פאר שבת איז אין מאנסי געווען אויסגעהאנגען צעטלעך פון א "מכון לתולעים" אז סטראבעריס איז זייער ווערעמדיג, און ס'איז נישטא קיין שום וועג עס צו רייניגן, דעריבער "פסק'ענען די רבנים" אז מ'זאל נישט עסן קיין סטראבעריס...
איך האב תיכף גערופן א רב המכשיר מיט וועם איך רעד אסאך און איך קריג פון אים אסאך אינפארמאציע בכלליות, און ער האט מיר געזאגט אז ער ווייסט פון גארנישט, איך האב פאר מיר אליין מחמיר געווען, אבער דא ברבים האב איך נישט געוואלט רעדן וועגן עפעס א שערורי' וואס קומט אינגאנצן פון א נייע מכון בלי שם און אן קיין חתימות, ס'האט אויסגעזען כאילו עפעס א פריוואטע מערכה.
למעשה האב איך היינט גערעדט צו חשוב'ן עוסק בכשרות, וואס זיינע רעפעראטן זענען קראנט און אויסגעהאלטן, און ער זאגט מיר אז ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער צעטל איז ריכטיג, און מערערע משגיחים האבן בודק געווען סטראבעריס נאכ'ן וואשן און אפרייניגן אויף די שטרענגסטע וועגן, און ס'איז געבליבן ווערעמדיג.
זאל דער עולם וויסן געווארנט צו זיין, און נישט נכשל ווערן מיט די פינף לאוין וואס קומט מיט יעדן קליינטשיגן ווערעמל.
האט ער מיר געענטפערט, אז די שאלות זאל איך פרעגן פון די רבנים המכשירים אליין.
נשלח ב-30/5/2007 02:37
סליחה. די האסט געשריבען אהן טראפען. האסט געדארפט צו שרייבען LOL !
תוקן על ידי אבימלעבט ב- 30/05/2007 2:34:23
נשלח ב-30/5/2007 02:03
נעם א דשאק.
באטשי האט געשריבן כתמים
נשלח ב-30/5/2007 01:35
מען מישט דא אויס כתמים מיט בדיקות.
נשלח ב-30/5/2007 01:31
אבער איך האב אויך געהערט אז ער האט אפראבלעם מיט זעהן קליינע כתמים... פשוט ער זעהט נישט גוט.
איך ווייס פארא פאקט אז ביז א גריס איז ער טאקע מתיר
נשלח ב-29/5/2007 15:47
לכבוד ידידי היקרים חברי הפארום הנכבד העוסקים לפרש מצוות פרישה מתולעים ושרצים ורמשים וחרקים שפירשו וכל פירושיה, כל אחד בשמו הטוב יבורך
בנוגע פארלאזן זיך אויף די אלע צעטלעך
בגמרא יבמות דף כ"א: פון יענע וואך דאנערשטיג (למספרם)
אמר ליה רב הלל לרב אשי לדידי חזיא לי שניות מר בריה דרבנא וכתיבן שיתסרי לאיסורא מאי לאו תמני דמתניתא ושית דבי רבי חייא והנך תרתי הא שיתסרי ולטעמיך שיבסרי הויין דהא איכא אשת אחי האם מן האם דפשטינן לאיסורא, הא לא קשיא
הנך תרתי דדמיין להדדי כחדא חשיב להו והא שיתסרי והא מכל מקום לדידי חזיין לן דכתיבן לאיסורא אמר ליה וליטעמיך אי הוה כתיב להיתירא מי הוות סמכת עלייהו דמר בריה דרבנא מי חתים עלייהו השתא נמי דכתיב לאיסורא לאו מר בריה דרבנא חתים עלייהו
דער שפע חיים זצ"ל פלעגט זיין מרגלא בפומיה אז מהייבט אהן מיט אשר התרת אסרתי ענדיגט מען מיט אשר אסרת התרתי.
בענין דאס וואסער אין די שטאט, שמעתי גם אז הרב ר' שרגא האגער שליט"א איז אויך מתיר דאס וואסער, ווייל ער זעהט נישט קיין שרצים.
אבער איך האב אויך געהערט אז ער האט אפראבלעם מיט זעהן קליינע כתמים... פשוט ער זעהט נישט גוט.
צופעליג אין די קליינע אותיות האב איך געהערט זעהט ער יא גאנץ גוט.
נשלח ב-29/5/2007 08:52
די ענין פון דברי חיים שטייט קלאר אין דרכי חיים . און אין ספר אוצר החיים רבי יוסף דוד ווייסבערג סימן קסא און ער ברענגט דארטן אין די הערות אז דאס איז וועגן חשש תולעים.
איך האב ח"ו נישט געשריבן אז די סטראבעריס מתולעים זענען מותר . איך פארענטפער נאר די התאחדות לשיטתם מיט זייערע בודק סטראבעריס.
און מיט די וואסער איז דא רבנים מתירים ובתוכם הרה"ג רח"ד כץ שליט"א. .
און היינט ביסגטו מודה אז אפשר איז דא ווערעם אין מעהל. בפרט זומער . אבער ביסט אויך מודה אז די התאחדות בעקערייען זיפען נישט דו מעהל. נו! וואס ווילסטו. אז דו האסט טענות פרעג דעם שרייבער "טראנט-לאט" זאל ער דיר פארענטפערן.
לכבוד טראו אניל 2 . דאס צעטל פון וועד הכשרות. דאס איז די וויליאמסבורג סאטמאר (חסידי אדמו"ר מהר"א שליט"א) אזוי וויא איך האב שוין איינמאל ערווענט. נישט פון די וויליאמסבורגער סאטמארע (חסידי מהרז"ל) .
וועגען דעם טעות פירש אדער פירוש ביסטו גערעכט. אבער די פוסקים נוצען א סאך מאל די אויסלייג פריש נישט פירש. עיין ב"ח יו"ד סימן פ"ד בשם הב"י . ועיין בסימן ל"ו גבי מורנא בריאה. לאחר שחיטה פריש. וכן גבי תולע במח בסימן לא בטו"ז. ודו"ק כי קצרתי. וטעות לעולם חוזר
נשלח ב-29/5/2007 06:56
עבד,
ווי שטייט דאס אין דרכי חיים??? איך מיין אז עס איז נישטא אזא זאך דארט. עס איז דא תשובה קיין אומאן ווי ער אסר'ט די וואסער דארט ווייל אפילו נאכען זיפען האט מען געטראפען ווערעם, און ער זאגט דארט אז מען זאל גיין אין אן אנדער שטאט.
תולעים איז אסור, פארפאלען, די היתירים זענען נישט קיין היתירים וואס מען דריקט און שרייבט, טאמער יא זעהט מען ווי אראפ פין די נארמאלע ליניע די היתירים זענען, קיינמאל האט מען נישט מקיל געווען נישט לכתחילה צו זיפען מעהל, נאר דאהי אין אמעריקא ווייל די מעהל האט נישט געהאט קיין ווערים ביז היינט.
וואסער האט ווערים, דערווייל ביזען היינטיגען טאג, האב איך דער כותב פין די שורות נישט געזעהן קיין היתר אויף דעם וואס זאל מאכען סענס. (חוץ דער היתר פין עבר ושנה).
די סטראבעריס האבען ווערעם, און זיי זענען קלאר נראה לעינים, איינער וואס זאגט אז נישט, פאפט זיך, די סטראבעריס זענען אסור בתכלית האיסור, די וואס מאכען אוועק דעם איסור דארך בעלבתישע תירוצים (ווי צ.ב.ש. התאחדות הרעבנים), זענען עתיד ליתן את הדין.
ידידיי . האט עטץ שוין אמאל געהערט אז א מענטש זאגט עדות אויף זיך אליין און דער עולם נעמט דאס אהן.
איינער זאגט עדות אז ער וואשט יא גוט סטראבעריס.
התאחדות זאגט אליין עדות אז זייער הכשר אויף בודק איז זייער גוט
בודק זאגט אליינס עדות אז זיי לאזן נישט אריין ווערעם.
און דא קומט א הכחשה פון קארלסבורגער בי"ד בראשות הגאב"ד שליט"א וויא זיי שרייבן בפירוש אין סעיף ב. אז די פראזען איז אונטער דעם זעלבן חשש . און ביז מען וועט מברר זיין קען מען דאס נישט עסן.
נאך מער שרייבען זיי אז ביי די פרישע קען מען עס אפשיילן משא"כ ביי די געפרוריענע העלפט דאס אויך נישט.
קומט צו גיין די התאחדות אליין און זאגען אליין עדות אויף זייערע אייגענע ביזנעס אז דאס איז זייער גוט געשטעלט .
פון היינט מאל אהן. זאל שוין נישט זיין אפילו ביי די גויישע וועלט להבדיל קיין קאנסומערס רעפארט. נאר יעדער קאנסומער מיט זיינע מענעדזשערס זאלן אליין שרייבן אויף זיך דאס שענסטע און און דאס בעסטע.
.די משנה זאגט אין מס' כתובות כ"ז ע"ב . אמר רבי זכרי' בן הקצב וכו' אמרו לו אין אדם מעיד על עצמו. נאכדעם וואס דער הייליגער תנא א-לקי שווערט אין ביהמ"ק המעון הזה. דאך איז ער נישט באגלייבט נישט נאר פאר א צווייטן נאר אפילו פאר זיך אליין אויך נישט.
מען דארף מער נישט האבען קיין בדחנים ביי קיין חתונות. נאר יעדער מחותן זאל זיך אליין אויפשטעלען און זיך אליין אויסגראמען. און זיך אליין אויסרימען. ער דארף נאך צולייגן אז יענער איז גארנישט נאר איך בין דאס אויבערשטע פון שטייסעל.
התאחדות מיט גארטענהויז וואס צוזאמען וואשען זיי פירות וירקות ביי פארשידענע קאמפאניס . וואס איך טאר נישט ארויסשרייבן די נעמען פון די קאמפאניס (ביזנעס סיקרעט מוראה של מלכות) זאגן אליין אז נאר אונזערע איז גוט. אזוי וויא ביז יעצט ביי די בראקלי.
נשלח ב-28/5/2007 08:00
ידידי אהובי יקירי המכנה עצמו כאן "אללוועיס" הי"ו
איך זעה פון דיי שרייבן אז דו מיינסט ח"ו נישט לקנטר . דו מיינסט עס ערענסט.
יעצט וועל איך דיר ענטפערען. אז איך האב טאקע אנגעקאלט די דיינים און רבנים עס איז דא וואס האלטן . אז מען קען יא אפוואשן פרישע סטראבעריס גוט אז עס זאל נישט זיין קיין שרצים. והא ראיה אז "פעירמאנט" האט נישט קיין שרצים" נאר מען קען נישט געבען כל אחד תורתו בידו. יעדער וועט זאגען אז ער וואשט גוט אפ און משום לא פלוג שלא יאמרו (פסחים לז) כל הסריקין אסורין וסריקי בייתוס מותרין . האט מען געמאכט אז קיינער זאל נישט טארן אפוואשען. .
און די האלטן טאקע אז בודק איז גוט ובתוכם די התאחדות. או דו מעגסט זיכער עסן ווייל אין לך אלא בי"ד שבימיך.
און אזוי האלטן אויך די רבנים פון די או יו און או קעי און סטאר קעי צווישן זיי היבש בני תורה.
ווידער אום איז דא עקסטרעמע וואס האלטן אז מען קען בשום אופן נישט אפוואשען און די פרישע סטראבעריס זענען מדינא אסור נישט משום לא פלוג. און זיי האלטן טאקע אז בודק איז אויך אסור. וועגען דעם לאזען זיי נישט אריין אין זייערע רעסטוראנטען אדער בעקעריס ניטאמאל בודק אויך נישט.
דאס זעלבע בחינה איז מיט די ניו יארקער וואסער . עס איז דא וואס האלטן אז חאטשיג דאס וואסער איז שוין הונדערט יאר אזוי. דאך יעצט ווען מען איז געוואר געווארן אז עס איז ווערעמדיג . טאר מען נישט טרינקן נאר מיט א פילטער. לעומת זה איז דא וואס טרינקן און נוצען דאס וואסער אהן א פילטער אזוי וויא מען האט ביז היינט גענוצט. וויא הרה"ג רח"ד כץ וכדומה.
איך האב געהערט פון הגאון ר"ח גאלדצווייג שליט"א פון טשיקאגא אז ער לאכט זיך אויס פון די גאנצע ענין פון די ווערעם אין די וואסער. ווייל ער האט אליין געהערט פון הגאון ר"מ פיינשטיין ז"ל אז דאס איז גארנישט . נאר ער וויל נישט ארויסקומען להיתר ווייל ער וויל נישט אנהויבען מיט די משוגעים.
דאס זעלבע איז מיט די מעל . זייער א סאך רבנים בפרט רבני ארה"ק און יוראפ האלטן קלאר אז טאמער מען זופט נישט מעהל עסט מען זיכער ווערעם. און דאהי אין וויליאמסבורג און בארא פארק. רוב בעקערייען אפילו מיט די הכשר פון די התאחדות זופען בכלל נישט קיין מעהל. און אדרבה די סאטמארע בי"ד האט געמאכט א תקנה אין זייערע זאלען זאל מען נישט אריינלאזן ביי א שמחה היימישע קעיק וואס איז געמאכט געווארן פון געזופטע מעהל. נאר דוקא פון בעקעריס אפילו מען זופט דארט נישט די מעהל.
און בכלל עס שטייט אין דרכי חיים . אז דער הייליגער דברי חיים צאנזער רב זי"ע האט מקפיד געווען נישט צוטרינקן וואסער פון צאנז נאר וואס ער האט געזייט מיט א שמאטע. זעהט אויס אז אין צאנז איז געווען א חשש תולעים אין וואסער. אבער דעם גאנצען עולם חסידים ואנשי מעשה האט ער געלאזט טרינקן סתם וואסער. ער האט זיי נישט געהייסן זייען דאס וואסער. . און טאמער דאס איז א חשש איסור דאורייתא וואלט ער זיכער נישט געלאזט דעם עולם טרינקען אומגעזייט..
אגב איך אינפארמיר נאר דעם עולםוואס וויל וויסן איך פאסקע נישט און איך זאג נישט קיין מיינונג להלכה
איך וויל נישט אריינגיין אין די הלכה פון תולעים הנמצאים בפירות. "יא פירוש" אדער "נישט פירוש" נראה לעינים אדער אינו נראה לעינים . מרוסק אדער אינו מרוסק.
נאר נאכאמאל אז דו ווילסט דיך פארלאזן אויף די התאחדות און דו ווילסט עסן בודק קענסטו רוהיג עסן בודק . אזוי וויא די בעקערי קעיק פון נישט געזופטע מעהל. וכדומה.
דאס וואס דו ברענגסט פון וועד הכשרות דקרית יואל. זיי שרייבן בפירוש אז זיי דארפן נאך מברר זייןו אויב די פראזען האט א גוטן סיסטעם . דאך האבען זיי נישט געהייסן ביזדערווייל נישט עסן.
נשלח ב-28/5/2007 07:14
עבד
דו שרייבסט:
"אין סעיף ד שטייט אז פארפרוירענע איז בחזקת כשרות. (ליינט מיט קאפ) נישט אז עס איז כשר ויאכלו ענוים וישבעו . "נאר אז עס איז בחזקת כשרות". "
יעצט אפילו אן צולייגן קאפ ווייס איך אז ווען איינער שרייבט אויף אן עסן אז עס איז "בחזקת כשרות" , מיינט דאס אז איך מעג דאס לכתחילה ארייננעמען אין מויל, קייען און אראפשלינגען. אפילו עס שטייט נישט ויאכלו ענוים וישבעו. איבערהויפט ווען עס רעדט זיך פון עפעס וואס איין פאראגראף שטייט אויף די זעלבע מאכל, נאר פרישערהייט, זאל מען גענצליך נישט עסן אויף קיין שום פאל.
איצט א טרוקענע שאלה: ביי א ספק איסור דאורייתא גייט מען לקולא אדער לחומרא?
אויב לחומרא פארשטיי איך נישט פארוואס זיי האבן נישט געשריבן אז דערווייל זאל מען נישט עסן, ביז מ'וועט מברר זיין אויף די פראזען צי גוט אדער נישט. זיי האבן דאך געאסרט סטראבעריס, וואלטן זיי דאך עטליסט געקענט שווייגן און בכלל נישט דערמאנען פראזען, און קיינער וואלט נישט געגעסן. אבער ניין! דער וועד הכשרות דק"י האט געזען פאר וויכטיג צוצולייגן אז פראזען איז "יא" בחזקת כשרות דערווייל, און דאס מיינט ביי מיר אז יאכלו ענוים וישבעו.
און נאך אלעם האט "קיינער" נישט געשריבן אז מ'זאל נישט עסן פראזען. אויסער מנחם פישער, וואס איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייבט אז נאר א "בעל נפש" זאל נישט עסן קיין שרצים...
עכ"פ, אויב דו ביסט יא אזוי זיכער איבערצייגט אז פראזען איז נישט גוט, ביטע רוף אן די אלע דיינים און קלער זיי אויף, וויילל אויב נישט ביסטו עתיד ליתן את הדין.
אגב עבד, איך מיין גארנישט פערזענליך, נאר איך האב בטבע נישט ליב קיין עקסטרעמע...
נשלח ב-28/5/2007 07:07
אדרבה ווער עס וויל זאל אריינגיין אין סיי ועלכע רעסטוראנט אדער בעקעריי וואס האט די הכשר פון חשובע רבנים למשל דער טארטיקאווער אדער מאגרובער וכדומה וועט ער געוואיר ווערן אז ער לאזט נישט נוצען נישט פרישע און נישט בודק ווייל דאס איז היינו הך.. נאכדעם וואס מען איז געוואיר געווארן א נייעס אז די וועג פון קלינען מיט זייף וואסער און רייבן איז גארנישט ווערט געווען. איז די סיסטעם פון בודק אויך גארנישט ווערט כמובן לכל בר דעת.
מען האט דאך ביז יעצט נישט געווייסט אז אפוואשן מיט זייף וואסער העלפט נישט און אוודאי האט מען נישט געוויסט אז דער סיסטעם פון בודק טויג נישט
נשלח ב-28/5/2007 06:58
נאכאמאל. די אסיפה וועגן די סטראבעריס איז פארגעקומען דאנערשטאג במדבר ער"ח סיון דהאי שתא תשס"ז
די בריוו פון וועד משמרת הכשרות שע"י קהל יטב לב דסאטמאר(חסידי כ"ק מהר"א) איז דאטירט ר"ח סיון . עס שטייט א) מען טאר נישט עסן קיין פרישע סטראבעריס.
אין סעיף ג שטייט אז אויב מען קעס נישט ארויסנעמען פון א מאכל יש מקום להקל.
אין סעיף ד שטייט אז פארפרוירענע איז בחזקת כשרות. (ליינט מיט קאפ) נישט אז עס איז כשר ויאכלו ענוים וישבעו . "נאר אז עס איז בחזקת כשרות".
אין צווייטן בריוו פון הרב ברוך ט"ב שליט"א פון קרית יואל וועד הכשרות שטייט סעיף ד אז די געפרורענע סטראבעריס . עדיין הם בכשרותם.
און ער איז נאך נישט פערטיג. ער שרייבט אז זיי האלטן נאך אינמיטן מברר זיין צו די וואשען אין די פעקטארי איז בעסער אדער ערגער אדער דאס זעלבע וויא דערהיים וואשן אבער ביז דערווייל האט דאס נאך אלץ א חזקת כשרות.
שטייט קלאר אז מען האט נאך נישט מברר געווען אויב עס איז בעסער. (אבער די רבנים וואס זענען שוין געווען אין פאבריק ווייסן בברור אז עס איז בכלל נישט בעסער נאר ערגער דאס וואשען)
דער בריוו איז אויך דאטירט ר"ח סיון דעם זעלבען טאג.
הרב וויסמאנדל שליט"א שרייבט גארנישט וועגן די געפרוירענע און ער שרייבט נאר חייב למנוע. וד"ל
דער סקווערער בי"ד איז מדקדק ארויסצושרייבן קליפ און קלאר אז נאר די פראזען סטראבעריס (פעירמאנט" ) וואס איז אונטער זייער השגחה דאס איז כשר און נישט בודק
מאגרובער רב שליט"א ברענגט גארנישט אז די פראזען מעג מען עסן בכלל.
און הרב מנחם פישער שרייבט קלאר ארויס
אז די פראזען סטראבעריס טאר א בעל נפש נישט עסן
.די התאחדות בריוו איז ארויסגעקומען די לעצטע. נישט ר"ח נאר גאר ג סיון כהדין גרמיזא הבא באחרונה. און זיי שרייבען נישט אז מען טאר נישט נוצען פרישע סטראבעריס . זיי שרייבן נאר
מען זאל נישט נוצען. נישט קיין איסור דאורייתא און אויך נישט קיין איסור דרבנן נאר סתם מען זאל נישט נוצען .
כיון שראו הנשיאים אז אלעס איז שוין געווען פערטיג זענען זיי אויך נאכגעשלעפט געווארן והנשאם כתיב.
אונטערשטע שורה . אלע אויסער די התאחדות האבען מודה געווען אז עס דארף נאך א בירור וועגען די געפרורענע סטראבעריס.
אלע אויסער די התאחדות זענען גלייך ארויסגעקומען ר"ח סיון נישט ג' סיון.
דער סאטמארער בי"ד איז נאך עד היום נישט ארויסגעקומען לא לאיסור ולא להיתר.
הייסט עס אז דאס וואס די דיינים האבן געשריבן, אויסער התאחדות, אז ביי פראזען נוצן די קאמפאניס שטארקע וועגן וויאזוי זיי צו רייניגן פון ווערים, איז פשוט ליגנט.
איז נאכאמאל, זיי ווייסן קלאר אז באמת איז עס פונקט אזוי ווי פרישע, אבער זיי שרייבן סתם שקר אז זיי זענען דערווייל בחזקת כשרות צוליב דעם אנגעבליכן טעם ווייל מ'נוצט דארט שטארקערע מיטלען וויאזוי צו רייניגן? איי דאנט ביי איט. פיריאד
און דאס איז קלאר ליגנט וואס דו שרייבסט אז "למעשה ולאמיתו של דבר האלטן אלע רבנים המכשירים אז די בודק פראזען איז דאס זעלבע וויא די פרישע נאכן אפוואשען." און "אז יעדער בעל מכשיר וועט דיר זאגן אז די פראזען איז פונקט ווי אינדערהיים נאכ'ן וואשן."
אדרבא, רופטס אן די דיינים, איך האב געהערט אז מ'דארף נאך דן זיין פונקטליך וואס דער סיסטעם איז ביי פראזען.
און נאכאמאל, איך האלט נישט אז ווען די רבנים ודיינים וואלטן טאקע געהאלטן אז פרישע און פראזען איז דער זעלבער חשש, וואלטן זיי מיט א קאלטקייט געשריבן און געלאזט דערווייל דעם עולם עסן די זעקס לאווין'דיגע קריכעדיגע. ווייל אויב איז יא אזוי דער מצב, זע איך נישט וואס מ'האט אזוי איבערגעדרייט א וועלט איבער הרב פינקל...