בית פורומים כל העולם כולו

שומרי החומות טרעט ווייטער אויף סאטמאר!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/4/2007 19:04 לינק ישיר 
שומרי החומות טרעט ווייטער אויף סאטמאר!

די גנבים און געלט פרעסער וואס זיצן אויף די רייכע קאסע פון כולל שומרי החומות טרעטן שוין ווייטער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר מיטן גרעסטן אימפעט.

נעכטן איז אנגעקומען צום עולם אין ווילי אויף די פאסט די איינלאדונג צום דינער פון כולל שומרי החומות, ווי זיי רייסן שטיקער פון די אהרונים, קודם טוען זיי נישט קרוינען זיין קיין שום אהרוני נאר זאליס.

2) זיי האבן דארטן א ליסט פון אלע גבאי ועסקי הכולל פון אלע קהלות, קודם רעכענען זיי אויס די גרויסע קהלות "קהל יטב לב דסאטמאר" ווי זיי לייגן די נעמען נאר פון די "זאליס", דערנאך רעכענען זיי אויס פאפא, וויען, צעהלים, נאכדעם פאנגען זיי אן אלע קליינע קהילות אויף די א, ב, ווי קאפיש, לאשאנץ, בית קלונימוס אליעזר, בית אברהם, קאזינץ וכו', אינדערמיט שרייבן זיי סאטמאר (הופער סט) (ח"ו נישט קהל יטב לב דסאטמאר) און רעכענן אויס 3 מענטשן, כאילו קיינער ווייסט נישט אז הופער איז א סט.,...

3) און נישט נאר דאס זיי האבן אריין געריקט אלע אהרונישע גבאים ביי אנדערער קליינע בית מדרשים, כדי עס זאל זיין ווי ווייניגער נעמען ביי סאטמאר הופפער, אויך שרייבן זיי דארט איחוד התלמידים (וואלאבאט), און ויואל משה, און נישט דאס ווארט "סאטמאר" ח"ו.

און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי האבן גענומען א בריוו פון ר' זאלי ביי זייער דינער יעצט אין בארא פארק, און נישט פון רבינו שליט"א, און עס ארום געהאנגען אין בארא פארק פאר זייער דינער, אזוי אויך טוען זיי כסדר ווי זיי קענען טעראזירען די אהרונים.

די גאנצע אפיס דא אין אמעריקא באשטייט פון אפאר זאליס אנגעפירט פון שלמה מאיער א פארברענטער זאלי, און אהרונים בלוט זויגער, וואס מאכט א לעבן מיט די געלט, און ארץ ישראל באשטייט די אפיס פון אפאר ציונים און שונאי סאטמאר, וואס ווילן זיך אן די קעשענעס און לעבן ווי פריצים, סאטמאר חסידים ברויכן איינמאל פאר אלעמאל אפהאקן מיט די גנבים.

עס איז ידוע וואספארא מלחמה כבידה מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט געפירט קעגן זיי, טאקע דערפאר ווייל די הנהלה אין ארץ ישראל באשטייט פון לויטער ציונים און שונאי סאטמאר, און צוליב וואס זיי נעמען געלט פון די מדינה הטמאה מיט דריידלעך, און עס איז ידוע זייט די מלחמה ווען זיי האבן אויפגענומען טעדי קאלאק ימ"ש, האט מרן רביה"ק בעל ברך משה מער נשיט געגעבען זיין נתינה פון 500$ וואס ער פלעגט געבן ביז דאן, און אויך האט ער מער נישט געוואלט רעדן ביי זייערע דינער פון שומרי החומות, בכלל דאס גיין צום דינער איז ער געגאנגען נאר בעל כרחך.

דאס זעלבע אין ארץ ישראל דאס יהדות החרדית הנאמנה וואס איז אונטער געווארפן אונטער די בדי"צ העדה החרדית האט נישט קיין שייכות כמעט מיטן כולל שומרי החומות.

סאטמאר חסידים דארפן זיך מרחק זיין פון די ציוניסטישע מוסד כולל שמורי החומות וואס איז שוין ליידער שוין לאנד אפגעפארן פון איר הייליגע מסורה, און ווערט היינט געפירט אויף די ציוניסטישע מסורה ל"ע!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2007 19:41 לינק ישיר 


 
kleinekup

פיין, און צודערזאך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2007 19:20 לינק ישיר 

לאמיר אריינטראכטן

סאטמארע רבי דער טיטל פלעגט אמאל כולל זיין געוויסע אנדערע פונקציעס ווי למשל:

נשיא עדה החרדית

נשיא התאחה"ר

נשיא קרן הצלה

רב טוב

נשיא שומה"ח

ועוד ועוד

נא יעצט ! טראכט אריין פארוואס האט סאטמארע רעבע געדארפט די אלע זאכען? האט ער געגלוסט טיטלען? אנדערש וואלט ער נישט געקענט טיילן פיש פאר שיריים? ער וואלט געווען קלענער פון קאפישניץ?ס' האט אים געפעלט דאגות? האט מען געפאלגט אדער געפרעגט זייערע דעות? ווערט מען אויס סאטמארע רעבע אז מהאט נישט די העדעיקס? דארף סאטמארע רבי זיי? אדער דארפן "זיי" דעם סאטמארע רבי? ווען סאטמאר זאל זיך האלטן ביזי מיט די אייגענע מוסדות און יעדע פעני שנאר זאל גיין פאר עניי עירך, אדער עני'יינו באה"ק אנשטאט זיין ביזי אויסהאלטן יענעם וואלט ווען סאטמאר נישט גרינגער געקאווערט זייער אייגענעם באדזשעט?

איי וואדען?

נאר אונז סאטמארע אידן בגולה זעמיר די פאן טרעגער פאר די אידן באה"ק ובכל אתר ואתר שלא כרעו לבעל
ע"כ איז דא אן אחריות ביי אינז פונקט ווי אויפהאלטן אונזערע מוסדות מיט די זעלבע געפיל זיי אינטערהאלטן בכל אופן.
ווי אויך פונקט ווי להבדיל אין די COLD WAR האט אמעריקע אינטערגעהאלטן אלע דעמאקראטישע מדינות.

אבער יעצט ווען קאמינזם איז ציפאלן איז יעדער אחריות פאר זיך. ווען למשל איז אמעריקע מכיר טובה נאך יעצט נאכן קאלטע קריג? למשל א קליין לענדל וואס שטעלט זיך צו צי די קאאליציע קעגן איראק און ס'לינדערט אביסעלע דעם בושת פנים פאר אמעריקע.אזא זאך פארגעסט זיך נישט  און די זעלבע זאך איז פארקערט אויך.

יעצט להבדיל ביי אידישקייט איז די זעלבע.

אונז האב מיר פארלוירן דעם חיוב און אחריות לגבי די מוסדות . און לדעתי זעמיר אינז חסידי רבינו גאנץ פארנומען אויסציהאלטן אונזערע אייגענע מוסדות אין די גאנצע וועלט. און איך רעד פאר מיר יעצט מיך אינטערעסירט גאנץ ווייניג וויפל מאל ס' שטייט אויף מיין רבינ'ס מצבה נשיא.

מיין מסקנא

אויב האט א אנגעשטעלטער דארט נישט געפילט קיין "אמת'ער אחריות " פאר "זיין" מוסד און עס אריינגעשלעפט בפועל אין די טינופת פרייוויליג ווייל זיינע פריוואטע אינטערעסן האבן אים געקוועטשט. בין איך נישט אנדערש.

זייערע פושקעס זענען מיר נישט מער ווערד ווי א ישיבת תומכי תמימים פושקע.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שומרי החומות טרעט ווייטער אויף סאטמאר!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext