בית פורומים כל העולם כולו

וועלכער דעמאקראט האט געווינען די דעבאטע?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/4/2007 09:44 לינק ישיר 
וועלכער דעמאקראט האט געווינען די דעבאטע?

איז דא פאראן עמיצער וואס האט מיטגעהאלטן די דעבאטע? אויף MSNBC קען מען זען די ווידיאוס פון כמעט די גאנצע דעבאטע.

ווער האלט איר האט געווינען די דעבאטע?

ביידען האט לכאורה געהאט דעם דראמאטישסטן מאמענט מיט זיין איין ווארט ענטפער...

אבער איך האלט אז אבאמא האט געמאכט דעם בעסטן רושם. ער האט טאקע געקעקעצט היפש, אבער דאס האט געמאכט זיינע זאכליכע און היפש קלוגע ענטפערס אויסזען נאטורליך, מער ווי קלינטאן וואס האט אויסגעזען ווי זי רעדט פון א בוך.

קוסיניטש און גרעוועל זענען געווען די BAD GUYS פון די דעבאטע, קוסיניטש איז שוין אן אלטער טראבל מעיקער וואס האט קיינעם נישט איבערראשט, גרעוועל האט זיך גראדע יא גאנץ שיין אהערגעשטעלט, און ווען נישט זיין משוגענעם אויפטרעף פון מאכן א געזעץ וואס זאל מאכן דעם פרעזידענט עובר זיין אויף א פעלאני [א געזעץ וואס דער פרעזידענט דארף זעלבסט אונטערשרייבן...], וואלט איך אים געשטעלט אלס געווינער פון די דעבאטע.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2007 21:38 לינק ישיר 

גרעוועל איז די בעסט! זיינע תירוצים האבן געשניטן שטיקער, ספעשל ווען ער האט געשריגן אז די דעמאקראטישע קאנדידאטן "דערשרעקן אים" פארן וועלן גיין אין מלחמה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2007 22:06 לינק ישיר 

נאך א מיינונג איבער די דעבאטע

http://www.suntimes.com/news/sweet/362269,CST-NWS-sweet29.article

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 01:38 לינק ישיר 

אמת, די מידיא אנאליסטן זענען היפש איינשטימיג אז אבאמא איז דורכגעפאלן וויבאלד ער האט פארפעלט געהעריג צו ענטפערן אויף די טעמע, און קלינטאן האט יא זייער פעסט געענטפערט. אבער אפילו זיי זענען מודה אז דאס איז צו שוואך פון א גליטש צו קענען אנגערופן ווערן "פארלוירן די דעבאטע".

פון די אנדערע זייט האב איך געזען צוויי אנאליסטן ווי זיי פראקן אויס איינגעשטעלטע אין דעם קלינטאן קאמפיין אז דער ענטפער פון קלינטאן אויף א טעמע וואס אירע סטראטעגיסטן זענען דאס מערסטע באזארגט אז עס וועט איר שאדן (זע הערה) האט זייער שטארק זיך געהערט ווי צוגעגרייט פון פאראויס, ספעציעל די שארפע ווערטער וואס זי האט גענוצט (Retaliation), איז געווען אוממעגליך אז עס איז איר 'איינגעפאלן' די ווערטער בשעת מעשה אן ארויסנעמען א דיקשאנערי דערפאר... כ'האב שטארק הנאה געהאט צו זען אז איך בין נישט אליין מיט מיין אפשאצונג.

וואס איך מוז יא מודה זיין איז אז דאס זעלבסט וואס די סענזאציע-זוכנדע מידיא, וואס איז זייער נישט צופרידן געווען מיט דעם רואיגן איינגעהאלטענעם טאן פון די דעבאטע, האלט אין איין אויפשפילן דעם קאנטראסט פון די קלינטאן און אבאמא ענטפערס אויף די פראגע, און ברענגט כסדר ארויס אז קלינטאן איז געווען גוט און אבאמא שלעכט, דאס קען זיך ארויסשטעלן צו זיין א פראבלעם פאר אבאמא.

אבער לויט מיין מיינונג וועט אזא פריע דעבאטע במילא נישט האבן קיין שום לאנג טערמינינגן אפעקט אויפן קאמפיין, אויב עפעס וועט עס בלויז דינען אלס דערמאנונג פאר אבאמא אז ער דארף זיך נעמען אין די הענט אריין און ווייזן מער סובסטאנץ ווי די רעטאריק וואס מען האלט אין איין הערן פון אים וועגן היסטאריע און וויזיע.

נ.ב.
דער קלינטאן קאמפיין פארמאגט איין איינציגער הויפט זארג: מען זאל נישט אננעמען קלינטאן פאר א שוואכער ווייבליכער כאראקטער וועלכע קען זיך נישט ספראווען מיט קיין קריזיס, און וואס פארמאגט נישט קיין אייגענעם נאציאנאלן זיכערהייט מיינונג. איר יא שטימע פאר די איראקער מלחמה איז אזוי אויך גענוג א גרויסע קלאפאטע אין דעמאקראטישע פריימעריס, וואו די ליבעראלע אנטי-מלחמה קאנדידאטן זענען די איבערוויגנדע מערהייט. אבער איבער אלעם מאכט עס איר אויסזען ווי א שוואכע פרוי וואס קען בלויז גוט שמייכלען צו די קאמערע בליצן, אבער האט נישט קיין רוקן ביינער ווען עס קומט צו מאכן אייגענע באשלוסן.

דערפאר האט איר גאנצער קאמפיין אפאראט אהערגעשטעלט אויסטערלישע כוחות אז זי זאל ארויסקומען פעלזן פעסט אויף די אישו פון נאציאנאלע זיכערהייט, און עס איז זיי ווירקליך געלונגען איר צו געבן די פאסיגע ווערטער און ריכטיגן טאן צו ענטפערן די פאר-איר-אזוי קריטישע פראגע.

עס איז געווען ממש א געלעכטער צוצוקוקן ווי א איינגעשטעלטער אינעם קלינטאן קאמפיין האט געפלאנטערט מיט ווערטער פרובירנדיג אראפצומאלן כאילו 'זיי האבן זיך פשוט נישט גערישט' אויף אזא סארט פראגע...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וועלכער דעמאקראט האט געווינען די דעבאטע?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext