דאס גדלות פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין איין ווארט
לכבוד דעם גרויסן טאג, די יומא דהילולא פון רביה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, האלט איך אז עס וואלט געווען אינטערעסאנט איבערצוגעבן פארן ציבור וואס איך האב אמאל געהערט זיך אויסדריקן, וואס לדעתי איז עס דער פאסיגסטער ביישפיל צו קלאפיצירן אין איין ווארט די געוואלדיגע גדלות פון אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע.
עס האט מיר דערציילט א חבר וואס איז אריין צו זיינ'ס א קרוב אין שטוב, היינט א גרויסער שוויצער ביי די זאלי פארטיי, און ער האט דארט געפינען נישט ווייניגער נישט מער ווי דער הייליגער ספר "ברך משה" [וועלכער איז, אגב, געווען דער ציל ברעט פון אן א צאל זינלאזע אטאקעס מצד די בני יואל/זאליס, צוליב וואס ער אנטדעקט אפס קצהו פון די גדלות בתורה פונעם הייליגן מחבר] ליגט אויף דער ערד אין א ווינקל, אין א שוידערליכן בזיון.
האט זיך דער חבר מיינער אנגערופן צום בעל הבית, און איך געב עס איבער אין זיינע אייגענע ווערטער:
תא שמע, איך וועל דיר דערציילן אן אינטערעסאנטע עובדא וואס איז באקאנט אין די חסיד'ישע וועלט.
לויט מקורות איז די מעשה געווען ווען דער הייליגער בעל התניא איז באפרייט געווארן פון א תפיסה, און ער איז בטעות אפגעפירט געווארן צום שטוב פון זיינ'ס א גרויסן מתנגד וועלכער האט אויסגענוצט די געלעגנהייט שטארק צו דערקוטשען דעם בעל התניא זי"ע. צווישן אנדערן האט ער אים געוויזן אז דער הייליגער ספר "נועם אלימלך" ליגט ביי אים אויף דער ערד אונטערן ספרים שראנק.
דא האט זיך דער תניא מער נישט געקענט איינהאלטן און זיך אנגערופן: "ווען דו וואלסט גענומען דעם מחבר זעלבסט און אים געלייגט אונטערן שראנק אויף דער ערד וואלט ער דיר אויך גארנישט געזאגט. ושם אתה מוצא גדולתו".
ואידך פירושא זיל גמור"...
_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
 |
|
|