| נשלח ב-2/5/2007 05:48 |
|
| |
גרעסטע בלאף פון ארונים אויפגעדעקט דורך רעב ארון אליינס!
ביי די "בליץ" באזוך אין לאנדאן האט רעב ארון פון קעי.זשעי. זיך פאררעדט די ציין און ארויסגעגעבן די סוד פון יארהונדערט!
די גאנצע גרויסע מעכטיגע נדבה פון דעם ארכי קארגן לעוו פון לאנדאן איז איין גרויסע מעכטיגע בלאף!
סאיז א פלעינע הלואה!
ער האט זיך שנעל צוריקגעכאפט און געמאלדן אז סאיז עכט יא א נדבה, אבער די בושה איז געווען אזוי גרויס אז יוסף לייב יאקאב האט עס גראד געמוזט אראפנעמען פון קו הציבור, וואו ער פירט אן די לייוו בראדקעסט!
די ארונים ווייסן נישט וואו זיך צו באגראבן פאר בושה!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2007 06:40 |
|
| |
הנגיד ר' ישעי וואלף לעוו געט הלוואה פין 5 מיליאן דולר
פרייליכע נייעס : הנגיד הרה"ח ר' ישעי וואלף לעוו שליט"א ראש הקהל דקהל יטב לב פין לאנדאן אין
יו"ר הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ק סניף לאנדאן . האט היינט געבארגט 5 מיליאן דאלער צו קענען
אנפאנגען צו בויען די ריזיגע מעכטיגע בנין אויף ווייט עוו., דאס איז אן די 5 מיליאן וואס ער
האט געגעבן פארן קויפן די בנין ,
911zalis
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2007 07:47 |
|
| |
דעמעזש קאנטראל?!
טו ליטל טו לעיט!
די סוד איז ארויסגערינען, ענק קענען נישט צאמקראצן קיין פרוטה, קוים איינער בארגט ענדליך א קארגע פאר מיליאן מאכט מען פון אים אזא טראסק.
העברת פי ה' היא לא תצלח!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2007 15:30 |
|
| |
לולי,
חלום חלמת ואינך יודע מה היא, יה"ר שיתקיים בהם כחלומותיו של "יוסף הצדיק" (יוסף90 בלע"ז)
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2007 21:05 |
|
| |
יאנקעלע, וויפיל מאל דארפסטו איבערחזר'ן איין מיאוס'ן טעות???
"לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי"
עס מאכט אויס א שיינע נפקא מינא מיט "עבדתי".
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2007 21:47 |
|
| |
המוכיח,
מרוב חיפזון האב איך דאס נישט באמערקט,
טעות לעולם חוזר,
זעהט אויס אז די זאלונישע עם הארצות איז קאנטעדזשעס.
און צו דיר משה ברוך,
ווייסטו וואס עס מיינט "אין עפענטליכן לעבן"?
דאס מיינט אז ווען יאנקל בערקאוויטש זאל וויסן ווער דער יענקעלע איז,
כאפט ער ווען א הארץ אטאקע, ער וואלט מער נישט גערעדט צו מיר,
באמת בין איך א אהרוני דורך אין דורך,
איך בין מיך משתתף ביי כמעט אלע מסיבות, איך פאר אפילו פון מאל צו מאל
קיין קרית יואל אויף א שיינעם שבת אדער יום טוב, איך בין מיך משתתף מיט געלט
צו אלע ערליכע סאטמארע צוועקן, אדני קודש, אבני חסד, ישיבה הגדולה
בקרית יואל, מוסדות ייטב לב בארה"ק, וכו', אבער עם כל זה גלייך איך צו זיין
ביי די זאלונים'ס מסיבות, קודם איך האב היפש חברים וואס באלאנגען אהין,
אין צווייטענס, והוא העיקר, אינו דומה שמיעה לראי', ס'איז זייער זיס צו הערן די
זעלבע דערביטערטע זאלונים וואס שטעלן אן א צופרידן פנים, שעלטן קללות
נמרצות, משה ברוך, די זאלונים'ס מאראל איז אויפן נידעריגסטן שטאפל,
זיי ציטערן פארן אייגענעם שאטן, זיי ווייסן נישט מה יולד יום, ווען זיי גייען כאפן
דעם טויט קלאפ, זיי זאגן אפן אז אויב פארלירן זיי דעם אפילס קארט איז זלמן לייב
א פארטיגער, וואס מיינסטו וויפיל מענטשן וועלן גיין מיט עם אין גלות אזוי ווי די אהרונים
זענען געגאנגען מיט זייער רבי, הא?, מען רעדט נישט פון אמאל אמאל א נעילת החג
פארטי אדער שושן פורים שוי, מען רעדט פון טאג נאך טאג וואך נאך וואך, אזוי ווי
די אהרונים זענען געגאנגען בארץ לא להם אין א פארשטיפטן ווינקל אויף קענט עוו.
און וויפיל די זאלונים לויפן צו זלמן לייב'ס תפילות און טישן ווייסן מיר אלע, וויפיל אירע ס'קומען
צו זיינע טישן, צו זיינע הושענה רבה תפילות, צו זיינע שביעי של פסח ביינאכט
שפאלטן דעם ים צערעמאניע ווייסן מיר אלע גענוי, סא, איך וויל דאס קענען זעהן
מיט מיינע אייגענע אויגן, און שעפן נחת, אין אויב וועל איך מיך אפן ענטפלעקן אלץ
אויסגעשפראכענער אהרוני וועל איך געוויס זיך נישט קענען באטייליגן ביי זייערע
צוזאמענקונפטן, על כן פארשטעל איך מיך פאר א נייטראלן, אבער עם כל זה זעהט
מען אז איך בין נוטה צו די אהרונים, און דאס איז וואס איך האב געשריבן,
יעצט פארשטייסטו שוין?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2007 22:38 |
|
| |
גאנץ שיין פארענטפערט אבער נישט דאס האסטו געשריבען....
און יעצט צו דיין לאנגע תגובה... זעה איך נישט אז דו זאלסט האבען עפעס געזאגט אויסער אז אונז זענען נעבעך אויסגעשפילט און פארביטערט... נו דאס האסטו דאך געקענט שרייבען און צוויי שורות... און דו מיינסט אז ווייל דו שרייבסט עס אויף א האלבע בלאט גייט עס איינער עפעס מער אפקויפען... אויסער אז דו האסט פשוט ליב צו שרייבען דעמאלט כל הכבוד שרייב וויפיל עס לאזט זיך...
און פארוואס זע איך נישט די פארביטערקייט וואס דו זעסט? און פארוואס בין איך אייביג אזוי פריילעך און צופרידן אז אונז האבן ב"ה א רבי וואס איז ראוי לאותה איצלה
אבער דו געב נישט אויף ח"ו
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2007 01:45 |
|
| |
משה ברוך'ל
דו וועסט אוודאי זיין איבעראשט צו הערן אז איך גלייב דיר
בנאמנות אז דו ביסט ב"ה אייביג פרייליך און צופרידן,
ווען איך האב געשריבן אז די זאלונים זענען היפש דערביטערט,
האב איך קלאר געמיינט די שישקעס און די קנאקערס,
און דו במחילת כבודך לויט ווי איך זעה ביסט א פלעינער קנאקער
אן דו נו"ן, דו שטייסט אויף אינדערפרי און לויפסט געשווינד אין
די מקוה און פרעגסט אפאר שוויצערס וואס דיין מיינונג זאל זיין
פאר יענעם טאג, און יענער פיטערט דיך מיט אפאר באבקעס
וואס דו קויפסט אפ פאר גיט געלט, און דאס האלט דיך ביים לעבן
מיט א צופרידענהייט, איי דער דאזיגער וואס שטאפט דיך מיט די
דאזיגע סטעיטמענט לאכט זיך אינטער מיט א ביטערן שמייכל
אבער משה ברוך גייט ווייטער ארום מיט א שמייכל...
משה ברוך, גלייב מיר יותר ממה שכתוב כאן נשאר בקולמסי,
ס'איז מיר זייער שווער, אלץ איינער וואס דרייט זיך מיט די סאמע
גרעסטע זאלונישע קנאקערס, איך הער זייער אסאך און זעה אסאך
אבער איך דארף מיך זייער וואטשן נישט געכאפט צו ווערן אלץ שפיאן,
רוב זאכן קען איך נישט שרייבן ווייל מען מיך תיכף אנטפלעקן, איך שרייב נאר
ווען דאס ווערט געזאגט צו א גרופע מענטשן וואס איך בין דארט נאר
צו אבזערווירן און נעם נישט געהעריג אנטייל, דאס קען איך שרייבן ווייל
דאן וועט מען מיך נישט חושד זיין, וויפיל מאל האב איך אפגעשריבן א גאנץ
ארטיקל און ביים איבערליינען געכאפט אז אפפפס, מען גייט מיך דא פאקן
און בחרפתי ולדאבון לבי געמוזט אויסמעקן דאס גאנצע ארטיקל,
אלזא משה ברוך, ווען איך זאג דיר אז זיי זענען דערביטערט, ווייס איך וואס
איך רעדט, די שמייכלען זענען פשוט פאלש, ס'איז א שלייער צו פארדעקן
דאס דערביטערניש,
איך בין אביסל מאריך, אז אפילו א פארשטאפטע קאפ זאל
אויך קענען פארשטיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2007 02:28 |
|
| |
נאך אזא "גרויסע" און לאנגע תגובה האב איך שוין קיין ברירה נאר איך מיז דיר שוין יעצט גלייבען וואס דו שרייבסט... (דאס האסטו דאך געוואלט... ניין?)
(ביי דע וועי נעקס טיים דו רעדטס צו ר' יעקב בערקאוויטש שליט"א שיק אים א ווארימען גריס...)
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2007 09:35 |
|
| |
יעקעלע די רעדסט אויף פייער און אויף וואסער, איין תגובה שטימט נישט מיטן צווייטן.
קודם שרייבסטו "באמת בין איך א אהרוני דורך אין דורך,
איך בין מיך משתתף ביי כמעט אלע מסיבות, איך פאר אפילו פון מאל צו מאל
קיין קרית יואל אויף א שיינעם שבת אדער יום טוב, איך בין מיך משתתף מיט געלט
צו אלע ערליכע סאטמארע צוועקן, אדני קודש, אבני חסד, ישיבה הגדולה
בקרית יואל, מוסדות ייטב לב בארה"ק, וכו'"
נאכדעם שרייבסטו "ס'איז מיר זייער שווער, אלץ איינער וואס דרייט זיך מיט די סאמע
גרעסטע זאלונישע קנאקערס, איך הער זייער אסאך און זעה אסאך
אבער איך דארף מיך זייער וואטשן נישט געכאפט צו ווערן אלץ שפיאן"
א שפיאן וואס וואטשט זיך זייער איז זיך נישט משתתף אין אלע מסיבות און גייט נישט אויף שיינע שבתים צום קעגנער. דריי נישט קיין קאפ.
די שרייבסט אויך אז "עם כל זה גלייך איך צו זיין
ביי די זאלונים'ס מסיבות, קודם איך האב היפש חברים וואס באלאנגען אהין,
אין צווייטענס, והוא העיקר, אינו דומה שמיעה לראי'"
שפעטער שרייבסטו "ס'איז מיר זייער שווער, אלץ איינער וואס דרייט זיך מיט די סאמע
גרעסטע זאלונישע קנאקערס"
קודם כל, פארוואס רעכענסטו נישט אויס די וויכטיגסטער סיבה פארוואס די קומסט צו די 'זאלונישע' מסיבות, פשוט ווייל די מוזט קומען זייענדיג אן אינסיידער וואס דרייט זיך מיט די גרויסע קנאקערס פון די פארטיי??
