חארונים פלאנען פרישע נסיעה קיין איזראעל
די חארונים זענען שוין זייער לאנג נישט געווען אין איזראעל, דער ראשקעבאהא"ג איז שוין לאנג נישט געווען אין חצר הקודש וויזניץ זיך ווייקן ביי די אגודאים, פלאנען זיי איצט א פרישע נסיעה קיין איזראעל מיט א גרויסען טראסק און פאמפע אז די וועלט וועט זיך שאקלען ביז אירע יסודות.
לויטען פלאן וועט מען פארן מיט א גרויסן בייטעל געלט, בערך 2 מיליאן דאלאר, צו היידזשעקען אלע מוסדות, אז אויב מ'וועט נישט שיקן זייערע קינדער צו די גרויסע "קאבאלעס פאנים" וועט מען נישט באקומען קיין גרייצער.
אויך וועט מען זיך דארט טרעפן מיטן בעלזער שוואגער און מ'וועט אפיציעל זאגן: מחול לך
עס הייסט אז די נסיעה איז געווידמעט אויף ירושלים, אבער ווי מ'הערט פון זאך קענער, איז פישער צישלאגן מיט די ירושלימער פירערשאפט און וועט אלעס טאן אז דער חארינער רעבע וועט זיין בעיקער אין בני ברק - נאך א טעם איז מעגליך, ווייל אין ירושלים האט ער א שטארקען קאמפעטישען, הגה"צ רבי חיים צבי שליט"א, אבדק"ק ור"מ סאטמאר ירושלים עיה"ק.
פרטים יבואו
|
|