בית פורומים כל העולם כולו

בראדער ווערט געסטראשט מיט ביצים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2007 21:53 לינק ישיר 
בראדער ווערט געסטראשט מיט ביצים

דער בראדער ר' יצחק שווארטץ פון די הויפט זאלי שישקעס, איז געגאנגען באזיכען הרב שטיינמאן, ער האט אריינגעשמירט אפאר טאלער פארן גבאי'ן און ער האט זיך ערלעדיגט א שיינעם באזיך, ער האט זיך מיט געברענגט א געדינגענעם פאטאגראפער און עס אריין געשטעלט אין די צייטונגען און געמאלדן אפען קו הציבור.

נחום אטיק מיט יצחק ווייס זענען געפערליך ברוגז געווארן אויף אים, צוליב זיין גיין באזיכן הרב שטיינמאן, ווייס אין אתיק זענען די גבאים פונעם בראדער ווען ער איז אין ארץ ישרא', זיי האבן אים געמאכט א קבלת פנים ביי די סאסמאן כולל אין בני ברק, ווי דער בראדער האט גערעדט פאר א ציבור פון 16 אינגעלייט, דערנאך האט ער געזאגט פאר אטיק און ווייס אז יעצט האט ער א פריוואטע ביזנעס מיטונג מיט איינעם זיי זאלן ווארטן אויף אים דא, און ער גייט אליין אויף די מיטונג.

דער בראדער האט געכאפט א קאר און געפארן צו הרב שטיינמאן ער האט זיך געדינגען צוויי גבאים וואס האבן אים אפגעווארט, אזוי האט ער באזיכט הרב שטיינמאן, און ער האט איינגערעדט פאר הרב שטיינמאן אז ער איז דעם פני יהושע איין אייניקל, און ער פירט א ישיבה פון 600 בחורים אין ווילי, און האט א ריזיגע בית המדרש פון 1000 זיצן אין ווילי.

דערנאך איז צוריק געפארן צו די סאסמאן כולל אין בני ברק, ווי אטיק און ווייס האבן אים אפגעווארט אין זיי זענען אפגעפארן צוריק מיט אים קיין ירושלים, און אים אראפ געלייגט אין האטעל.

תיכף דערנאך האבן אטיק און ווייס דערהערט וואס האט פאסירט אויף קו הציבור און אויף קול הנייעס, וואס דער בראדער האט דא אפגעטאן מיט זיי, אטיק האט אים געקאלט אז ער האקט אפ מיט אים, ווייל ער איז געגאנגען מחזק זיין שטיינמאן און נחל חרדי, און ער זאל זיך נישט דערוואגען אריין צו קומען אין סאטמאר רחוב יואל, ער גריייט אן חברה מיט ביצים מיט מען וועט אים געלט מאכן טאמער ער קומט אריין, דער בראדער האט זיך דערשראקען און אים געבעטען מאך דיך נישט משוגע איך האב דיר גענוג געלט געגבען האב רחמנות.

אטיק האט אים געזאגט אז די ביסט א ציוני און מען וועט קער נעמען פון דיינע ביינער, איך וועל אלע גאסן אנפילען מיט פאשקאווילען קעגן דיר, דער בראדער האט אים געזאגט געב מיר צוריק די געלט וואס איך האב דיר געגבען די לעצטע יאר, אטיק האט אים געזאגט פון דעם פארגעס, פון די געלט וועל איך די ביצים קויפן, אטיק האט אים געבען איין עצה אז ער זאל שרייבן א בריוו קעגן שטיינמאן און שרייבן אז ער האט חרטה אויף דעם באזיך.

דער בראדער האט זיך נישט דערוואגט צו גיין קיין סאטמאר יואל, ער האט געדאווענט אין חב"ד דעם נעקסטן צופרי און ער האט געכאפט א פליגער און אנטלאפען פון ארץ ישראל.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בראדער ווערט געסטראשט מיט ביצים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext