"והציל את הלחוצים" - "כדאי הוא ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק"
אידן זוכן ישועות, און דער רבוש"ע העלפט.
לעצטע יארן איז דא גרויסע קאמפיין פאר די סגולה פון ח"י ראטל לכבוד הילולת התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע.
די ארגינעלע סגולה איז, אז דער וואס דארף א ישועה, זאגט צו ל"ג בעומר אין מירון, אז אויב ער וועט געהאלפן ווערן במשך דעם יאר, וועט ער איבעראיאר ל"ג בעומר ברענגען ח"י ראטל משקה.
די סגולה ווערט דערמאנט אין ספרים פון גדולי ירושלים (עי' מסע מירון) און ס'איז באוואוסט אז כ"ק הגה"ק רב"צ באבובער זצ"ל האט אזוי געטאן ווי געשריבן אין א בריוו.
היינט פירן זיך רוב צו מנדב זיין די משקה נאך פאר די ישועה, אלס "מי הקדימני ואשלם".
דער עיקר ענין איז כדי צו פארשטארקן די שמחה פון רשב"י'ס הילולא אין מירון, און אמאל איז עס געווען בעיקר דורך געבן דעם עולם צו טרינקען לחיים און 'תיקון' לכבוד די הילולא, ווייל עס איז געווען שווער צו שלעפן פון ירושלים אד"ג.
אבער כ'האב געהערט פון א חשוב'ער איד, אז וויבאלד היינט איז שוין דא בלע"ה א געוואלדיגער שפע פון עסן און טרינקען פאר די צענדליגער טויזנטער וואס קומען אהין,
וואלט געווען א בעסערע סגולה צו באצאלן די שפעזן פון די נסיעה, פאר כאטש א מנין ערליכע אידן נצרכים, און זיי זאלן אויך מתפלל זיין פאר אים אין מירון.
און בזכות די צדקה און אנטייל נעמען אין ר' שמעון'ס שמחה, וועט ער אוודאי געהאלפן ווערן.
אויב איז איינער אינטרעסירט, און ווער ס'האט נישט אין חו"ל א אנדער וועג, קען איך אפשר זארגן עס צו ערלעדיגן אי"ה.
זיך ווענדן דורך אימעיל: [email protected]
פועל'ט אלעס גוט'ס.
 |
|
|