רבינו שליט"א איז דארט געווען אין געשמועסט מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א, אויך זענען דארט געווען די קינדער פונעם אלעסקא רבי, אויך דעם רבינ'ס אייניקל בן רבי העניך אשכזי בן הרב מאלעסק חדב"נ.
נאך 20 מינוט וואס רבינו שליט"א איז דארט געווען איז אנגעקומען ר' זלמן, ביים טיר האט ער פונקט באגעקענט ר' חיים שלמה פישער וואס ער איז דארט געשטאנען און געשמועסט מיט איינעם, ר' זלמן דערזעהענדיג איז ער בלאס געווארן ווי קאלעך ער האט זיך אפגעשטעלט און גערעדט עפעס צו זיין מלמד ר' שמואל קאמפאט, און דערנאך איז ער אריינגעקומען.
ר' זלמן האט זיך אראפ געזעצט בלאס ווי דער וואנט, רבינו שליט"א האט דעמאלס גערעדט מיט אלעסקא רבי א תשובת נודע ביהודא בהלכות גיטין, דערנאך האבן זיי גערעדט פון א תשובה אין דברי חיים בנוגע שמות בני אדם, ר' זלמן איז געזיצן דארט ווי א האן אין בני אדם ער האט קיין ווארט נישט געזאגט, ער האט נישט געהאט קיין אנהוג פון וואס זיי רעדן.
אינמיטען האט ר' שמואל מלמד ווען ער האט געזעהן אז עס איז צרות האט ער אריין געזאגט עפעס א מעשה וועגן דברי חיים מיט ר' שלום אליעזר, דער עולם האט פארשטאנען וואס ער וויל דא ער וויל אנהייבן צו רעדן שאדעלע באדעלע... דער עולם ארום האט זיך אונטער געשמייכל ווי דער מלמד ארבעט.
אבער די משועס איז ווייטער אוועק געדרייט געווארן וועגן הלכות אבילות, און נאך 15 איז רבינו שליט"א אוועקגעגאנגען, איבער לאזענדיג רבי זלמן מיט זיין בלאסן געזיכט.
 |
|
|