בית פורומים כל העולם כולו

ירושלים: ווילדע פאגראם אין ר' חיים הערש'ס ישיבה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/4/2007 03:29 לינק ישיר 
ירושלים: ווילדע פאגראם אין ר' חיים הערש'ס ישיבה!

א ווילדע פאגראם איז פארגעקומען אין ר' חיים הערש'ס ישיבה גדולה אין ירושלים היינט.


די ביטערע מצב פון ר' חיים הערש'ס ישיבה אין די עסק ביש דערפון איז א גפערלכע שטינק אין ירושלים, ווי זייט ר' חיים הערש איז געקומען קיין ירושלים איז די אמאליגע הערליכע סאטמאר ישיבה געווארן א טאיאטער.


היי יאר אנהייב יאר האט ר' חיים הערש באפוילען אפ שפארן די ישיבה גדולה וואס האט דעמאלס געהאט בלויז 17 בחורים, שוין נאכדעם וואס חדשים האט ר' חיים הערש אדערוויטייזט אין דער איד אז ער נעמט אן בחורים פון אויסלאנד, און שטעלט צו אלעסדיג אבי מען זאל קומען, עס האבן זיך נישט געמאלדן מער ווי 3 בחורים פון אויסלאנד.


למעשה איז געווארן א פייער דערפון, און די טאטעס האבן פארפירט געפערליך, אז זייערע בחורים בלייבן אפען גאס און וועלן ארויס גיין לתרבת רעה, האט ער צום סוף געפענט די ישיבה מיט 14 בחורים פאריגעס זמן, און פרובירט וואס ער קען מאכן מיט זיי.


ליידער אינמיטען זמן זענען 2 פון די צוועלף בחורים ארויס לתרבת רעה רח"ל והדברים ידועים, אנדערע 2 בחורים האבן אפגעצויגען אימיטען זמן, און 1 בחור איז געווארן א חתן אין געבליבען אינדערהיים, געבליבען יעצט איז 9 בחורים!.


יעצט האט ר' חיים הערש ווידער געמאלדן אז די ישיבה איז אפגעשפארט, און די 9 פארבליבענע בחורים זאלן בלייבן אפען גאס, יוסף שווארטץ האט געזאגט פאר אלע טאטעס גענוג איז גענוג די ישיבה איז פארשפארט.


די בחורים האבן אים אנגעפיפן, נעכטן מיטוואך צום נייעם זמן זענען זיי אנגעקומען אין ישיבה וואס געפינט זיך אין ביהמ"ד ויואל משה אין ירושלים, עס איז געווען פארשלאסן די בחורים האבן אויפגעבראכן די שלעסער און געפענט די ישיבה, ווען ר' חיים הערש האט געהערט וואס די בחורים האבן געטאן האט ער באפוילען פאר שלמה הערש עקשטיין שוין אריבער צו גיין אין כולל און הייסן אלע אינגעלייט זאלן ארויף גיין לערנען אין היכל הישיבה, אזוי וועט מען די בחורים פארטרייבן, די כולל אינגעלייט האבן געפאלגט די בחורים האבן זיך נישט געלאזט פון זיי און זיי נישט געלאזט לערנען דארט, זיי האבן געזינגען געהאקט, און 2 כולל אינגעלייט האבן זיי באגאסן פון קאפ ביז פיס.


אינמיטען די נאכט זענען די בחורים געגאנגען אין געמאכט א פאגראם אין ישיבה, זיי געמאכט א חורבן בית המדרש צוריסן און צופליקט אלעס, אנגעשריבען מיאוסע לאזונגען קעגן יוסף שווארץ און עקשטיין, זיי האבן געמאכט א חורבן איום ונורא, זיי האבן צוריסן די לעקטער, דערנאך זענען זיי געגאנגען און גענומען אלע טישן און בענק און איינגעשפארט אין א שטוב מיט שטארקע שלעסער.


היינט צופרי ווען די כולל אינגעלייט זענען אנגעקומען אין ישיבה האבן זיי געזעהן די חורבן איום וואס די בחורים האבן אנגעמאכט, מען האט געברענגט בעל מלאכת און אויפגעבראכן די טיר, און ארויסגענומען די טישן און בענק, די בחורים זענען אנגעקומען און זיך גענומען שלאגן מיט די כולל אינגעלייט און זיי פארטריבן פון דארט מיט בזיונות.


ר' חיים הערש האט גערופען אן אסיפה מיט אלע שלעגערס אויף מוצאי שבת, ווי ער גייט זיי באפעלען זינטאג צו באצאלן פאר די בחורים, און זיי באמאקלען און ארויסווארפן פון די ישיבה, עס קוקט אויס ווי זינטאג גייט זיין א מלחמה כבידה, און א פרישע פאגראם.


תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 20/04/2007 3:51:02



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2010 17:08 לינק ישיר 

דערמאנונג...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 23:00 לינק ישיר 

ער שרייט און שרייט מיט א ליגענט אז איך האב געשריבען אז חיים הערשלע איז אין ארץ ישראל, וואס איך האב עס בכלל נישט געשריבן, ווייס מיר ווי איך שרייבט דאס.

און מיט דעם ליגענט זיינער מיינט ער וועט ער אפלייקענען אזאך וואס יעדער אין ירושלים ווייסט און האלט מיט.

און טאקע וועגן דעם איז חיים הערשלע נאך נישט צוריק געפארן קיין ירושלים נאר זיצט דא אין ניו יארק, בשעת וואס אלע ישיבות האבן שוין אנגעהויבען ר"ח אייר, ווייל ער קען נישט צוריק פארן ווילאנג די איבערקערנישט פון זיין געוועזענע פארמאכטע ישיבה גדולה שטילט זיך איין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2007 05:32 לינק ישיר 

די חארונים לעבן עפעס אין א אנדערע וועלט.
אין די וועלט וואס זיי לעבן איז הגה"צ רבי חיים צבי אין ירושלים עיה"ק... און די ישיבה האט נישט קיין בחורים און אז מ'שפארט עס צי.

חארונים גוט מארגן, וועקט זיך אויף. גענוג געשלאפן
גענוג גע'חלומ'ט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2007 00:00 לינק ישיר 

אידעלע עס קומט זיך דיר א מעדאל, אזא לידענער ווי דיר איז ממש געשמאק.

די ישיבה האט 60 בחורים, איז פונקט אזוי אמת, ווי עס איז די בעסטע ישיבה אין אויסלאנד!

ווען די שרייבסט ווען אז עס איז די ערגסטע ישיבה אין אויסלאנד שרייבסטו כאטשיג קרוב לאמת.

גראדע וועם האט יוסף שווארץ געריפען צו די אסיפה מוצשב"ק?

גייט חיים הערש רעדן אויף א האק אפ?

פארוואס האט חיים הערשלע היינט אנגעריפען נחום אטיק, נח שטיינבערג, יצחק ווייס און נאך אז יעדער זאל זיך משתתף זיין ביי די אסיפה מוצש"ק.

ווי פאסט עס פאר חיים הערשלע צו ביזי זיין מיט אן אסיפה פון שלעגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ירושלים: ווילדע פאגראם אין ר' חיים הערש'ס ישיבה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext