אמת, די מידיא אנאליסטן זענען היפש איינשטימיג אז אבאמא איז דורכגעפאלן וויבאלד ער האט פארפעלט געהעריג צו ענטפערן אויף די טעמע, און קלינטאן האט יא זייער פעסט געענטפערט. אבער אפילו זיי זענען מודה אז דאס איז צו שוואך פון א גליטש צו קענען אנגערופן ווערן "פארלוירן די דעבאטע".
פון די אנדערע זייט האב איך געזען צוויי אנאליסטן ווי זיי פראקן אויס איינגעשטעלטע אין דעם קלינטאן קאמפיין אז דער ענטפער פון קלינטאן אויף א טעמע וואס אירע סטראטעגיסטן זענען דאס מערסטע באזארגט אז עס וועט איר שאדן (זע הערה) האט זייער שטארק זיך געהערט ווי צוגעגרייט פון פאראויס, ספעציעל די שארפע ווערטער וואס זי האט גענוצט (Retaliation), איז געווען אוממעגליך אז עס איז איר 'איינגעפאלן' די ווערטער בשעת מעשה אן ארויסנעמען א דיקשאנערי דערפאר... כ'האב שטארק הנאה געהאט צו זען אז איך בין נישט אליין מיט מיין אפשאצונג.
וואס איך מוז יא מודה זיין איז אז דאס זעלבסט וואס די סענזאציע-זוכנדע מידיא, וואס איז זייער נישט צופרידן געווען מיט דעם רואיגן איינגעהאלטענעם טאן פון די דעבאטע, האלט אין איין אויפשפילן דעם קאנטראסט פון די קלינטאן און אבאמא ענטפערס אויף די פראגע, און ברענגט כסדר ארויס אז קלינטאן איז געווען גוט און אבאמא שלעכט, דאס קען זיך ארויסשטעלן צו זיין א פראבלעם פאר אבאמא.
אבער לויט מיין מיינונג וועט אזא פריע דעבאטע במילא נישט האבן קיין שום לאנג טערמינינגן אפעקט אויפן קאמפיין, אויב עפעס וועט עס בלויז דינען אלס דערמאנונג פאר אבאמא אז ער דארף זיך נעמען אין די הענט אריין און ווייזן מער סובסטאנץ ווי די רעטאריק וואס מען האלט אין איין הערן פון אים וועגן היסטאריע און וויזיע.
נ.ב. דער קלינטאן קאמפיין פארמאגט איין איינציגער הויפט זארג: מען זאל נישט אננעמען קלינטאן פאר א שוואכער ווייבליכער כאראקטער וועלכע קען זיך נישט ספראווען מיט קיין קריזיס, און וואס פארמאגט נישט קיין אייגענעם נאציאנאלן זיכערהייט מיינונג. איר יא שטימע פאר די איראקער מלחמה איז אזוי אויך גענוג א גרויסע קלאפאטע אין דעמאקראטישע פריימעריס, וואו די ליבעראלע אנטי-מלחמה קאנדידאטן זענען די איבערוויגנדע מערהייט. אבער איבער אלעם מאכט עס איר אויסזען ווי א שוואכע פרוי וואס קען בלויז גוט שמייכלען צו די קאמערע בליצן, אבער האט נישט קיין רוקן ביינער ווען עס קומט צו מאכן אייגענע באשלוסן.
דערפאר האט איר גאנצער קאמפיין אפאראט אהערגעשטעלט אויסטערלישע כוחות אז זי זאל ארויסקומען פעלזן פעסט אויף די אישו פון נאציאנאלע זיכערהייט, און עס איז זיי ווירקליך געלונגען איר צו געבן די פאסיגע ווערטער און ריכטיגן טאן צו ענטפערן די פאר-איר-אזוי קריטישע פראגע.
עס איז געווען ממש א געלעכטער צוצוקוקן ווי א איינגעשטעלטער אינעם קלינטאן קאמפיין האט געפלאנטערט מיט ווערטער פרובירנדיג אראפצומאלן כאילו 'זיי האבן זיך פשוט נישט גערישט' אויף אזא סארט פראגע...
 |
|
|