בית פורומים כל העולם כולו

קען זשוליאני געווינען דעם פרעזידענט פארמעסט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/4/2007 07:27 לינק ישיר 
קען זשוליאני געווינען דעם פרעזידענט פארמעסט?

איך האב אלעמאל געהאלטן אז זשוליאני דארף רוקן בערג אין זיין פרואוו צו געווינען דעם פארמעסט, צוערשט אין די פריימעריס, וואו ער דארף איבערקומען זיין לאנגיעריגן אויפגעשפילטן ליבעראליזם אויף מערערע טעמעס. דערנאך אין די עיקר פארמעסט וואו ער דארף פשוט טון דאס וואס איך זע פאר אים כמעט אוממעגליך: אהערשטעלן א פלאטפארמע.

נעכטן איז פארגעקומען אן אינצידענט וואס איז לדעתי דער ערשטער צייכן פון די אויסטערלישע בערג וואס ער דארף אריבערקריכן. זשוליאני האט דערקלערט ביי א רעפובליקאנער דינער אז א דעמאקראטישער פרעזידענט וועט זיין א קאטאסטראפע פאר אמעריקע ווייל די דעמאקראטן קענען נישט געווינען די מלחמה מיט טעראר. א זאץ וואס האט אויפגעריסן שטורמישע כוואליעס איבער גאנץ אמעריקע.

די ווערטער זענען הויפטזעכטליך געצילט אראפצומאלן זשוליאני אלס ווילדער קאנסערוואטיווער רעפובליקאנער אין די אויגן פון די קאנסערוואטיווע רעפובליקאנער פריימערי וואוטערס. אבער אין מיינע אויגן וועט עס זייער שטארק בעקפייערן טאקע דערפאר ווייל יעדער האט ארויסגעברענגט אז זשוליאני מוז אנטלויפן פון זיין ליבעראלן אימעדזש אין די אויגן פון די קאנסערוואטיוון... דערמאנענדיג יעדן פון זיינע קריטישע ליבעראלע שטעלונגען, וואס אויב די קאנסערוואטיוון האלטן דאס פאר די אויגן איז נישטא קיין שום מציאות אז זשוליאני זאל געווינען די פריימעריס, אפגעזען פון סיי וועלכע אנקעטעס.

וואס האלט איר, האט ער עפעס א שאנס אנצוקומען צום ווייסן הויז?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2007 19:07 לינק ישיר 

זיסקייט ביסט 100 פראצענט גערעכט
אבער עולם גולם קענען אים נאר פון איין פלאץ און דאס איז 911
זיינע ליבעראלע אישוס זענען קיינמאל געווען אין פובליק
ער איז קיין סענאטאר אדער קאנגרעסמאן נישט געווען
דו קענסט אים אלץ נוי יארקער און איך אויך אבער נאצינאל איז ער באקאנט נאר פון דארט
צווייטענס זיכט ער יעצט די רעפובליקאנע נאמינאציע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2007 22:56 לינק ישיר 

ער איז אזא רעפובליקאנער ווי בלומבערג, געטוישט פארטיי ווייל נאר אזוי וואלט ער געקענט לויפן פאר מעיאר אין ניו יארק סיטי.

אין אנפאנג האט ער זיך געלעקט צו די דעמאקראטישע לייבן ווי פרעזידענט קלינטאן און גאווערנאר קאומא און שטאלצירט מיט זיינע ליבעראלע שטעלונגען (גאן קאנטראל, פרא-עבארשאן, ג. רייטס וכו') אבער איין טאג האט ער זיך געכאפט אז ער קען אפשר אמאל ווערן פרעזידענט און ער האט זיך אפגעלאזט פון די דעמאקראטן און אויפגעהערט אזויפיל צו פאמפען מיט זיינע ליבעראלע שטעלונגען.

בעפאר די איראקער מלחמה האבן די רעפובליקאנער געקענט שרייען אז זיי זענען בעסער ווען ס'קומט צו דעפענס, נישט יעצט ווען כמעט 60 פראצענט פאלק שטיצט די דעמאקראטן אז מען זאל שוין ארויסגיין פון איראק, און נאר 25 פראצענט שטיצט בוש אז מען זאל דארט בלייבן. (די איבריגע זאגן נישט קיין מיינונג)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2007 20:36 לינק ישיר 

פון די סטעיטמענט קען ער נאר געוואונען
פארגעס נישט אז ער איז געוווען א רעפובליקאנער מעיאר 911




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קען זשוליאני געווינען דעם פרעזידענט פארמעסט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext