בית פורומים כל העולם כולו

סאטמארע רביצין (מהרז"ל) פארפירט... לאזט נישט צוריקנעמען די בחורים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/4/2007 04:55 לינק ישיר 
סאטמארע רביצין (מהרז"ל) פארפירט... לאזט נישט צוריקנעמען די בחורים

די סאטמארע רעבעצין (מהרז"ל) האט זיך אריינגעמישט, אייגענטליך איז זי דאך די נועם המידות'קע, האט זי אלע רעכטן צו שיסן איר מיינונג אין אלע אנגעלעגנהייטן, און וויבאלד זי זעט אז איר קלוגער מאן ווערט צופליקט צווישן די יאקאבאוויטש'עס, לעפקע'ס, דייטש'לעך און זשופניק'ס האט זי באשלאסן אז זי וועט נעמען די לייצעס אין די הענט.

פאריגע וואך סוף וואך האט זי אויפגענומען דעם טרייבעל און אריינגעגעבן פסקים פאר א רייע "זאלונים"... אז זייערע קינדער זענען שקצים און אויסווארפען און זיי קענען זיך גייען, מ'דארף זיי נישט האבן.

עס האט אנגעהויבן פלאקערן, ליפא קרויס מיט שמואל ט"ב האט געדארפט ווערן פייערלעשער און איינשטילן די געמיטער וועלכע ברויזן אויף לעוועל הונדערט.

פון הינטער די קוליסן הערט מען אז שלמה הערצאג זאגט אז אלעס זענען שולדיג די ארונים... ווייל וויבאלד זייערע שוועסטער'ס זענען געגאנגען אין מחנה דברי יואל, זענען זיי געווארען פארדארבען ל"ע, און דורך דעם זענען זייערע ברידער, דאס הייסט די ישיבה קטנה יונגלעך פארדארבען געווארן....


אבי מ'האט איינעם וואס פארשטייט עכט צו חינוך...
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 23/04/2007 6:28:25



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאטמארע רביצין (מהרז"ל) פארפירט... לאזט נישט צוריקנעמען די בחורים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext