בית פורומים כל העולם כולו

רודי דשוליאני געווינט די דעבאטע!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/5/2007 05:50 לינק ישיר 
רודי דשוליאני געווינט די דעבאטע!

דאס איז מיין אפיניען, ווי אויך אלע פאנדיטס וואס איך האב געהערט ביז יעצט. בפרט די קאמענט אנטקעגן קאנגרעסמאן פאול, אז ער זאל אפאליטשייזן פארן זאגן אז אמעריקא האט אינווייטעד אויף זיך די 9-11 אטאקעס. ער האט געוויזן אז ער איז א שטייפע אין זיכערע פירער. איך האב נישט יעצט צופיל צייט. אבער כנלפע"ד.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2007 06:37 לינק ישיר 

העטעך פעטעך, גוט צו וויסן אז פיצא איז אזוי פאפולער אין אמעריקע, אזש אז 75 פראצענט אמעריקאנער עסן פיצא. וועל מיר טאקע אינוועסטירן אין "פּיצא האט" סטאקס, ישר כח פאר די ביזנעס עדווייז. (גראדע איך עס נישט קיין פיצא און איך האב פיינט ספארטס, אבער המממ... גיי טענה זיך.)

רעדנדיג פון פארשאלטענע מידיא וואס בלאזט אויף די שרעקליכע נייעס פון איראק, וויל איך דא בשם כל הקהל מכיר טובה זיין פאר "פאקס נוס" וואס האט פאר לאנגע חדשים זיך געהאלטן צו זייער ליניע אז זיי קאווערן נאר גוטע נייעס פון איראק, און געוויזן וויאזוי מען בויט סקולס און פאליס סטעישאנס אין איראק. און דאס וואס זיי טוען עס מער נישט, איז נישט ח"ו ווייל זיי זענען געווארן "ליבעראל". זיי וואלטן ווייטער געוויזן נייע בילדינגס ווען נישט די טעראריסטן האבן אנגעפאנגען צו נוצן די אלע נייע געביידעס און סטרוקטורן וועלכע האבן אפגעקאסט ביליאנען דאלארן, "אויסצופרובירן" זייערע באמבעס.

די אינטערסאנטע זאך איז נאך העטעך פעטעכ'ס שרעקליכע מורא אז אויב גייט מען ארויס פון איראק וועט על קאידא איבערנעמען די לאנד. וואונדערבאר, רוב פון די אטאקעס די לעצטע פאר חדשים זענען דורכגעפירט געווארן דורך איראקער שיאיטן, אבער העטעך וויל אז מען זאל בלייבן אין איראק צוליב על-קאידא. אין אנדערע ווערטער, אמעריקאנער זעלנער דארפן שטארבן על קידוש השם אין שיאיטן אטאקעס, צוליב די ספק ספיקא, אז על קאידא טעראריסטן - וואס זענען פארהאסט ביי רוב איראקער, ווייל זיי זענען סוניס - זאלן נישט איבערנעמען קאנטראל אין איראק.

העטעך, איך האב א בעסערע עצה, אנשטאט די שיאיטן זאלן הרג'ענען אונזערע סאלדאטן, לאמיר ארויסגיין פון איראק און זאלן "זיי" זיך נעמען צו די ביינער פון די מינאריטעט סוני טעראריסטן און זיי אויסהרגענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2007 06:22 לינק ישיר 

אונגארישער, מיין זכרון איז אביסל שוואך. ווער איז געווען פרעזידענט אין 1983? נישט ראנאלד רעיגען? וואס האט ער געטאן פאר איראן און סיריע נאך די צוויי שרעקליכע טעראר אטאקעס אין לבנון וואס האבן גע'הרג'עט הונדערטער אמעריקאנער (אריינגערעכנט הונדערטער סאלדאטן) נישט נארישע זעקס אמעריקאנער ווי ביי די 1993 טווין טאוער אטאקע? האט ער נקמה גענומען אין זיי?

אנטלאפן מיט די פידזשאמעס פון לבנון, דאס האט ער געטאן! אנשטאט צו פייטן די טעראריסטן.

און יא, ער איז דעמאלטס געגאנגען אין מלחמה אין די קליינע אינזל גראנאדא. כא כא כא, פונקט ווי בוש איז געגאנגען קיין איראק נקמה צו נעמען פאר א טעראר אטאקע וואס איז אויסגעפלאנט געווארן אין אפגאניסטאן...

איז רעיגען אפשר געווען א דעמאקראט?

און לאמיך צוריקגיין אפאר יאר פריער און זיך דערמאנען וויאזוי ער האט געהאנדלט מיט איראן ביי די משכונות קריזיס? וויאזוי נאר? אה יא, ער האט שטילערהייט פארהאנדלט מיט זיי און זיי פארשפראכן וואפנס אין אויסטויש פאר משכונות, יא, דאס איז די שרעקליכע סקאנדאל באוואוסט אלס "איראן קאנטרא" וואס האט שיער אונטערגעברענגט רעיגענ'ס פרעזידענטשאפט.

און וואס האט רעיגען געטאן ווען טעראריסטן האבן געקידנעפט אמעריקאנער אין לבנון און זיי געהאלטן פארמשכונט פאר דריי יאר צווישן 1984 און 1986? ער איז מסתמא געגאנגען אין מלחמה, ניין?

ניין! רעיגען האט פרובירט צו ענדיגן דעם קריזיס דורך פארהאנדלען מיט די טעראריסטן.

איין חילוק איז געווען צווישן רעיגען און בוש. רעיגען איז געווען א חכם און ווען ער האט איינגעזען אז מיט די נעא-קאנסערוואטיוון קען ער נישט געווינען, האט ער זיי אלע געטראסקעט און אנגעפאנגען א נייע עפאכע פון "פארהאנדלען". ער האט געענדיגט מיט די שארפע גערעדעכצער אז ער וועט ווייזן די וועלט. ער האט ענדליך איינגעזען אז ס'איז דא עמיצער וואס פירט די וועלט און יענער איז נישט דער אמעריקאנער פרעזידענט, און אין זיינע לעצטע יארן האט ער געסטאפט מיט די נארישע פירעכצער וועלכע האבן אים שיער אונטערגעברענגט ביים אנפאנג פון זיין טערמין, און אזוי ארום האט ער געענדיגט זיין פרעזידענטשאפט אלס איינער פון די פאפולערסטע פרעזידענטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2007 20:21 לינק ישיר 

און בין לאדין?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2007 19:58 לינק ישיר 

יבוא יומו!

אך אין וויי וועט זיין צו אים טאמער רודי וועט זיין פרעזידענט.

און וואויל און גוט וועט זיין צו אים טאמער מרת קלינטאן וועט זיין פרעזידענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2007 19:54 לינק ישיר 

גערעכט

נו פארוואס האט מען דאס נאך נישט געטהן פאר אכמענאדזשידזשידזשדעדזש......?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2007 19:50 לינק ישיר 

זאג נאר ווער ווארפט די מיסעלס יעדן טאג אויף מדינת ישראל?
 
די פרעזידענט פאר איראן, ד.מ. אז ער פארט יעדן טאג קיין עזה אין שיסט אליין די מיסעלס?

לאו עכברא גנב אלא חורא גנב, שולדיג אויף די טעראריסטען זענען די לענדער וואס שטיצן טעראריזם מיט געלט און מיט ספארט, מען דארף אריין גיין אין די לענדער אין זיי חרוב מאכן און ארויס ווארפן די פירערס און זיי הענגען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2007 19:36 לינק ישיר 

יאנאש

די שרייבסט: "עס קאסט טאקע אמעריקאנער סאלדאטן די מלחמות, אבער ווען נישט קאסט עס אסאך מער אמעריקאנער מענטשען. "

קענסט מיר זאגען וועלכע טערראריסטן מען האט געזיכט אדער געטראפן אין איראק?
מילא זאגסט מיר אז מען גייט אין מלחמה אין אפאניסטאן און מען ספענד די געלט אין סאלדאטן דארט און מען וואלט שוין לאנג געהאט בין לאדין פארשטיי איך וואס די זאגסט אבער איראק

ווי זיסקייט האט שוין פריער מסביר געווען די חילוק צווישען איראק איראן אין צפון קארעה

יאנאש
ווער האט אראפגעווארפן די טורעמעס?
בין לאדין צו סאדאם?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2007 19:27 לינק ישיר 

ניין

הילערי איז א פרוי

שטעל דיך פאר א פרוי קאפ זאל פירן גאנץ אמעריקע
אפגעהיטן ווערן פון אזא באגריף
איך וואלט ענדערעש געוואויט פאר ביל בתנאי אז ער גט'ט זיך...

ווידער באראק כוסעין דער בארימטער רעפ זינגער
איז באמת ווי די זאגסט נישט מער ווי א חולם


וויקטאריען די טערראריסטן???????????
איך פארשטיי נישט אז מען זאגט אז די מלחמה אין איראק טויג נישט מיינט וויקטאריען די טערראריסטן?
אויב וועט א געהעריגער נארמאלער דעמאקראט למשל דזשואי ליבערמאן ווערן פרעזינדענט
וועט עס הייסן  א וויקטארי פאר די טערראריסטן?

און איך וויל דיר פרעגן אויב די ווייסט היסטאריע
וועם האט רוסלאנד געוואלט זאל געווינען פרעזידענטשאפט בשעתו?
קענעדי צו ניקסאן?
און ווי באקאנט איז געווען א ישועה אין די וועלט וויאזוי קענעדי האט זיך באצויגן צו די קאלטע קריג

נאך א זאך פאריגע וואך האט איימאן על זאוועהורי געזאגט

"אמעריקע בלייבטס נאך אין איראק ווייל איך וויל הרגענען מער טרופן וכו'"

אין קאנטארסט וואס האסט פריער געזאגט אז זיי ווארטן אז אמעריקע זאל ארויסגיין

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2007 19:23 לינק ישיר 

פאר די אידן האט בוש די בעסטע געטאן מיט גיין אין מלחמה קעגן די טעראריסטן.

אין זיי נישט קיין בהמה, ווען קלינטאן וואלט ווען קער גענומען פון די טעראריסטן נאך דעם וואס מען האט אראפ געקניידעלט אן אמעריקנער שיף און נישט סתם צוריק געשאסן אפאר מיסעלס וואס איז געפאלען אויף ליידיגע מדבריות און אויף א דראג פעקטערי, וואלטן נאך די צוויי בנינים פון די טווין טאערס געשטאנען.

אז מען נעמט נישט קער פון די טעראריסטען וואלט היינט אמעריקא אויסגעקוקט ערגער ווי אין מדינת ישראל, מען וואלט מורא געהאט צו גיין אויף די גאס, ווייל יעדען טאג וואלטן באמבעס אויפגעשאסן.

עס קאסט טאקע אמעריקאנער סאלדאטן די מלחמות, אבער ווען נישט קאסט עס אסאך מער אמעריקאנער מענטשען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2007 19:10 לינק ישיר 

פאטאקי נו אשר על כן

זאל מען יעצט וועלען דעם אפגעפליקטן הילערי אדער דעם גולם אבאמא?? אין וויקטאריען די טעראריסטן??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2007 18:40 לינק ישיר 

העטעך
ביזט גערעכט אז לעת עתה קען מען נישט געבן א פיצ אפ פון איראק נישט מיר נישט דיר

אבער גיב א קוק אויף אולמערט די לבנון מלחמה איז נישט גוט געגאנגען זאגט מען אים רעזיין
בוש איז 1000 מאל ערגער אין די איראקער מלחמה ווי אולמערט ביי לבנון

אין אלע רעפובליקאנער און אפילו בוש אליין האלט אין איין זאגען אז
1  סאיז געווען א שגעון צו גיין אין מלחמה
2  סאיז געווען מיסמענעזדשט

עס איז שוין אומגעקומען מער אמעריקאנער אין איראק ווי 911
און בוש מעג באצאלען דערפאר

סאו פארשטיי די 70 פראצענט אמעריקאנער פארוואס זיי רעדן אויף בוש יר"ה


BTW  אונז אידן טארן טאקע נישט רעדן אויפן פרעזידענט ברבים
אונז זעמיר און גלות
הוי מתפלל בשלמה של מלכות

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2007 18:08 לינק ישיר 

איינער האט געשיקט אין אישית אז איך בין א חסיד פון ראש לימבא ווייל איך שרייב כמעט אזוי ווי ער זאגט,
וויל איך אים זאגן אז איך בין נישט קיין חסיד פון אים איך הער אים כמעט נישט אויס אויסער וואס ער רעדט אסאך שטותים אויכעט איז ער אן אויסגעשפראכענער קאנסערוואטיווער, אבער וואס איך האב געשריבן איז די מיינונג פון יעדען נארמאלן אמעריקאנער בירגער חוץ די פיצא פרעסערער'ס אדער ווער עס האט אייגענע אמביציעס ווי למשל דעמאקראטישע פאלאטישאנס, אדער די גרויליגע מידיע וואס שווענקן די מוחות פון די אמעריקאנער באפעלקערונג, אין גיסן יעדן טאג דאזעס פון חיזוק פאר די טעראריסטן אז זיי זאלן אנגיין ווייטער מיט זייער רציחות אין איראק, ווייל אזוי וועט נישט נעמען לאנג דער טאג וואס אמעריקא וועט ארויס גיין פון דארט בחרפות ובבושות....

אין עס קוקט אויס אז די טעראריסטן פארשטייען דאס זייער גוט..ליידער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2007 17:53 לינק ישיר 

זיסקונד וואס איך האב געשריבן איז לאו דווקא מיין מיינונג , דאס איז די מיינונג פון יעדן רעכטדענקיגן אמעריקאנער (וואס האט אינזין נאך עפעס אויסער פיצא און ספארטס), א חוץ די ליבעראלע מיט זייער פארשאלטענע מידיע וואס טוען ברענוואשן די אמעריקאנער גאס מיט זייער געמויזאכטס מיט בילדער אין אויפבלאזען יעדע שלעכטע נייעס אויף די גרעסטע מאס וואס מען קען נאר, אין יעדע גוטע זאך באהאלט מען מען רעדט נישט דערפון.

דאס איז יעדער וואס פארשטייט אן ענין מודה, אז  די פארשאלטענע מידיע איז שולדיג פאר וואס די מצב אין איראק איז אזוי ווי עס האלט (דאס איז אן אריכותדיגע ענין כ'האס נישט יעצט קיין צייט צו ערקלערען, אפשר עוד חזון למועד) , אין פאר וואס די אמעריקאנער פיצא פרעסערס האבן אויסגעוועלט א ליבעראלע קאנגרעס וואס דאס איז די גרעסטע ווינטש פאר די טעראריסטן.
 
ווי מען זעט טאקע אז עס שפעטיגט נישט צי קומען, די שייסע נענסי פאלאסי וואס אויסער צי אטיקירן בוש פארשטייט זי צו פאליטיק ווי די באבעס קאץ, האלט אין איין פארלאנגן אז מען דארף שוין ארויס נעמען די טרופן פון איראק, וואס דאס איז טאקע די גרעסטע די גרעסטע ווינטש פון די טעראריסטן זיי קענען זיך נישט פארשטעלן בעסערס פון דעם, אז עס זאל זיין א דעמאקראטישער פרעזידענט וואס זאל דאס טאקע טוהן, און איך דארף נישט זאגן וואס דאס מיינט פאר אמעריקא, מיט אט די נערישע שריט דערליווערט מען גאנץ איראק אלס א פעסטע באזע פאר על קיידא  ווי זיי זאלן קענען אנגיין אומגעשטערט מיט זייער מעשה רצח, מיילע ווען זי זאגט כאטש עצות ווי אזוי צי פירן ווייטער די מלחמה איז איין זאך, אבער צי קאפוטילירן פאר די טעראריסטן ?? אפגעזעהן די קאנסעקווענצעס??? נאר בלויז ווייל מען דארף ווייזן אז דעם פרעזידעדענט דארף מען משפיל זיין עד לעפר??? דאס איז אבסורד!

