אנרגיה
זעהר שיין און נאבל פון דיין זייט צו ברענגען דעם רמב"ן היפך שיטתך.
יעצט בלייבט צו זעהן צו דו וועיסט טוישן דיין מיינונג אדער צו דו וועסט זאגען אז דער רמב"ן איז כולו מוקשה... און דער רבי איז גערעכט
איך בין זעהר נוטה צו די צווייטע
איל וויל דיר איבער חזרן דיינע ווערטער - פסוקים פון די תוכחה - אויף וואס דו האסט געבויט דיין מיינונג
לפי דעתך, ווען קען מקיום ווערן די פסוקים פון די תוכחה? ווען קען מקוים ווערן מבשר בניו אשר יאכל, מבלי השאיר-לו, כל במצור, ובמצוק, אשר יציק לך איבך, בכל-שעריך? די יודן זענן דאך נעבעך נישט שולדיג? און לפי ראות ענינו זענן זיי טאקע נישט שולדיג. איך קען דיר אויך געבן מערערע הסברים פארוואס זיי זענן אומשולדיג. דיין הסבר איז גאר שטארק, און "יאגעלע,ס" הסבר איז אויך א גוטער לימוד זכות אויב אונז וועלמיר דורכפאלן דא אין אמעריקע.
נא, בלייבט דאך די קשיא: און די תורה שטייט והיה, אם-לא תשמע בקול יהוה אלהיך, לשמר לעשות את-כל-מצותיו וחקתיו, אשר אנכי מצוך היום--ובאו עליך כל-הקללות האלה, והשיגוך, אויף ווען איז דאס געזאגט געווארן????
אלא, מוז זיין אז אפ-צו-מאכן ווען מ'איז שולדיג אויף דורכפאלן א נסיון און ווען מ'איז נישט שולדיג, דאס באלאנגט פאר'ן אייבישטען און נישט פאר "באטשי" און נישט פאר'ן "אלגעמיינער" און נישט פאר "אנרגיה" און נישט פאר'ן רבי'ן זי"ע אדער פאר "ר' אביגדור".
פאר אונז בלייבט נאר איבער צו קוקען אין חומש אין זעהן די ביטערע ווערטער פון: "אם-לא תשמר לעשות, את-כל-דברי התורה הזאת, הכתבים, בספר הזה: ליראה את-השם הנכבד והנורא, הזה את, יהוה אלהיך. והפלא יהוה את-מכתך, ואת מכות זרעך: מכות גדלת ונאמנות, וחלים רעים ונאמנים". עס כאפט דאך א שוידער ווען מליינט "מבשר בניו אשר יאכל, מבלי השאיר-לו, במצור, ובמצוק, אשר יציק לך איבך, בכל-שעריך". און "פלעין" יודיש מיינט דאס אז אויב כלל ישראל וועט זיך אפשאקלען פונעם אייבישטען, (צו איז דאס וועגן נסיון העוני צו נסיון העושר, צו איז דאס נסין האינטערנעט וכו) וועט זיין ביטערע קאנסקעוונצן.
איי דיינע מליצה ישרה'דיגע געפילן? וויל איך דיר זאגן אז איך פארשטיי אויך נישט ווי אזוי מ'קען דאס רעכנן פאר חטאים נאך אזעלע ביטערע נסיונות, און דאס איז וואס דיר שטערט. אבער ס'קוקט אויס אז דער אייבישטער זעהט דאס יא אלץ חטאים.
לסיכום:
דאס איז קלאר אז ס'שטייט און די תורה אויב מ'האלט נישט איין וואס דארט'ן שטייט וועט זיין ביטער.
דאס איז קלאר אז דע מצב אין יהדות איז געגאנגן מטה מטה און מ'האט נישט איינגעהאלטן די תורה.
 |
|
|