מיט דעם הייב איך אן א סעריע
אשכולות פון באשרייבן ערליכע אידן וואס האבן געלעבט אין אונזער תקופה, און האבן
זיך געדרייט אויף אונזער וועלט מיטן ציל צו הייבן כבוד שמים און באלייכטן דער
וועלט מיט זייער תורה און צדקות.
אפילו מאנכע וועלן טענהן אז
אין אונזער דור יתמי דיתמי איז נישטא קיין ערליכע אידן און עס איז נישט דא צו וועם
צו גיין און הערן א ריכטיגן דעת תורה, וואס אין א געוויסן זין איז עס ליידער אמת
און עס איז כמעט נישט געווען אזא דור וואס רוב פון אירע אזוי-גערופענע מנהיגים
זענען ערגער פון פשוטע געווענליכע אידן, פארט ברויך מען זיך נישט צופיל אנשטרענגען
און מען קען טרעפן אידן וואס קענען רואיג אנגערופן ווערן מיטן טיטל צדיק וחסיד.
איך וועל אנהייבן מיט דעם איד
וואס עס פאלט אויס זיין יארצייט אין היינטיגן טאג, ז"ך ניסן.
ר' אביגדור מילער ז"ל איז
געווען א איד וואס האט געלעבט און געאטעמט פון איין ג-ט אין הימל.
פילע אידן פלעגן פארן פון
וויליאמסבורג צו זיינע וועכנטליכע שיעורים וואס ער האט געהאלטן יעדן דאנערשטאג אין
זיין ביהמ"ד אין פלעטבוש, ווי ער האט מיט זיין זעלטענע אראטארישע און
הומאריסטישע כשרונות געמאכט דאס אידישקייט אויסזען ווי די געשמאקסטע און זיסטע זאך
אויף דער וועלט.
וואס דער מענטש האט אויפגעטוהן
און וואס זיינע געשריבענע און רעקארדירטע דרשות האבן שוין געהאלפן פילע אידן אין
לעבן פון אמונה און וויסן וואס דאס באשעפעניש וואס הייסט 'איד' איז, קען מען זייער
שווער אראפמאלן אין די ראמען פון אן אשכול אויף היידפארק.
פארט וועל איך פרובירן צו
שרייבן אביסל וואס דער איד האט מיט אונז געלערנט און וואס איך האב זוכה געווען צו
הערן פון אים אין די זיסע צייטן ווען ער איז נאך געווען מיט אונז.
איך האב געהערט אמאל אז ערגעץ
אין וויליאמסבורג ווייזט מען א ווידעאו פון זיינע שיעורים. אויב איינער ווייסט צי
עס גייט נאך אן זאל מען ביטע איינמעלדן דעם עולם דעם פלאן און צייט ווען מען קען
דאס זען.
נשלח ב-27/4/2007 21:57
קאפלין
די ליינסט און גלייבסט די נייע היסטארישע ביכער וואס די נייע ליטוואקעס האבען מחבר געווען אין די שרייסט אז איך מאך נייע היסטאריע?
וועסט אביסל ליינען מער ווי אויבערפלעכליך וועסטו קענען אויפמאכען דיין מויל.
עס איז דא גענוג ביכער פון פארן קריג אין ליטע, עס איז ליידער דארט געווען אזא חורבן ברוחניות אז מיר קענען דאס אפשאצען.
יא עס איז געווען א פאר ישיבות, אבער וויפיל פון זייער תלמידים האבען זיך נעבעך געהאלטען?
רוב רובם פון די היינטיגע ליטוואקעס זענען פוילישע אין אונגערישע אין אין פולין איז שוין געווען א שרעקליכער קריג.
נשלח ב-27/4/2007 20:32
Chappy
איר זענט ביידע גערעכט,
משנת האט נאר געמאכט איין טעות.
פאר די קריג איז יא געוועהן ליטווישע בחורים. נאך די קריג איז זענען זיי נישט געוועהן...
אבער קיין " יש מאין " האבן זיי נישט געמאכט. אחוץ אז דו רופסט אפגעפאהרענע חסידישע שטובער "...מאין".
נשלח ב-27/4/2007 20:18
mishnas,
do you live in a bubble? is this what your rebbe in cheder told you, or you just took this non-sense from a fairy tale book..?i
open your eyes to "real history", have you by any chance ever heard about Valozin, Kletzk, Baranoich, Mir, Slabodka, novordek, Brisk. radin,& hunreds more "Litvishe yeshivos" thrughout Lithuania & Ukraine? were all these reform schools or what
our 100% right regarding the great accomplishments the "Litvishe gedoilim" have achieved, but the picture you put down on the past of the entire Litvush torah world, is big time mistaken and absolutely false ,
נשלח ב-27/4/2007 18:52
די גרעסטע קרעדיט קומט פאר די ליטווישע גדולים פון נאכן קריג.
ווי נישט האבען זיך רוב רוב חסידים פארן קריג זיך נאך געהאלטען אידיש, אין די חסידישע צדיקים פון נאכן קריג האבען געהאט מיט וואס צו ארבעטן צו ראטעווען זייער עולם.
אין ליטא איז שוין כמעט נישט געווען קיין זכר פון ערליכקייט פארן קריג, אין זייערע גדולים האבען געמאכט א יש מאין.
נשלח ב-23/4/2007 06:31
געדאנקען היקר
איך האב נאכאמאהל איבער געלייענט דיין געפהיל פולן לויב געזאנג אויף דיין געליעבטע "סקווירא" איך האב מיר דריי מאהל געדארפט ווישען די אויגען, צוויי מאהל אויספוצען די בריללען, אין איינמאהל אויסשנאצען די נאז
איט'ס ממש ביוטי פול
די האסט דאס אליין געמאכט?
ס'האט מיר אזוי געפאלען, איך וויל דיר בעטן רשות עס צופארקויפן פאר פאפא שטעטל.
מוסבות שם פארשטייט זיך, טוישען דאס ווארט סקווירא
ווי אויך דעם שושילתא דדהבא פיזא. שטאטס ר' משה גרין וועל איך שרייבן ר' משה האפמאן ז"ל איך טראכט אויך אז שיכון באבוב אין בת ים וועט זיין א גוטער קאסטאמער.
נשלח ב-23/4/2007 01:43
קען איר זיך פארשטעלען ווי אן אויפגעקלערטער סקווירער פילט? און וואס ער האט צו זאגען ?
_________________
נשלח ב-23/4/2007 01:24
געדאנקען
דו גרייטטס זיך אויף א משיחיסטן באוועגונג נוסח טשערנאבלי?
נשלח ב-22/4/2007 19:11
באמת איז שווער צו רעדען אין אזא האקעלע זאך, ווייל קיינער פון אונז זיצט נישט איןן הימעל, אונז ווייסען נישט ווער סהאט געהאט מער כח און השפעה אויפען דור, וואס מקען זאגען וואס מהאט געזען מיט די פליישיגע אויגען, און דעטס איט!
דא אין אמעריקע א שיינע פאר יאר פארען קריג איז אהער געקומען "דער מלאך" זצוק"ל, וואס האט באלאנגט אריגינעל צו חב"ד, און געווען א פייערדיגע חסיד פון רש"ב זי"ע (וואס איז גראדע געווען א קנאי), ער האט געפירט דא א שיינע קהילה אן קיין פשרות, מהאט זיי געריפען "מלאכים", זיי האבען זיך מוסר נפש געווען אפילו אויף קלייניקייטען וואס מהאט געמיינט אז סאיז איבערגעטריבען, אבער אין פאקט האבען זיי זיך אלע געהאלטען פעלזען שטארק, און אויפגעשטעלט הערלעכע דורות ביז היינט, אין ווימס"ב וואינען נאך היינט הונדערטער פון דעי אפשטאמיגע פון יענע "מלאכים" פון די שענסטע און בעסטע
נאכען קריג זענען געקומען טויזענטער פליטים מיט הונדערטער רבנים און רעביס, און סאיז זיכער אז יעדער האט עפעס אויפגעטיהן, איינער מער און איינער ווייניגער
יזכר לטוב כ"ק אדמור מסאטמאר זי"ע וואס האט אריינגעלייגט נישט נארמאלע כוחות אויף "שם לשון מלבוש" און נאך, ער האט טאקע צוגעצויגען צו זיך טויזענטער חסידים פון אלע סארטען, און געעפענט מוסדות פון קינדערגארטען ביז עטרת זקנים, קעמפס מקוואות כולל ביקור חולים און נאך
אזוי אויך אלע אנדערע רבנים יעדער אויף זיין שטייגער