לאמיר זאגען אז בוש איז טאקע דער גרויסער שוטה ווי די לייגסט אים אראפ, אין די מצב און איראק איז טאקע באמת נישט גוט, אבער א נארמאלער מענטש קוקט פאראויס נישט אויף צוריק, באשר הוא שם , קען מען ארויס גיין פון איראק?? מעג מען יעצט איבערלאזן איראק אויף הפקר?? די תירוץ איז א הילעכיגער    נ י י ן   אמת? טא פארוואס דעמאלטס קוקט מען אויף צוריק צו מען האט יא געדארפט גיין אין מלחמה צי נישט, דאס פאסט פאר קינדער, יעצט דארף מען זיך ספראווען מיטן יעצטיגן מצב אין דאס איז קלאר אז ארויס גיין פון איראק אדער אז עס קומט אריין א דעמאראטישער פרעזידענט וואס וועט פארלאנגן דעם באלדיגן ארויס טריט פון איראק אן אנגעבען קארעקטע פלענער איז א הילעכיגער געווינס פאר די טעראריסטן.

אין איך שרייב נאכאמאל איבער וואס כ'האב שוין פריער געשריבן
מיין מיינונג איז אז א רעפ. דארף געווינען דאס פרעזידענטשאפט חלילה אויב הילערי אדער דער חולם אבאמא זאל געווינען, דעמאטלס איז דאס א קלארער וויקטערי פאר די טעראריסטן
אבער לעת עתה קוקט אויס ווי די אמעריקאנער בהמות וואס אויסער פיצא אין ספארטס אינטערסירט זיי גארנישט וועלן שטימען פאר די שיקסע קלינטאן אדער דער חולם אבאמא ...

לאמיר האפן אז רעפ וועט טאקע געווינען, אויב זושליאני איז גאר גוט, אבער אפילו כאטש וועלעכע רעפ. איז גוט..

דאס אלעס איז פאליטיק געשמועסט, אבער אין אמת'ן מיר יודן דארפן נאר ווארטן אין האפן אויף איין זאך אז משיח זאל קומען אין אונז אויסלייזן פון גלות, דעמאלטס וועט זיין די ישועה שלימה בב"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2007 17:22 לינק ישיר 

זיסקייט איז זייער גערעכט לגבי בוש איראק

אבער לגבי איראן זאג דו אליין
ווילן נישט די דעמאקראטן א דיפלאמאטישע וועג?
אדער ווילן זיי אז אמעריקע זאל געבן איראן סיריע נארט קארעא מיט די פויסטן?

סאו וואס האסטו יעצט טענות אויף בוש לגבי איראן?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2007 16:56 לינק ישיר 

העטעך פעטעך  is more than right

Ask Bin Laden himself whom he would like to win the presidency, if you can't reach him then try to remember whom he publicly endorsed in the previous election.

If I were him I would also want the party that:

Was in power when the extremists took over Iran and stood by so innocently.

Was in power during the 1993 world trade center bombing and just didn't go to war for oil.

Was offered Bin Laden on a silver platter but decided that ''we have no case against him''

Biggest concern over the past 6 years has been that we don't interrogate the terrorists too aggressively, and treat the Al Qaeda terrorists in gitmo royally

Is obsessed that congress pass a resolution that god forbid we don't use force against Iran.

Is depending on the United Nations to defend us.

Has spent its entire life watching to keep prayers or the ten commandments out of site throughout America but can't be tolerant enough of Muslims.

That's the party the terrorists are heavily rooting for with good reason


תוקן על ידי hungarian ב- 17/05/2007 16:59:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רודי דשוליאני געווינט די דעבאטע!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext