בית פורומים כל העולם כולו

אסיפת 'ברך בניך בקרבך'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/5/2007 20:20 לינק ישיר 
אסיפת 'ברך בניך בקרבך'

וויליאמסבורג איז באהאנגען מיט פלאקאטן איבער א וויכטיגע אסיפה פאר טאטעס פון קינדער היינט נאכט אין ויואל משה.

פאררופן דורך התאחדות הרבנים אין וועד הקהילות.

ווייסט איינער ווער עס גייט אויפטרעטן?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2007 22:20 לינק ישיר 

קורצע באריכט פון די אסיפה נעכטן נאכט:
דער יושב ראש איז געווען הרב ר' נפתלי דוד לייטנער שליט"א,
דערנאך האט גערעט הרב הצדיק אדמו"ר מגאלאנטע שליט"א,
נאך אים האט אויפגעטרעטן הר"ר יעקב חנון שליט"א פון ירושלים,
און הרב ר' בערל כ"ץ שליט"א אב"ד דק"ק דושינסקי בארה"ב נאך אים,
און צום סוף האט אויפגעטרעטן הרב פערענטץ שליט"א א קאמפיוטער טעכניקער.

די אסיפה האט זיך פארצויגן כמעט ביז חצות הלילה בערך 12:30.

דער ויואל משה זאל איז געווען איבערגעפולט בליע"ה פון איין עק ביזן צווייטן ממש.

עס איז דארט געווארן ארום גערעט אז מען דארף זיין אפגעהיטן פון אפיסעס, אינטערנעט, און אלע מינע טעכנעלאגישע כלים וואס טויג נישט.

עס האט קיין שום שייכות נישט געהאט צו זיי וועלעכע פאליטשע אינטערסן נאר מען זאל זיין אפגעהיטן פון די היינטיגע מכשולות וואס קומען מיטן טעכניק.

ע"כ בקיצור וואס עס איז געווען די אסיפה דחופה - גערופון דורך 'התאחדות הרבנים' און 'וועד הקהילות'




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2007 03:45 לינק ישיר 

העטעכפעטעך, ניטאמאל מעתיק זיין ווי ס'באדארף צו זיין קענסטו נישט???

עס קלעבט דאך נישט איין פאראגראף צום צווייטען, דוגמא אחד מני רבות: "מען דארף זיי עוקר זיין פון דא.  רבי אהרן טייטלבוים..." ועוד.

עי' בחדשות אנ"ש ודו"ק.

_________________

הכל שריר וקיים




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-16/5/2007 01:21 לינק ישיר 

גענומען פון חדשות אנ"ש מיט רשות מחמת חיבת הלשון וועלן מיר דאס אראפ ברענגען

אסיפה דחופה היינט

א פאר אנשים בלי שם וואס לא קראו ולא שנו ולא שימשו תלמידי חכמים(סוטה כב) מעודם. קערן איבער די שטאט וויליאמסבורג מיט פלאקאטן און מיט אסיפות. כאילו וויא זיי ווילן ארויפצווינגען זייער דעת תורא אויף די גאנצע שטאט . די זעלבע טעראריסטן וואס טוען טעראריזם לשם טעראריזם וואס דאס ווערט אנגערופן בלשון העכו"ם "סאדיזם" . להנאת עצמם יענעם מצער צו זיין וואס זהו כל חייתם. פון די תתקע"ד דורות (חגיגה יג עב רש"י)ששתלן הקב"ה בכל דור ודור והן הן עזי פנים שבדור.

חדשים זענען זיי די מיעוטא דמיעוטא ביזי געווען לעצטע יארן מיט איסורין קונמות וחרמות . כדי צופארדעקען זייער אייגענע שמוץ און זינד.
אנגעהויבן מיט ארטיסטן וואס מיט זייער שטייגער לעבען זענען זיי מטמא די קינדער און די קינדער הויבן אהן פארשטיין אז עס איז דא א ענין טומאה.. (ביז זיי האבען באקומען א פאר טאלער און פארשוויגען דעם עסק וואס זיי פלעגען פארן יעדען זונטאג פראטעסטירן.)

חוץ דעם וואס עטליכע פון די קנאים זענען אליין נידריגע מושחתים וואס זענען עוסק בתועבות . סיי בין אדם למקום וויא אויך בין אדם לחבירו. כידוע. וואס ביי זיי איז זיכער נישטא קיין השראת השכינה . נאר השראת השטן רח"ל.(עיין הקדמת ספה"ק חובת הלבבות . וה' עמו שאין אצלם השראת השכינה אפילו בהתאסף ראשי עם רח"ל)

וואכען העצען זיי אויף זייערע יוגענט . צו גיין נאכשרייען בחורים ובתולות אויף די גאסן . וואס דאס איז פונקט אזוי אביזרייהו דעריות וויא די יעצטיגע השחתה זייערס.

עס שטייט א גאנץ כלל ישראל רבבי רבבות מקהלות עמך בית ישראל. און קוקן צו הזאת נעמי? דאס איז סאטמאר דאס מכלומערשטע מקור הקדושה והקנאות. 
בשעת עס ווערט ב"ה יעדען טאג נתרבה רבבות ישראל בכל קצוי תבל שטייט א קליינע גרופע בעלי מחלוקת צווישן זיך און מאכען זיך ללעג וקלס לעיני כל העולם. און נוצען דעם בעל דבר צו קעמפן קעגען בעל דבר. מכלומערשט.

נעכטן אליין האט זיך די גאנצע געווארדיע אריינגעלאזט צו טון משפטי סדום ומורה. זיך אנצונעמען פארן שלעגער(הרוצח י פ)  נישט פארן געשלאגענעם.  עס פאסט זיי נישט מודה צו זיין אז לא זו הדרך. דער פארפוילטער דרך פון נאכשרייען און שלאגען וואס גייט שוין אהן ביי זיי יארן לאנג. מעג שוין נעמען א סוף איינמאל פאר אלעמאל.

זייערע אסיפות חוזק ברענגט צוזאמען א ריזיגער עולם ליידיגייער אוןו אויך תמימי לב וואס ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם ובהמה רבה.(סוף יונה)  ווייל זייי פרייען זיך אז עס איז דא א שטאך סחורה ווייל לערנען לערנען זיי דאך נישט קיין אות אחת. 
 און אנשטאט מען זאל אפען זאגען אז דער חינוך פון מבזה זיין מענטשען. נאכשרייען פרויען. משפיל זיין דעם כבוד התורה. איז נישט דער רצון השי"ת. גייט מען ווייטער שרייען
 ניין אונדז זענען מיר צדיקים. נאר די עטליכע בחורים זיי זענען די רשעים מען דארף זיי עוקר זיין פון דא.

רבי אהרן טייטלבוים. וואס אויף אלע ביה"כ איז אנגעשריבען אהרן ט"ב פאי.

די פינסטערע מחללי שבת וואס זיי ווילען זיך נישט אונטערווארפן אונטער דעם פארשאלטענעם טעראר. און זענען מקיים רצון ומצוות חכמים און דעם פסק פונעם הייליגען שולחן ערוך.

יעצט ווען עס איז אונטערגעקומען טאקע שוואכע עלעמענטן. העלפט שוין נישט קיין נאכשרייען און פארדאמען.

ווייל אז מען קען נאכשרייען קעגען יודען יראים ושלימים און נשים צדקניות יעדע וואך בריש גלי. איז דאס גאנצע נאכשרייעכס א געלעכטער.
פונקט וויא די מעשה הידוע אז איינער פלעגט שרייען "פייער פייער" יעדער פלעגט קומען צו לויפן. און עס איז גארנישט געווען א פייער. נאכדעם ווען עס איז טאקע געווען א פייער האט ער געשריגען קולות "פייער" און קיינער איז נישט געקומען . כך עונשו של בדראי שאפילו אומר אמת אין שומעין לו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אסיפת 'ברך בניך בקרבך'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext