| נשלח ב-17/4/2007 19:42 |
|
| |
זיינען די ביליגע גראסערי'ס באמת ביליג?
ביי מיר אין שטוב קויף איך איין יעדע וואך לכבוד שבת, איך האב באמערקט אז די געשעפטען וואס שטעלען זיך ארויס כאילו זיי זיינען ביליג, פארבלענדען פשוט די אויגען מיט געוויסע פאראדקטען, און די אנדערע זאכען קענען זיי אמאל זיין טייערער ווי די לאקאלע גראסעריס,
און פרעגט די דיסטריביוטערס אז וועלען זיי אייך זאגען אז די קליינע לאקאל גראסעריעס זיינען וויכטיג פארן ציבור און מען דארף זיי מחזק זיין,
מאכט א חשבון וואס איר שפארט אייך און לאסט אייך נישט נארען,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2007 23:13 |
|
| |
איך פלעיג אמאל איינקויפן נאר אין גערויסע גראסעריס, ווייל איך האב זיך איינגערעדט אז עס וועט מיר אויסקומען ביליגער, למעשה האב איך זיך אמאל געזעצט מיט א מומחה אין די זאכן אן ער האט מיר געוויזן אז ווען איך גיי ווען און א געהעריגע גראסערי וואלט איך ווען געצאלט בערך די זעלבע זאך, ווייל זיי רעכענען טאקע ביליג אויף זייער סעיל אייטעמס אבער אויף נישט סעיל זאכן זענען זיי זייער טייער.
דאס איז חוץ פון די שלעפ וואס מען דארף זיך שלעפן ביז די גערויסערי און ווארטן אויף די לאנגע ליינס, גיין שלעפן די זאכן ביז די קאר וואס ליגט א בלאק אוועק ווייל נאך א האלבע שעה זוכן פאר פארקונג האט איר אויפגעגעבן צו טרעפן א פארקינג ממש לעבן די סטאר.
עס איז דא קליינע גראסעריס וואס ווען מען קויפט איין ביי זיי איז מען נאך מקיים א מצווה פון וחי אחיך עימך איך קען פרעזעינדליך אזא גערויסער אין בארא פארק וואס עס איז ממש א מצווה דארט איינצוקויפן, אויב איינער וויל מקיים זיין א עכטע מצוות צדקה אויף די שענסטע אויפן וואס איז מעיגליך (א רוכטיגע מתן בסתר), קען איך אים לאזן וויסן (אין אישית) פון וועלעכע סטאר איך רעד. איך באשטעל מיינע ארדערס ביי אים אפילו איך וואון זייער ווייט פון אים ער דעליווערט אין גאנץ בארא פארק
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2007 03:51 |
|
| |
איך מיין אז די כולל גראסערי איז ביליג אויף אלעם,
אז איך בין נישט גערעכט זאג מיר.......
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2007 05:37 |
|
| |
מיין שאלה אין הלכות "וחי אחיך עמך" איז, פארוואס ליגט א חיוב אויפן קונה צו שטיצן דעם מוכר וואס רעכענט זיך בכלל נישט מיט זיינע צענדליגע ברידער און לייגט ארויף עטליכע הונדערט פראצענט אויף א פשוט פלעשל מילך גלאט אזוי און איז זיך גאנץ קנאפ מתייחס מיט א.ג. וחי אחיך, און איך רעד פון גרסערי אייגענטומער וואס מאכן גאר א שיינע מטבע, עכ"פ שענער ווי פיל פון זייערע קאנסומער???
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2007 19:30 |
|
| |
וכי תמכרו ממכר לעמיתך או קנה מיד עמיתך
חפשתי הרבה למקורות על ענין החיוב לקנות דוקא מישראל, ושאלתי מת"ח ולא השיבו לי כהוגן, ויגעתי ומצאתי קצת על הענין, ומי שיש לו יותרבענין זה בבקשה להוסיף על דברי
כתיב בויקרא כ"ה י"ד וכי תמכרו ממכר לעמיתך או קנה מיד עמיתך וגו', וז"ל התורת כהנים מנין כשתהא מוכר לא תהא מוכר אלא לעמיתך? ת"ל וכי תמכרו ממכר לעמיתך, ומנין כשהוא קונה לא תהיה קונה אלא מיד עמיתך? ת"ל או קנה מיד עמיתך, אין לי אלא קרקעות שבהם דיבר הכתוב, מנין לרבות דבר המטלטל? ת"ל ממכר לרבות דבר המטלטל. עכ"ל, וכעי"ז בפרש"י עה"ת שם,
בשו"ת הרמ"א סימן י' שמפרש שם הגמ' בפסחים כ"א ע"ב ר' יהודה אומר דברים ככתבן לגר בנתינה או לנכרי במכירה וז"ל הא דאמר הכתוב מיד עמיתך מיירי כשמוזיל גבי' דאם בשווין הכתוב מדבר לא צריך קרא דפשיטא הוא דעל עמיתך גמור הוא חייב להחיות, אלא ש"מ דהכי קאמר דאפילו בגר במעות ולחבירו בהפסד מ"מ חבירו קודם.
ובשו"ת תשב"ץ ח"ג סימן קנ"א ז"ל שאלה, שסוחרי תנס עשו הסכמה ביניהם והטילו בה כח החרם שלא יוכל שום אחד מהם למכור שום פרקמטיא לשום יהודי מבעלי החניות עד שיתן היהודי זוז אחד בכל דינר ודינר יתר על מה שמוכרין אותו לישמעאלים הגידו לנו דבר המשפט?
תשובה, דבר זה לא ניתן להאמין ח"ו לא תעשה זאת בישראל שהרי למכור שוה בשוה מן הדין להקדים ישראל לעכו"ם מדדרשינן בספרא כי תמכרו וכו' והיה נראה שאפי' בפחות מהעכו"ם הוא מזהיר הכתוב, שאלו שוה בשוה פשיטא, כדפריך תלמודא בפ' איזהו נשך ]ע"א ע"א[ עמי ונכרי עמי קודם פשיטא, ופריק לא נצרכא אלא אפילו לעכו"ם ברבית וישראל בחנם ,והכי נמי קרוב הדבר לדמותו לזה שוה בשוה, לא הוצרך הכתוב להזהיר שיקדים ישראל לעכו"ם אלא אפילו לישראל בפחות ולעכו"ם ביתר, ישראל קודם וכו' עיי"ש,
וז"ל התוס' ב"ק קי"ד ע"א ד"ה עד דמקבל אומר ר"ת דהיינו דוקא כשישראל רוצה ליתן לו כמו שנותן לו העכו"ם אבל אם העכו"ם רוצה ליתן לו יותר אין להפסיד בשביל כן,
ובבעל הטורים עה"ת שם כתב, ג' במסורה או קנה מיד עמיתך, ותרי גבי דוד לא כי קנה אקנה ]שמואל ב' כד כד, ובדה"י א' כ"א כ"ד[ כשקנה הגורן מארונה, דאע"ג דדרשינן או קנה מיד עמיתך שתקנה מיד ישראל ולא מיד גוי, אע"פ כן קנה דוד הגורן מארונה כיון שלא היה יכול לקנות מישראל,
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2007 20:19 |
|
| |
זאב דא רעדט מען נישט פןו קויפן ביי א איד. דא פרעגט מען אויב די גרעסערע גראסעריס זענען ביליגער.
איך האב נאכגעטשעקט אפאר גרויסע גראסעריס פון וויליאמסבורג און זיי זענען גארנישט ביליגער און קוים אז אמאל מאכן זיי סעילס און דארט זענען זיי ביליגער.
איך רעד פון די נייע גרויסע גראסעריס (איך שיריב נישט ארויס די נעמןפארשטייט זיך) אפשר וויייל זיי דארפן צאלן גרויסע רענט און אפ' זיי קויפן איין מער ווי די קליינע און באקומען עס ביליגער מוזן זיי נעמען מער כדי צו קענען צאלן זייערע גרויסע רענט אדער מארגעדש.
פון די גראסעריס וואס געבן 10 פערסענט אויב מקויפט איין העכער 50$ דארף מען אכטונג געבן. זיי רעכענען געווענליך טייערער ווי די וואס געבן נישט ביליגער. פון ערגעץ מוזן זיי נעמען די פארלוסט פון די צען פערסענט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2007 20:39 |
|
| |
איך האב עס געשריבען דא כדי אויף צו ברענגען דעם ענין פון קויפען אין היימישע גראסעריס, איך מיין די קליינע וואס זיי עפרישיעטן דיך אין דאס איז אויך ווערט א פאר סענט,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2007 01:33 |
|
| |
גרויסע גראסעריס זענען אפשר נישט ביליגער, אבער עס איז למעשה באקוועמטער צו קויפען ביי זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2007 01:45 |
|
| |
געווענליך זענען גראדע גרויסע גראסעריס יא ביליגער, למשל איך קויף אסאך מאל מיינע ארדערס ביי "הצלחה", נאכדעם פארגלייך איך די ביללס מיט די פון מיין שכינות גראסערי, און די סעיווינגס איז גאנץ שיין, אויף רוב פראדוקטן זענען זיי גאנץ שיין ביליג, אסאך מאל א גאר גרויסע חילוק פון איינס ביז'ן צווייטן, חוץ פון דעם וואס זיי האבן א גרויסע אויסוואל פון אלעם, און לעכטיגע גרויסע איילס, און פרישע סחורה.
רוב מאל קויף איך ביי מיין נאנטן גראסערי פשוט ווייל איך וואוין צו ווייט פון די סופערמארקעט.
נאך א מעלה וואס די קליינע גראסעריס האבן, און די גרויסע סופערמארקעטס האבן נישט, דאס קויפן אויף בארג, די קליינע שרייבן אויף, און די גרויסע כמעט נישט.
|
|
|
|
|