בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

באס דרייווער: אביסעלע מיטגעפיהל, ביטע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2007 20:35 לינק ישיר 
באס דרייווער: אביסעלע מיטגעפיהל, ביטע

טייערע באס דרייווער,

מיר טוען זייער שעצן אייער ארבעט, וואס איז נישט פון גרינגע. עס איז זייער אן אחריות'דיגע עבודה, מען דארף האבן די אויגן אויף אלע זייטן פונעם גרויסן באס, און אפילו דאן דארף מען גרויס רחמי שמים אז עס זאלן נישט פאסירן די שיער נישט עקסידענטן.

איר טראגט אונזערע שעפעלעך אין חדר. נישט אלעמאל זיצן זיי איין. קינדער זענען אפט מאל אומ'דרך ארץ'דיג, און עס קען זיין שווער צו האנדלען מיט זיי.

איר ווערט נערוועז ווען א קינד איז נאכנישט גרייט, אדער איז פארשפילט, און איר ווילט נאך כאפן דעם גרינעם לאמפ.

מיר פארשטייען דאס אלעס.

איין זאך וואס מיר פשוטע דרייווער האלטן אז עס איז נישט יושר מצדכם איז אז איר קענט האבן א שורה פון קארס, באסעס וכו', וואס יאגן זיך צו דער ארבעט, און אנשטאט אדורכלאזן די פאר קארס, שטעלט איר אן די רויטע לעמפעלעך און איר פילט אן דעם באס, וואס קען נעמען א שיינע פאר מינוט.

מיר זענען מכיר טובה פאר אייער איינזעעניש.






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2007 04:08 לינק ישיר 

אין שטאט איז דאס א זאך שאין לדבר סוף, אויף יעדע גאס וועט דער דרייווער דארפן פארברענגען צייט אריבער צו לאזן נאך און נאך קארס.
די קינדער וועלן אנקומען אין חדר צו לאנטש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2007 01:52 לינק ישיר 

דיפלאמאט
די יאגסט דיך צו דער ארבעט?
דער באס דרייווער האלט שוין אינמיטן ארבעטן.

עס זעט אויס אז א קאר האסטו אבער קיין קינד אויפן באס נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2007 02:05 לינק ישיר 

ברוך השם איך האב עטליכע קינדער אויף באסעס.

איך זאג נישט אז דער באס זאל זיך אפשטעלן און ווארטן ביז עטליכע גאסן אוועק פון אים זאל זיין ליידיג, אבער ווען ער ווייסט אז ער האט אנצופילן א גאנצע באס מיט קינדער אויף דעם זעלבן גאס און עס ווארטן א צוויי דריי קארס מעג ער זיי אדורכלאזן.

בעיקר זענען מיינע ווערטער געוואנדן צו די גרויסע חדרים וואס קענען אנפילן א באס בלויז פון איין גאס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2007 04:56 לינק ישיר 

וועגן איינס אדער צוויי מענטשן וואס זיצן אין די קאר, זאל א גאנצע באס אנגעפילט מיט קינדער ליידן?
 קומט זיך נישט פאר  די "רוב" צו זיין פאר די "מיעוט" ?
 קומט זיך נישט פאר די קינדער וואס זענען אויפן וועג צו לערנען די הייליגע תורה צו גיין פאר דיר וואס די יאגסט זיך צו הבלי עולם הזה?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2007 04:59 לינק ישיר 
קאר דרייווער: אביסעלע מיטגעפיהל, ביטע

איך וואלט ווען געטוישט די קעפל פונעם אשכול אויף אזוי


קאר דרייווער: אביסעלע מיטגעפיהל, ביטע

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2007 17:49 לינק ישיר 

דיפלאמאט איז גערעכט! איך בין געווען אויף ביידע זייטן גאס. כ'בין אמאל אויך געווען א באס דרייווער און איך האב געהאנדלט מיט יושר. אויב כ'האב געזען עטליכע קארס פון הינטער מיר אדער כ'האב געוואוסט אז כ'האב מערערע סטאפס אויף דעם גאס האב איך קודם דורכגעלאזט די קארס.

נאך א פראבלעם וואס האלט אויף איז ווען די עלטערן דארפן זאגט נאר "איין" זאך פאר'ן דרייווער אדער טיטשער/רעבע. רוב דרייווער פארלעשן נישט דעמאלס די לייטס, ווייל ס'גייט דאך דויערן נאר א סעקונדע, און אלע קארס אין די בעק פונעם באס דארפן ווארטן ביז די מאמע פארציילט פאר'ן רבי'ן ווי וואויל יענקל'ע איז געווען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2007 00:59 לינק ישיר 

הצלה,

וואס זענען דאס די רויט בליטשקעדיגע אותיות?

האב איך געשריבן אז די הצלה אמבולאנסן זאלן זיך שטעלן אין דער זייט, און דורכלאזן די פאריאגטע ארבעטער?

פארגעס נישט אז אויך ארבעטן איז פון די חשובע ענינים אויף דער וועלט, אנדערש, ווער וואלט אויסגעהאלטן די ת"ת, און פון ווי וואלט געקומען די נדבות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2007 07:19 לינק ישיר 

שוין לאנג נישט געשריבן דא, כ'פרוביר סתם זען אויב איך קען נאך דא שרייבן. (דיפלאמאט, סארי פארן נישט מגיב זיין אויף אלע דיינע אשכולות)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2007 20:56 לינק ישיר 

 

טייערער דיפלאמאט,

דא ביזטסטו אינגאנצען נישט גערעכט, עטליכע באס דרייווער'ס האבן מיר מסביר געווען אז עס זייער שווער צו ווארטן, וועגן אסאך סיבות, ווי למשל קינדער ווארטן אויפן באס און ווען די באס קומט אן, נעמען זיי זיך צו לויפן, איין דרייווער האט מיר געזאגט אז עס האט שוין פאסירט עטליכע מאל ווען א קינד איז כמעט אראפגעקלאפט געווארן ווען ער האט א דורך געלאזט קאר'ס,  קינדער זענען קינדער, זיי האבן נאך נישט דעם גאנצען שכל און עס שווער זיך אויסצורעכנען מיט זיי.

ווען א באס וויל מיך א דורך לאזן, בלייב איך ווארטן, מיין צייט איז זייער טייער, אבער די "קינדער" זענען טייערער, ווען איך יאג מיך געפערליך און א באס שטייט מיר אין וועג, טראכט איך ווי גלייך מיינע קינדער גייען יעצט ארויף אויפן באס, אלע קינדער האבן א טאטע און מאמע וואס ווארטן, אז זייער טייערע קינדער, זייער האפנונג, זייער אוצר, זאל אהיים קומען בשלום!.

קאר דרייווער: אביסעלע מיטגעפיהל, ביטע

דא איז די טייערסטע וואס אונז פארמאגן, גיט אכטונג!



תוקן על ידי געדאנקען ב- 15/05/2007 20:59:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2007 05:18 לינק ישיר 

כבוד ידידי הרב קרעמער,

שלום עליכם אן אלטער פריינט.

א הערצליכן דאנק פאר דיין אינפארמאטיוון תגובה.

עס איז צום האפן אז מיר וועלן האבן די זכי' זיך צו זען מער אפטער.

געדאנקען היקר,

האסט געשריבן א גוטער הערה וואס איך האב נישט אינאכט גענומען, זייענדיג אונטערן באס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > באס דרייווער: אביסעלע מיטגעפיהל, ביטע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext