הייליגער בעל התניא איז באפרייט געווארן פון א תפיסה, און ער איז בטעות אפגעפירט געווארן צום שטוב פון זיינ'ס א גרויסן מתנגד וועלכער האט אויסגענוצט די געלעגנהייט שטארק צו דערקוטשען דעם בעל התניא זי"ע. צווישן אנדערן האט ער אים געוויזן אז דער הייליגער ספר "נועם אלימלך" ליגט ביי אים אויף דער ערד אונטערן ספרים שראנק.

דא האט זיך דער תניא מער נישט געקענט איינהאלטן און זיך אנגערופן: "ווען דו וואלסט גענומען דעם מחבר זעלבסט און אים געלייגט אונטערן שראנק אויף דער ערד וואלט ער דיר אויך גארנישט געזאגט. ושם אתה מוצא גדולתו".

ואידך פירושא זיל גמור"...


_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/4/2007 15:46 לינק ישיר 

דו ביזט גערעכט, איך האב געהערט ביידע נוסחאות, אבער כפי המונח בזכרוני איז די דאזיגע גירסא מער אויסגעהאלטן.

עס כאפט נישט קיין נפקא מינה צו די נקודה וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/4/2007 11:51 לינק ישיר 

די מעשה איז ידוע בעולם החסידות אבער נישט מיט'ן ספר ''נועם אלימלך'' נאר מיט'ן ספר ''תולדות יעקב יוסף'' ביים ''נודע ביהודה'' זצוק''ל וואס כידוע איז ער געווען א מתנגד און ביי אים איז געווען דער הייליגער הרה''צ ר' יעקב שמשון זצוק''ל דער שפיטווקער וואס איז געווען ביי אים מיט'ן מטרה אויף צוווייזן אז חסידים קענען לערנען און ער האט געזאגט פאר'ן נודע ביהודה אזוי אויפן בעל ה''תולדות'' .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2007 01:29 לינק ישיר 

און אגב האט מיר עמיצער געזאגט היינט א טרעפליך ווארט (מעגליך נישט דא איז דער פלאץ דערפאר אבער שוין...).

כ"ק רבינו שליט"א איז דער וואס האט געהאלפן מאכן דעם ברך משה פאר סאטמארער רבי, דורך ארייננעמען אין זיך א גרויסער טייל פון די חיצים ובליסטראות, ווי דער רבי זעלבסט האט זיך אויסגעדריקט ביי די יארצייט סעודה "וימררוהו ורובו וישטמוהו בעלי חיצים".

און כ"ק רבינו שליט"א איז דער וואס וועט אין די קומענדיגע צוואנציג יאר צוריק מאכן דעם ברך משה פאר סאטמארער רבי, על אפם ועל חמתם פון די "בעלי חיצים"...


תוקן על ידי - געגאנגען - 16/04/2007 1:26:47



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דאס גדלות פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין איין ווארט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext