ענדליך: וויל לויפן קיין מיעל מארט מיט אימפעט
ענדליך הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!
ענדליך געראטעוועט כאטשיג אביסיל פון דעם גלות המר!
די זאליס מיט רז"ל בראש דרייען זיך די לעצטע חדשים ארום ווי פארסאמטע מייז, עס דרייט זיך א וועלט יעדן צווייטן טאג זעהט מען אין אלע זייטן בילדער ווי רבינו שליט"א שטייט מיטן חלאטעט און באקוקט א בהמה, ניקור, שחיטה, מען ברענגט קיין קרית יואל בהמות פון אלע שחיטות, מען פארט מען קומט, עס טוט זיך, עס דרייט זיך א וועלט.
זיצט ר' זלמן אין זיין הויז קיינער ריפט אים נישט, קיינער קלינגט אים נישטמאהל אן, קיינער ברענגט קיין בהמות נישט, יבש טריקען ווי פעפער, טא עס איז שוין נישט צום אויסהאלטן מער!
די וואך האט שוין ר' זלמן שיעור א הארץ אטאקע געכאפט, רבינו שליט"א איז שוין ווייטער מיט א בהמה אין מאנסי, גענוג איז גענוג האט ער געשריגען פאר כעס, ר' שמואל קאמפאט ריפט אן מיעל מארט מיט א בהלה ברענגט שוין א בהמה אריבער אבער שוין, מיעל מארט זאגט עס גייט נישט אזוי אויף די מינוט מען דארף דאס אהער שטעלן, שמואל שרייט ברענג לעבעדיגע, טויטע, קראנקע, אבער עפעס געוואלד די רבי האלט עס מער נישט אויס, זיי זאגן אים נאכמאל עס איז נישט דא וואס צו טאן ביז א צוויי וואכן, שמואל זאגט אקעי דעמאלס וועט ר' זלמן גיין היינט נאך יעצט קיין מיעל מארט, זאגן זיי אקעי נאו פראבלעם, ער קען שוין קומען מען וועט בילדער מאכערס צוגרייטן און עס ווען זיין בילדער.
עס נעמט נישט קיין שעה ר' שמואל קאלט צוריק מען קען נישט היינט גיין נאר מען וועט גיין מארגן, אקעי זאגן זיי. דינסטאג קאלט ר' שמואל נאכמאל אהן נישט היינט נאר דארנערשטאג, ווען ער האט געזעהן אז זיי פאנגען אן צו קרומען אז מען מאכט פורים פון זיי, האט ער זיי געזאגט אז ר' זלמן דארף זיך נאך פארקוקן פארשידענע זאכן פאר ער גייט...
שמואל האט זיך געכאפט אז עס גייט נישט אזוי ער האט אלס מלמד להועיל - וואס באקמט געהאלט דערפאר - האט די שווערע אחריות אים אויסצולערנען וואס מען קוקט ביי מיעל מארט, ער זאל נישט אויסקוקן ווי א האן אין בני אדם אריין, האט ער זיך געזעצט לערנען מיט אים און דער שוחט ראזענטאהל העלפט אים ארויס עס גייט שווער און דערווייל יכול'ט ער נישט.
ויבוא דארנערשטאג קאלט שמואל נאכמאל דאסמאהל קעקעצנדיג שווער אז מען קען נישט היינט עס איז נאך נישט גרייט, ער וועט קומען מארגן פרייטאג - וואס איז נאך נישט גרייט, גיי ווייס...
אזוי האלט מען היינט ביי פרייטאג און מען ווארט...
 |
|
|