נאכדעם, עס איז אינטערעסאנט ווי פון איין תגובה צום צוויטן איז עס געוואקסן פון "איך האב היפש חברים וואס באלאנגען אהין" ביז "אלץ איינער וואס דרייט זיך מיט די סאמע גרעסטע זאלונישע קנאקערס"
נאר וואס דען לכאורה איז דיין ערשטע תגובה געבאקן געווארן פאר פסח און דער צווייטער נאך פסח.
און דעם אנדערען אשכול בנוגע דעם שיינעם שבת אין בארא פארק שרייבסטו "א אהרוני קען זיך נישט פארשטעלן
פאר א זאלוני, ס'ארבייט פשוט נישט, ס'שטייט עם פשוט נישט גיט"
און דא שטעלסטו זיך אוועק אלס דער גרויסער ארונישער שפיאן וואס לעבט פארשטעלט צווישן "די סאמע
גרעסטע זאלונישע קנאקערס"
דזשאן קערי איז געווען א קלענערער פליפּ פלאַפּער פון דיר!
און יעצט צום עיקר פונקט, פון איין זייט האסטו דיין רבי'ן רב אהרן פון וועם די האלטסט וועלטן, א חסיד זיינער "א דורך און א דורך" די גיסט אוועק דיין געלט (ביי זיינע מסיבות) און דיין צייט (דא) פאר איהם. און די שטאלצט זיך מיט איהם און מיט זיין פארטיי.
פון די אנדערע זייט איז רב זלמן לייב וועם די קענסט נישט ליידן, די רופסט איהם אן כסדר מיט שמות של גנאי ווי גנב, עם הארץ, פיקטשער רבי ועוד
אויך שרייבסטו כסדר וויצן אויף איהם אדער ביסטו מוציא שם רע אויף איהם.
אבער ווי אזוי פירסטו דיין (עפענטליכער) לעבן?
ווער האט דער השפעה אויף דיין (עפענטליכער) לעבענס שטייגער?
רב אהרן אדער רב זלמן לייב?
פארוואס לעבסטו אינטער א שלייער ווען עס איז זייער קלאר אין דיין מוח דעם דרך אשר ילכו בו??
"לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי"
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2007 10:11 |
|
| |
דער פונקט וואס דער אשכול ברענגט ארויס איז דער גרויסער ליגענט וואס די ארונים בראשות דער בלאט האט פראפעגאנדירט פאר די קעלבלעך אז עס איז געגעבן געווארן א היסטארשער נדבה פון 5 מיליון דאלער ווען דאס איז נאר געווען אן הלואה כדי עטס זאל אייך קענען ערלויבן צו קלאזען.
דער דעבאטע דא איז קיינמאל נישט געווען צו עטס האטס געהאט געלט צו נישט. עס איז זייער קלאר אז עטס האט געהאט אסאך געלט, לפחות צען מיליון דאלער איז אייך אויסגעגאנגען אהער צ שטעלן ענקערע נייע שולן און תלמוד תורה'ס און מיידל סקולס.
בדרך אגב האב איך גרויס הנאה אז איר האט אויסגעניצט אזוי פיל שווערע געלטער אן זיך קונה זיין קיין רכוש!
חוץ דעם בנין וואס איר האט יעצט געקויפט אויף ווייט עוועניו איז ענקער אלע געלטער אויסגענוצט געווארן אויף געדינגענע בנינים, דאס הייסט געספענדט שווערע געלטער און נישט געבליבן מיט קיין עסעטס (assets).
א נחת!
דער עיקר דא איז אז מר. לעווי איז נישט קיין נדבן נאר א לוה.
ווען וועט איר שוין אויפהערן מיט די פאלטשע פראפּעגאנדע?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2007 14:33 |
|
| |
מאכסטעך משוגע הבדלה מנין, געבארגט יא? ניטאמאל דאס. שקר מיסודה די גאנצע זאך.
נישט קיין הלואה, נישט קיין נתינה, נישט קיין מקח נישט קיין ממכר, נישט קיין ווייט בילדינג, נישט קיין תלמוד תורה, נישט קיין מוסדות, איין גרויסער הוילער בלאף. ניטאמאל אהרן עקזיסטירט. עטץ האטס פיינט אן אביעקט וואס איז נאר א משל.
למשל ווען עס וואלט געווען א אהרן אויף דער וועלט, אוי וואלט עטץ אים פיינט געהאט, אוי וואלט עטץ אים געוואלט זען אין די אדמה. אבער יעצט? יעצט עקזיסטירט דאך אפילו נישט קיין אהרן.
עס עקזיסטירט נישט קיין אהרן, נישט קיין ארונים. אהרן איז איינגערעדט אז ער האט ארונים און די ארונים זענען איינגערעדט אז זיי האבן אהרן. אבער אליבא דאמת האט קיינער קיינעם נישט, לא דובים ולא יער, נישט קיין אהרן און נישט קיין ארונים.
איין זאך עקזיסטירט אויף דער וועלט, אהרן אהרן אהרן, און קעגן אים דארף מען לוחם זיין מיט אלע כוחות. אבער אהרן בעצם עקזיסטירט נישט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2007 14:53 |
|
| |
mench
אוי ביסטו גיט געשלאפען דע נאכט
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2007 01:58 |
|
| |
שוין א שטיק צייט וואס איך האב נישט געבליקט דא און פורום, און איך זעה יעצט אז יענקעלע דידן איז גאנץ אקטיוו דא און פארק,נו פארוואס דען נישט? זאל עם וואיל באקומען אבער וואס נעמט מיר ארויס פון די כלים איז דאס צביעות זיינע וואס דאס איז מיר שווער צו פארדייען און איך קאן נישט פארשטיין פארוואס עס פעלט אויס די קינדערישע שטיק ווי זיך אהערשטעלן ווי א מייסטער שפיאן וואס פירט געשפרעכן מיט יענקעל בערקאוויטש און אזא איינער וואס שטייט און א גרויסע סכנה נישט צו אנטפלעקט ווערן דורך די סאמע גרעסטע זאלי שישקעס וכו'..
יענקעלע, הער אויף מיט די חדר שטיק שרייב דיינע תגובות ווי אן ערוואקסענער אן די שטותים, גענוג! עס קריכט אויף די נערווען!
וועט יענקעלע פרעגן וואס וויל דער בערקאוויטש פון מיין לעבן? קען דען נישט זיין אז און "עפענטליכן לעבן".. בין איך( יענקעלע..) א נייטראלער מענטש וואס איז סך הכל נוטה צו ארונים...??
דער תשובה דערויף איז גאנץ איינפאך," יזכר לך אתמול אשר דברת" מיר זעלבסט און א צווייטן אשכול האסטו נישט לאנג צוריק געשריבן א תגובה ווי פאלגענד וז"ל יענקעלע:
מיינע טייערע פריינט, בערקאוויטש און מלוה מלכה,
א גיט מארגן און א גוטע וואך,
ענטשולדיגט פאר ענטפערן אביסל שפעט,
נעכטן ביינאכט האבן מיר געהאט דא אין בארא פארק א הערלעכן דינער,
און איך האב אפילו נישט געפענט דעם קאמפיוטער,
נאכן זמן בין איך גלייך געלאפן אין זאל, "ווייל איך בין דאך פון די עסקנים",
און ס'איז ב"ה געווען א מסיבה אזוינס און אזעלעכס, א סוקסעס למעלה מן המשוער וכו'
איז ממילא ר' יענקעל, ביטע הער אויף מיט די נערישקייטן! עס פאסט נישט פאר דיר!
 |
|
|
|
|
|