בית פורומים כל העולם כולו

פריש נחת אין ג''ע פאר'ן דברי יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/4/2007 20:37 לינק ישיר 
פריש נחת אין ג''ע פאר'ן דברי יואל

אין 'איד' פון פרשת תזו''מ אויף זייט 31-ב איז דא א גאנצער עמוד פון 'קהילה קדושה ''שפע חיים'' דחסידי צאנז קלויזענבארג' און דער פריערדיגער קלויזענבארגער ווערט דארט באטיטלט מיט גרויסע אותיות '' כ''ק מרן רבינו הקוה''ט זי''ע ''.

בראווא, בראווא כ''ק מרן רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע.

 'תורתם' מגן לנו 'הם' מאירת ענינו 'הם' ימליצו בעדינו אדונינו בעל דברי יואל ובעל שפע חיים.

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2007 00:21 לינק ישיר 

א שאד די ביצים וואס מען פלעגט ווארפן אויפ'ן קלויזענבארגער , און א שאד פאר'ן חינוך וואס מען האט אלע יארן אריינגעפלאנצט אין די קינדער און בחורים קעגען דעם קלויזענבארגער ציוני.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 23:47 לינק ישיר 

אוי לאכן די קלויזענבארגער א גוטס פון די סאטמארער.

 לאנגע יארן זענען זיי געווען בבל יראה ובל ימצא אין 'איד'.

 אצינדער הותרה הרצועה און זייער רבי ווערט באטיטלט 'כ''ק מרן רבינו הקוה''ט זי''ע'.

 בראאווא, בראאווא כ''ק מרן רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 23:29 לינק ישיר 

מי יגלה עפר עיניך ר' סענדער דייטש ז''ל לאנגיעריגער רעדאקטאר פון 'איד' פאר'ן פיליעריגען בויקאט קעגען קלויזענבארג?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 22:52 לינק ישיר 

 אן אמת'ר סאטמארער חסיד טרעט נישט אריין אינעם קלויזענבארגער בית המדרש, און דא קומט 'דער איד' בעד בצע כסף(וכח הפועל בנפעל) און שרייבט אויפ'ן קלויזענבארגער 'כ''ק מרן רבינו הקוה''ט זי''ע' .

בראווא,בראווא כ''ק מרן רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע. 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 22:35 לינק ישיר 

אנטווערפן,
זיי נישט קיין טיפש,
וואס גלייכסטו צו פאנאוויטשער רב אדער דעם היינטיגן צאנזער רבי
אדער רבי ישראל'טשע וויזניצער, צום אלטן קלויזנבורגער רבי,
דער פאקט איז אז דער קלויזנבורגער רבי איז געווען דער איינציגסטער
וואס דער רבי דער בעל דברי יואל זי"ע האט זיך מיט עם נישט געוואלט 
טרעפן, בו בזמן וואס ער האט זיך כסדר געטראפן מיט אלע אגודיסטישע רבנים ווי
וויזניץ, גור, בעלז, און אפילו מיט חברי הכנסת האט ער זיך געטראפן,
ווי אויך מיט פרייע און ציוניסטישע צייטונג שרייבער, ער האט זיך געטראפן
מיטן ליבאוויטשער וכו', אדער מיטן קלויזנבורגער האט ער זיך נישט געוואלט טרעפן,
איז פשוט אז צו רומען דעם דאזיגן קלויזנבורגער איז פונקט ווי אריינשטעכן
א מעסער בלבו של רבינו זי"ע, ס'איז פונקט ווי טאנצן אויף א חתונה מיט דיין 
טאטענס שונא, (יוסל וואלדמאן בלע"ז), דוק ותשכח, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2007 22:33 לינק ישיר 

 פארלעסליך, אויסדרוקליך נישט .

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 22:30 לינק ישיר 

דער הייליגער גאב''ד ר' טוביה ווייס שליט''א וועלכער האט זיך באטייליגט ביי די מסיבה וואס אנטווערפןרב רעדט, האט אלעס גע'כשר'ט.

  אויך כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א האט דאס גע'כשר'ט מיט זיין השתתפות, ווי מ'זעהט אויפן בילד.

דרך אגב,  א פולזייטיגער מודעה אין 'דער איד' גליטשט זיך נישט אריין... 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 22:29 לינק ישיר 

שור שגנח, דו האלסט אז וואס מען האט געטוהן פאר גל-פז איז געווען גערעכט???




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/4/2007 22:22 לינק ישיר 

 'גל-פז' אין וויליאמסבורג האט אויך געהאט א קאנטראקט מיט'ן לענדלארד און האט אויך אינוועסטירט איבערצובויען און אויפפיקסן זיין געשעפט אויף לי עווניו.

 דער בעל הבית פון 'גרעטש' בילדינג האט אויך געהאט אפגעקויפט דעם גרויסן בילדינג און געמאכט קאנטראקטס מיט פארשידענע פירמעס און בעלי מלאכה.

   און דאך  האט מען געהאלטן פאר א חוב און מצוה ארויסצוגיין בחרב ובחנית קעגן 'גרעטש' און 'גל-פז' און פארלאנגען פון זיי א שריט מיט שאדן פון גרויסע געלטער(יעדער לויט זיין שטאפל).

און לאמיר ממליץ טוב זיין פאר איין רגע אז די זאלי קאמפאני האט נישט קיין ברירה צוליב'ן אויסרייד פון 'קאנטראקט', וואס טוט זיך אבער מיט'ן פאקט אז מר. י. הירש דער בעל הבית פון 'עטרת בלעם' און חוטא ומחטיא את הרבים איז פון די שענסטע אידן אין די זאלי קאמפאני.

ווייסט איינער פון א סילוק וואס זאלי זאל האבן געגעבן פאר דעם חוטא ומחטיא את הרבים?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 22:13 לינק ישיר 

די וואך בין איך אריין אין מיין גראסערי און איך זע אויפן פלאר א גאנצע פאק געקאלערטע ביכלעך וואס זעט אויס ווי שמות. איך הייב עס אויף זע איך אז סאיז עפעס א "שמות" בלעטעל פון א ארגאניזעישאן, וואו מרימט אויס ביזן הימל די אלע מתחברים לרשעים וכופרים אין ארצינו הק', ווי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, ישראלטע וויזשניצער, איינער פון פאנביזש, און נאך אזעלכע גאונים וצקיקים... וועמענס תורה די ארונים שעפן מיט דארשטיגערהייט.
פרעג איך די סטארקיפער וואס דאס איז, ווייזט ער מיך אז דאס איז א אינסערט אינעם פארדארבענעם בלאט.
און דאס איז נישט א עד וואס האט זיך בטעות אריינגעגליטש עפעס ווערטער, נאר עס איז א פון פאראויס געשיקטע אינסערט מיט ריזיגע קאלערדיגע שרייעדיגע אותיות און פיקטשערס שוין אויפן פראנט דעקל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2007 22:09 לינק ישיר 

אידעלע,
WE GOT YOU,
די צוויי דאזיגע צוויי שקצים האבן אינטערגעשריבן אזא שעדליכע קאנטראקט
און איר זאלונים פארשווייגט דאס, היתכן?, איז דאס נישט אזוי געפעלעך
ווי אריזאנא ווייץ, אדער קאפי אים פסח רח"ל, ווי קענט איר דאס פארקוקן,
מילא אויב  איר שרייבט ווען אז דעם קאנטראקט האבן אינטער געשריבן
די צוויי גרויסע צדיקים ר' ישראל חיים מנשה און זלמן לייב פיליפ און מיט ענקער רבי
ר' זלמן לייב בראשם, און איר פארלאזט זיך אויף זיי, נו, וואלט איך פארשטאנען
אייער צד, אבער אז די צוויי רבי אהרן מיט ארי' לייב האבן דאס אינטערגעשריבן,
ווי איז ענקער וויי געשריי אדער מחאה?, ווערט איר שוין אויך פארבלענדעט פאר
אפאר דאלאר רח"ל?, מאכט מען דארט מער געלט ווי ביים טרפה'נעם סקול דיסטריקט?
ביי וויפיל געלט ווערט אלעס מותר, הא????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2007 21:57 לינק ישיר 

שור.

איך האב געטראכט אז איך וועל דיך איגנארירן.
אבער א ידיד מיינער האט מיר אריינגעשיקט אין אישי, און ס'איז זייער א גוטער אנטווארט צו דיינע שימפערייען.


דער קאנטראקט פאר דעם עטרת בלעם וואס די ריפסט, האט געמאכט נישט קיין צווייטער ווי דיין ראשקעבאהא"ג מיט דעם אויסווארף ראביי לייב גלאנץ. (ווייסט אפשר ווער ער איז)

די צוויי האבן אונטערגעשריבן דעם קאנטראק. און טענות האסטו צו יעדן, נאר נישט צו די צוויי...

ביסטו טאקע אזא היפאקריט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 21:55 לינק ישיר 

דער תירוץ איז: דער ענין פון 'עטרת בלעם' איז א שפיגעלע פון די זאלי קאמפאני ועל הכלל כולו יצא.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 21:49 לינק ישיר 

איך קריג מיר נישט מיט דעים פרט, איך פארשטיי זייער גוט אז סיי דער איד און סיי דער בלאט זענען ווערט זייער געלט ווען עס קומט צו געלט זאכן, און דער בלאט האט שוין ערגערע פעלערן במשך איר עקזיסטענץ, איך גיי זיי יעצט נישט בלעמען, איך פרעג נאר פארוואס דו פירסט א פערזענליכע קאמף מיטן עטרת אברהם זאל, אז אין א יעדן אשכול שטופ'סט עס אריין, אפילו עס מאכט נישט קיין סענס???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/4/2007 21:38 לינק ישיר 

trueonly2 וואס קלערסטו?

צוליב דיין ווייטאגליכע תגובה ווערט דען אויס נחת פאר'ן דברי יואל זי''ע בעולם העליון אז 'דער איד' באטיטלט דעם קלויזענבארגער אלס 'כ''ק מרן רבינו הקוה''ט זי''ע' אפילו עס איז א באצאלטע מודעה?

 אויף עובדיה יוסף וואלט ער אויך געשריבן פוסק הדור וחכם הרזים הראשון לציון מרן רבינו עובדיה יוסף שליט''א?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פריש נחת אין ג''ע פאר'ן דברי יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext