ארונים ווילן נעבעך ווארפן ר' עזריאל פון חברא קדישא
די דעפרעסטע ארונים זענען מוראדיג ברוגז אויף ר' עזריאל גליק, דער משב"ק פון רבין זי"ע און פון ברך משה זי"ע, וועלכער אלס געטרייער נאכפאלגער פון די שיטה הק' פון הייליגן רבין ווייכט ער אפ פון די נייע ווינטן וואס בלאזן אין לאגער פון די ארונים אפצונויגן פון דרכי אבותינו ורבותינו הק'. און דערפאר איז ער א דארן אין אויג פאר די פארפארענע ארונים. אויסער וואס ער איז א געטרייער שומר פאר די סאטמארע אינטערעסן אין בית החיים קעגן די אלע רשעות און שייגעץ שטיק וואס די ארונים ווילן אפטון פאר סאטמארע חסידים. בפרט ווען זיי ווילן יעדן איינעם איינרעדן אז די בית החיים באלאנגט פאר זיי, און דא מוזן זיי נעבעך ספראווען מיט זייערע קעלבעלעך וואס פרעגן תמימותדיג "די בית החיים איז דאך אונזערס, דעמאלטס פארוואס מוז יעדער נפטר פון וויליאמסבורג באצאלן פאר די סאטמארע וויליאמסבורגע קהילה און שלמה שמש, און ווען איינער באצאלט פאר די ארונים קען ער נישט אריינגיין אין בית החיים"?
די זונטיג ביי די אסיפת רועי בקר און קשר בוגדים האט די כעלעמער קהל "באשלאסן" אז מגייט ארויסווארפן ר' עזריאל גליק פון חברא קדישא! און אויף זיין פלאץ נעמט מען אויף חיים לעיזער גראס און שמואל דוד מארקאוויטש און נאך אפאר בעלי דמיון. די אסיפה האט זיך פייערדיג געשלאסן, מהאט דריי מאל געזאגט "אויס חברא קדישא פרעזידענט", און יעצט קען מען זיך גיין רואיג לייגן שלאפן ביז די נעקסטע מאל ווען די קעלבעלעך וועלן קומען פרעגן די זעלבע אלטע ווייטאגליכע קשיות "פארוואס געווינען אלעמאל די ארונים און סאטמאר בלייבט אלעמאל אין קאנטראל"?...
 |
|
|