בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

געבאקן נאך פסח!?!?!?!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/4/2007 19:06 לינק ישיר 
געבאקן נאך פסח!?!?!?!

איך האב דעם שבת אביסל מעיין געווען אין מנהג ישראל תורה איבערן מנהג פון געבאקן נאך פסח, ברענגט ער נאך פון פריערדיגע די מקור אז מען זאל נישט עסן קיין פארקויפטע חמץ ווייל אפשר איז עס נישט פארקויפט כדין.

ער ברענגט אראפ אז די גאנצע מנהג פון ווארטן ביז שבועות שטאמט פון רבי אברהם מסטריטין זצ"ל (אויב איך געדענק גוט). די טעם איז ווייל אין די ימי הספירה דארף מען זיך פירן מער בקדושה ובטהרה, און איה"נ אז להלכה האט דאס נישט קיין שום האפט.

ער ברענגט אויך אז אנדערע האבן אגאנץ יאר נישט געגעסן קיין פארקויפטע חמץ מהאי טעמא.

עס האלט שוין דארט אז אין בקהילה ברענגט ער בשם די עדה החרדית אז די גאנצע קפידא איז גאר א מכשול, א מצוה הבאה בעבירה, ווייל די קאמפאניס ווארטן ביז נאך שבועות ארויסצולייגן די פארקויפטע פראדוקטן, און דאן קען עס שוין זיין ווערעמיג.

http://bh.hevre.co.il/news_read.asp?id=2974&cat_id=1

די גאנצע "געבאקן נאך פסח" סומאטאכע פון די לעצטע צענדליגער יארן, די אלע שווינדלערייען, די אלע כרוזים, קענען לכאורה זייער גרינג געלעזט ווערן דורך איין כרוז פון ערליכע רבנים, אז יעדע גראסערי זאל פארמאגן א בריוו פון זיין רב וואס האט אים פארקויפט דעם חמץ:

"הרינו מאשר בזה שהחמץ של החנות.... נמכר כדת וכדין, ואין שום מקום לחששות אחר חג הפסח" וכדומה.

און די וואס זענען נאך אלץ מפקפק זאל נישט עסן קיין געפאקטע חמץ ביז איבער'ן יאר פסח, אדער ביז זיי וועלן נאכגיין בדיוק ווען קמח קומט אן מיט א פרישע שיפמענט נאך סוכות.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/4/2007 18:40 לינק ישיר 

אהלי צדיקים

בקהילה קען שרייבן וואס זיי גלוסט זאך, במציאות, איז די בד"ץ מקפיד צו מאכן פריש תיכף נאך פסח כל מיני חמץ, פון עוגה ביז ופלים, דייקא "נאפה לאחר הפסח תשס"ז".




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 20:10 לינק ישיר 

The zelimer Rov Z"l was a very erlicher rov and was the last person in our genaration that was moser nefesh for kahrut said to his rebezin that she should buy her lokshen after pesach in Mulshtok Grocer ( now Bodas) I am not a Ganv the sold his chumtz thru me did i just steal his money
very Intresting all thses chasiidim are not afraid to colieect or pay 25% intrest Via a Questionable heter Iska may these rabbis can tell what buissnes earn 25% net



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2007 00:07 לינק ישיר 

מכירת  חמץ איז נישט קיין הערמה, דאס איז א ריכטיגע מכירה מיט אלע מפרשים,

דער גוי איז מסכים צו אלעם בלב שלם ווייל ער וויל זיינע פאר גראשען, און ער איז קונה דעם חמץ כדת וכדין,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2007 21:44 לינק ישיר 

איך מיין אז די מנהג איז געבויט אויף דעם, ווייל מען וויל זיך נישט פארלאזען אויף מכירת חמץ בדרך הערמה, נאר לגבי דעם אז מען זאל נישט נכשל ווערען אין דער הארבען איסור פין בל יראה, אבער לגבי עסען אפילו חמץ וואס איז נאר חמץ שעבר עליו הפסח, וויל מען זיך נישט פארלאזען.

אז מען וויל פארקויפען נישט בדרך הערמה, דארף מען די חמץ אוועק געבען אז עס זאל ליגען ביים גוי. און איינמאל מען גיט עס שוין איבער פארען גוי, דארף מען נישט פארקויפען, עס איז גענוג אז מען גיט עס אים במתנה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > געבאקן נאך פסח!?!?!?!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext