מיין אנאליז אויף די רעפובליקאנער דעבאטע
איך וועל פרובירן עס צו מאכן בקיצור. איך האב נישט מיטגעהאלטן יעדעס ווארט ממש און עס קען זיין אז ס'פעלט מיר געוויסע אינפארמאציע, אבער דאס איז מיין, מער ווייניגער, טרוקענער אנאליז.
אלס פארטיי האבן די רעפובליקאנער זיך ממש גע'שחט'ן אין די אויגן פון אמעריקאנער פאלק. אינדערצייט וואס די דעמאקראטן זענען ארויסגעקומען שטארק פאראייניגט מיט זייער הויפט ציל ארונטערצורייסן די בוש אדמיניסטראציע, ארויסברענגען זייער בליק אויף די מלחמה אין איראק, העלט קעיר, און אנדערע וויכטיגע נאציאנאלע טעמעס, ועל כולם האט מען דארט געזען א ברייטער פעלד פון קאנדידאטן וועלכע האבן כמעט אלע היפש באאיינדרוקט די צוקוקער אלס א "באנטש". זענען די רעפובליקאנער ארויסגעקומען אן קיין שום צענטראלע וויזיע, שארף צעטיילט אויף כמעט יעדע צענטראלע אישו, מיט ראמני אלס הויפט קאנסערוואטיוו - וואס שטעלט אים לדעתי אלס קלארער פראנט ראנער אין די פריימעריס, און פון די דריי הויפט קאנדידאטן האט דאס פאלק נישט געהערט גארנישט וואס זיי האבן ערווארטעט צו הערן.
די ערגסטע אין מיינע אויגן איז געווען דאס וואס דריי פערטל צייט איז אוועקגעגאנגען פאר זייטיגע נישט צענטראל-ברענענדיגע טעמעס, ווי טערי שייווא, סטעם סעל ריסוירטש, פארדאן פאר סקוטער ליבי, לאזן קארל ראוו אין ווייסן הויז, און נאציאנאלער ID קארד.
אלס דעבאטע זעלבסט זענען די רעפובליקאנער צען פאכיג איבערגעשטיגן די דעמאקראטן. נישט בלויז האט די דעבאטע "געלעבט", וואס קען אויך צוגעשריבן ווערן וויבאלד קריס מעטיוס איז א היפש בעסערער מאדערעיטאר ווי ברייען וויליאמס, נאר עס זענען כסדר געווען 'לאכעדיגע' מאמענטן וואס האט אויפגעפרישט די אוידיענץ און די צוקוקער, האלטנדיג יעדן געשפאנט צו מיטהאלטן די דעבאטע, אנדערש ווי ביי די דעמאקראטן וואו די איינציגסטע זאפטיגע סצענע איז געווען ביידענ'ס איין ווארט ענטפער [וואס אגב, עטליכע רעפובליקאנער האבן כסדר פרובירט נאכצומאכן דעם טריק].
גלייכצייטיג האט די שטארקע מיינונג'ס פארשידנהייט אויף רוב טעמעס אויך שטארק אויפגעלעבט די דעבאטע, אנדערש ווי ביי די דעמאקראטן וועלכע זענען געווען איינשטימיג אויף רוב צענטראלע טעמעס, און דער גאנצער שפיל איז געווען ווער ס'האט מער קלינגענדיגע פראזן.
 |
|
|