דעם מאונראוערס נייע פרענד: קלויזנבורג
דער מאנראוער איז אין א ראש, ער האט אפגעמאכט דורכצוברעכן יעדע חומה בצורה וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט איינגעשטעלט אין התבדלות פון אלע רשעים וכופרים און זייערע נאכשלעפערס אין כנסת המינים. צי סאיז בעלז צי לעיקוואד צי גער צי אנדערע ציוניסטישע שישקעס און אגודיסטן.
היינט האט ער געקאלט אנווינטשן א רפואה שלימה פארן קלוזשער פון ארץ ישראל וואס האט נעבעך געכאפט א הארץ אטאק (מסתם ווייל זיין קאמפעטישען דער בעלזער האט געהאט א שענערע טיש אחרון של פסח...). און היינט האט דער פארפירער פון מאנראו אים געקאלט ווינטשן א רפואה שלימה.
עלטערע אידען וואס געדענקען נאך די מיאוסע ווערטער און סטעיטמענטס וואס זענען געקומען פון זיין טאטן אויפן חשבון פונעם פעטער זכרונו לברכה איז תמהין ושיילין לי', וואס האסטו זיך אנגעטשעפעט אין די אלע מתחברים לרשעים און כופרים? וואס ביזטו אזוי מכבד אזעלכע וואס האבן אזוי מיאוס מבזה געווען דיין אייגענעם פעטער, אויף וועמעס פלאץ דו זעצט דיך אראפ מיט אזא נידריגע פרעכקייט?
לא בחינם הלך הזרזיר אצל העורב אלא מפני שהוא מינו.
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2194620
|
|