|
|
| נשלח ב-17/5/2007 19:50 |
|
| |
זאג נאר ווער ווארפט די מיסעלס יעדן טאג אויף מדינת ישראל?
די פרעזידענט פאר איראן, ד.מ. אז ער פארט יעדן טאג קיין עזה אין שיסט אליין די מיסעלס?
לאו עכברא גנב אלא חורא גנב, שולדיג אויף די טעראריסטען זענען די לענדער וואס שטיצן טעראריזם מיט געלט און מיט ספארט, מען דארף אריין גיין אין די לענדער אין זיי חרוב מאכן און ארויס ווארפן די פירערס און זיי הענגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2007 19:54 |
|
| |
גערעכט
נו פארוואס האט מען דאס נאך נישט געטהן פאר אכמענאדזשידזשידזשדעדזש......?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2007 19:58 |
|
| |
יבוא יומו!
אך אין וויי וועט זיין צו אים טאמער רודי וועט זיין פרעזידענט.
און וואויל און גוט וועט זיין צו אים טאמער מרת קלינטאן וועט זיין פרעזידענט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2007 20:21 |
|
| |
און בין לאדין?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2007 06:22 |
|
| |
אונגארישער, מיין זכרון איז אביסל שוואך. ווער איז געווען פרעזידענט אין 1983? נישט ראנאלד רעיגען? וואס האט ער געטאן פאר איראן און סיריע נאך די צוויי שרעקליכע טעראר אטאקעס אין לבנון וואס האבן גע'הרג'עט הונדערטער אמעריקאנער (אריינגערעכנט הונדערטער סאלדאטן) נישט נארישע זעקס אמעריקאנער ווי ביי די 1993 טווין טאוער אטאקע? האט ער נקמה גענומען אין זיי?
אנטלאפן מיט די פידזשאמעס פון לבנון, דאס האט ער געטאן! אנשטאט צו פייטן די טעראריסטן.
און יא, ער איז דעמאלטס געגאנגען אין מלחמה אין די קליינע אינזל גראנאדא. כא כא כא, פונקט ווי בוש איז געגאנגען קיין איראק נקמה צו נעמען פאר א טעראר אטאקע וואס איז אויסגעפלאנט געווארן אין אפגאניסטאן...
איז רעיגען אפשר געווען א דעמאקראט?
און לאמיך צוריקגיין אפאר יאר פריער און זיך דערמאנען וויאזוי ער האט געהאנדלט מיט איראן ביי די משכונות קריזיס? וויאזוי נאר? אה יא, ער האט שטילערהייט פארהאנדלט מיט זיי און זיי פארשפראכן וואפנס אין אויסטויש פאר משכונות, יא, דאס איז די שרעקליכע סקאנדאל באוואוסט אלס "איראן קאנטרא" וואס האט שיער אונטערגעברענגט רעיגענ'ס פרעזידענטשאפט.
און וואס האט רעיגען געטאן ווען טעראריסטן האבן געקידנעפט אמעריקאנער אין לבנון און זיי געהאלטן פארמשכונט פאר דריי יאר צווישן 1984 און 1986? ער איז מסתמא געגאנגען אין מלחמה, ניין?
ניין! רעיגען האט פרובירט צו ענדיגן דעם קריזיס דורך פארהאנדלען מיט די טעראריסטן.
איין חילוק איז געווען צווישן רעיגען און בוש. רעיגען איז געווען א חכם און ווען ער האט איינגעזען אז מיט די נעא-קאנסערוואטיוון קען ער נישט געווינען, האט ער זיי אלע געטראסקעט און אנגעפאנגען א נייע עפאכע פון "פארהאנדלען". ער האט געענדיגט מיט די שארפע גערעדעכצער אז ער וועט ווייזן די וועלט. ער האט ענדליך איינגעזען אז ס'איז דא עמיצער וואס פירט די וועלט און יענער איז נישט דער אמעריקאנער פרעזידענט, און אין זיינע לעצטע יארן האט ער געסטאפט מיט די נארישע פירעכצער וועלכע האבן אים שיער אונטערגעברענגט ביים אנפאנג פון זיין טערמין, און אזוי ארום האט ער געענדיגט זיין פרעזידענטשאפט אלס איינער פון די פאפולערסטע פרעזידענטן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2007 06:37 |
|
| |
העטעך פעטעך, גוט צו וויסן אז פיצא איז אזוי פאפולער אין אמעריקע, אזש אז 75 פראצענט אמעריקאנער עסן פיצא. וועל מיר טאקע אינוועסטירן אין "פּיצא האט" סטאקס, ישר כח פאר די ביזנעס עדווייז. (גראדע איך עס נישט קיין פיצא און איך האב פיינט ספארטס, אבער המממ... גיי טענה זיך.)
רעדנדיג פון פארשאלטענע מידיא וואס בלאזט אויף די שרעקליכע נייעס פון איראק, וויל איך דא בשם כל הקהל מכיר טובה זיין פאר "פאקס נוס" וואס האט פאר לאנגע חדשים זיך געהאלטן צו זייער ליניע אז זיי קאווערן נאר גוטע נייעס פון איראק, און געוויזן וויאזוי מען בויט סקולס און פאליס סטעישאנס אין איראק. און דאס וואס זיי טוען עס מער נישט, איז נישט ח"ו ווייל זיי זענען געווארן "ליבעראל". זיי וואלטן ווייטער געוויזן נייע בילדינגס ווען נישט די טעראריסטן האבן אנגעפאנגען צו נוצן די אלע נייע געביידעס און סטרוקטורן וועלכע האבן אפגעקאסט ביליאנען דאלארן, "אויסצופרובירן" זייערע באמבעס.
די אינטערסאנטע זאך איז נאך העטעך פעטעכ'ס שרעקליכע מורא אז אויב גייט מען ארויס פון איראק וועט על קאידא איבערנעמען די לאנד. וואונדערבאר, רוב פון די אטאקעס די לעצטע פאר חדשים זענען דורכגעפירט געווארן דורך איראקער שיאיטן, אבער העטעך וויל אז מען זאל בלייבן אין איראק צוליב על-קאידא. אין אנדערע ווערטער, אמעריקאנער זעלנער דארפן שטארבן על קידוש השם אין שיאיטן אטאקעס, צוליב די ספק ספיקא, אז על קאידא טעראריסטן - וואס זענען פארהאסט ביי רוב איראקער, ווייל זיי זענען סוניס - זאלן נישט איבערנעמען קאנטראל אין איראק.
העטעך, איך האב א בעסערע עצה, אנשטאט די שיאיטן זאלן הרג'ענען אונזערע סאלדאטן, לאמיר ארויסגיין פון איראק און זאלן "זיי" זיך נעמען צו די ביינער פון די מינאריטעט סוני טעראריסטן און זיי אויסהרגענען.
 |
|
|
|
|
|