| דאָס איינגלידערן זיך אין אַמעריקע איז נישט געווען לייכט. די רביים וועלכע האָבן געשטרעבט צוריק אויפצובויען זייערע "הויפן" אין אַמעריקע, זיינען געווען געצוואונגען זיך צו "באַפרייען" פון דער נעגאַטיווער מיינונג וועגן דער "טריפהנער" אַמעריקע. דער מונקאַטשער רבי שרייבט וועגן דעם מאמר חז"ל אַז דער גיהנום האָט דריי טירן, "שלשה פּתחי גיהנום": "האחד במוסקווה שבשליטת הקומוניזם הכופר, השני בניו יארק שבה שולטת ביד רמה הטמיעה, והשלישית אצל הציונים בירושלים".
ווען דער אַלטער סאַטמאַרער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' יואל טייטלבוים זצ"ל, וועלכער איז געווען אַ געערטע פּערזענלעכקייט, איז אָנגעקומען צום ערשטן מאָל קיין ברוקלין אין יאָר 1946, האָט ער דאָ נישט געטראָפן אַפילו אַ מניין אידן, מיט וועמען צו דאַוונען און זאָגן קדיש אין יאָרצייט-טאָג פון זיין ג-טזעליקער מוטער ע"ה. איז איינער פון די גבאים פון סאַטמאַרער רבי'ן זצ"ל, אַריבערגעקומען אין ליובאַוויטשער בית המדרש אין דער קראון הייטס געגנט פון ברוקלין, און געבעטן אידן צו קומען מיט אים צו דער וואוינונג פונעם סאַטמאַרער רבי'ן, כדי משלים צו זיין צום מניין, כדי דער רבי זאָל קענען זאָגן קדיש.
מיט העכער דרייסיק יאָר שפּעטער, אין 1979, צו דער פּטירה פון סאַטמאַרער רבי'ן, האָט דער סאַטמאַרער "הויף" אין דער וויליאַמסבורג-געגנט פון ברוקלין, געציילט ביי צוואָנציק טויזנט נפשות, בלי עין הרע, און אין דער זעלבסטשטענדיקער דערציאונגס-נעץ פון סאַטמאַר האָבן געלערנט אַן ערך פופצן טויזנט תלמידים און תלמידות.
אין 1946 איז אויפן אַמעריקאַנער באָדן אויך אָנגעקומען דער באָבובער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' שלמה הלברשטאַם זצ"ל, אַ באַליבטער חסידישער רבי, וועלכער איז געווען אַ דירעקטער אָפּשטאַמיקער פונעם רבישן חסידישן "הויף" פון צאַנז און באָבוב, וואָס האָט ביז צום אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, זיך פאַררעכענט פאַר איינע פון די גרויסע צענטראַלע "הויפן" אין מזרח-אייראָפּע, באַזונדערס אין מערב-גאַליציע.
אָבער דער באָבובער רבי, וועלכער האָט פאַרמאָגט אַ באַגייסטערנדע געשטאַלט, און איז געווען אַ "נעים הליכות", און האָט אַלס זיין ערשטן וואוין-אָרט אין אַמעריקע באַשטימט די אויבערשטע וועסט-סייד פון מאַנהעטן, האָט אין זיינע ערשטע יאָרן אין ניו יאָרק, דורכגעמאַכט דערנידריקנדע איבערלעבענישן, ווען ער איז געווען געצוואונגען טאָג-טעגלעך, און אפילו אין די ימים טובים, צו פאַרזיכערן פאַר זיך אַ מניין מתפּללים אין דער שוהל וואָס ער האָט אויפגעשטעלט אויף דער וועסט סייד פון מאַנהעטן.
אָבער די אָנהויב-טעג פון יענע יאָרן פון באָבובער חסידות אין אַמעריקע, זיינען שוין לאַנג פאַרגעסן געוואָרן. מער ווי אַ יובל יאָרן נאָך זיין אויסוואַנדערן קיין אַמעריקע, ווען דער באָבובער רבי איז נסתלק געוואָרן אין יאָר 2000, האָט אין צענטער פון דער באָראָ פּאַרק געגנט געבליט און געשפּראָצט אַ באָבובער "הויף" מיט אַ ריזיקן בית המדרש, וואָס ציילט העכער זעקס טויזנט זיץ-ערטער. יעדן פרימאָרגן און אין די אָוונט-שטונדן, ווירבלט דאָס באָבובער בית המדרש מיט צענדליקער מניינים, און אין אַ "געוויינלעכן" שבת דאַוונען אינעם באָבובער בית המדרש אין באָראָ פּאַרק, העכער טויזנט חסידים וואָס וואוינען אין דער געגנט. אין די ימים טובים פלעגן צום רבי'ן קיין בארא פּארק אָנקומען טויזנטער באבובער חסידים פון דער גאָנצער וועלט, אויך פון ישראל.
די צוויי סדר-נעכט פון יום-טוב פּסח וואָס דער אַלטער באבובער רבי זצ"ל פלעגט פירן, און וואָס האָבן זיך פאַרצויגן ביז די פריע פאַרטאָג-שעהן, פלעגן זיין לאַנגע יאָרן אַ צוציאונגס-קראַפט פאַר טויזנטער חסידים אין ברוקלין, אויך פון אַנדערע קרייזן. אַרום די הערלעך-באַצירטע און געדעקטע טישן זיינען געזעסן צענדליקער קינדער און אייניקלעך פונעם רבי'ן, ווי אויך געסט, און טויזנטער יונגעלייט און תלמידים פון דער ישיבה, זיינען געשטאַנען ביי די ווענט פון ריזיקן באָבובער בית המדרש, און האָבן "באַגלייט" דעם באַליבטן און געשעצטן באָבובער רבין דורך מיטברימען די ווערטער פון דער הגדה של פּסח.
ווען די צוויי דערמאָנטע חסידישע רביים, פון סאַטמאַר און פון באָבוב, האָבן געשטעלט זייערע ערשטע טריט אויף דעם אַמעריקאַנער באָדן, און האָבן אין די פערציקער יאָרן פון פריערדיקן יאָרהונדערט אָנגעפאַנגען אויפבויען פונדאָסניי זייערע חסידישע "הויפן" וועלכע זיינען ליידער חרוב געוואָרן אין צייט פון חורבן אייראָפּע, האָט אין דער קראון הייטס געגנט פון ברוקלין שוין געשפּרודלט און געווירקט מיט אַן אומדערמידלעכער קראַפט, דער ליובאַוויטשער חסידישער "הויף", אונטער דער פירערשאַפט פונעם פריערדיקן ליובאַוויטשער רבי'ן, כ"ק אדמו"ר ר' יוסף יצחק שניאורסאָהן זצ"ל, וועלכער איז געקומען ווי אַ פּליט קיין אַמעריקע אין יאָר 1940.
די אָנזעעוודיקייט פון ליובאַוויטש אין אַמעריקע איז אָבער אין יענע צייטן אויך נאָך געווען אַ קליינע. סיי צוליב דער קליינער צאָל חסידים וואָס האָבן זיך קאָנצענטרירט אין דער מחיצה פון כ"ק אדמו"ר ר' יוסף יצחק זצ"ל אין קראון הייטס, און סיי צוליב די אָרימע פינאַנציעלע מיטלען, איז דער איינפלוס פון ליובאַוויטש אויפן אידישן לעבן אין דער נייער אַמעריקאַנער וועלט, געווען אין יענע יאָרן אין דער בחינה ווי דער פּסוק זאָגט "והיה ראשיתך מצער", - דיין אָנפאַנג וועט זיין קליין און באַשרענקט.
ווען דער ליובאַוויטשער רבי איז נסתלק געוואָרן אין יאָר 1950, און זיין אָרט האָט איבערגענומען זיין איידעם, כ"ק אדמו"ר ר' מנחם מענדל שניאורסאָהן זצ"ל, האָבן די אַקטיוויטעטן פון ליובאַוויטש אין אַמעריקע באַקומען אַ שטאַרקן שוואונג און אויפשטייג, און עס האָט זיך אָנגעפאַנגען דערקענען די ביסלעכווייזע פאַרשפּרייטונג פון ליובאַוויטשער חסידות אין אַמעריקע, אַזוי אַז די פאַרווירקלעכונג פון דער צווייטער העלפט פון אויבנדערמאָנטן פּסוק, "ואחריתך ישגה מאד", האָט זיך באַשיימפּערלעך אָנגעזען אויף יעדן שריט און טריט. אונטער דער פירערשאַפט פונעם ליובאַוויטשער רבי'ן, איז ליובאַוויטש פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ גייסטיק-חסידישער אימפּעריע, וואָס האָט דורכגעבראָכן גרעניצן אויף אַ וועלט-פאַרנעם, פּשוטו כמשמעו.
עס איז קיין ספק נישט, אַז אַמעריקע האָט שיין אַנטפאַנגען די חסידישע באַוועגונג. ס'איז איראָניש, אַז דווקא די נייע וועלט, וואָס איר גאַנצער וועזן, דער לעבנס-שטייגער אין דער רייכער אַמעריקע איז - לכאורה - אין שאַרפסטן קאָנטראַסט צו די לערעס פון דער חסידישער באַוועגונג, און צום גייסטיקן פאָרצוג וואָס חסידות פאַרלאַנגט פון אירע אָנהענגער, האָט זיך אָבער באַצויגן מיט ברייטהאַרציקייט צו די פאַרשידענע חסידישע "הויפן", און האָט געגעבן זייערע מנהיגים, די חסידישע רביים, וועלכע האָבן אויסגעקליבן אַמעריקע פאַר זייער וואוין-אָרט, די מעגלעכקייטן אויפצובויען פונדאָסניי זייערע חסידישע "הויפן", און צוצוגרייטן דעם באָדן פאַר אַן אויפלעבונג און באַנייאונג, וואָס אין משך פון די יאָרן האָבן זיי אָנגענומען ריזיקע פאָרמען.
גלייכצייטיק מיט די מעגלעכקייטן וואָס אַמעריקע האָט געגעבן "אונטערצובעטן" דעם וועג פאַר דער חסידישער באַוועגונג אויף איר באָדן, האָבן די רביים, פון זייער זייט, אַרויסגעוויזן גרויסע פעאיקייטן ביים איינגעוואוינען זיך צו דער נייער ווירקלעכקייט, אויף וועלכער זיי האָבן זיך אָנגעטראָפן אין דער נייער וועלט.
דער ליובאַוויטשער "הויף" אין ברוקלין איז געווען דער אַוואַנגאַרד פון איינגלידערן זיך אין אַמעריקע, צו די נייע מעגלעכקייטן און געזעלשאַפטלעכע אומשטענדן, וואָס האָבן געהערשט צווישן אידישן ציבור אין אַמעריקע. ליובאַוויטש איז באַטראַכט געוואָרן ווי די אַממערסטן "אַמעריקאַניזירטע" צווישן די חסידישע "הויפן", און דער באַנוץ וואָס זי האָט געמאַכט - און מאַכט נאָך אַלץ - מיט די אַלגעמיינע "מידיאַ"-מיטלען צו פאַרשפּרייטן חסידות, ווי אויך דורך אַרויסשיקן הונדערטער שלוחים איבער גאַנץ אַמעריקע, צו באַשעפטיקן זיך מיט פאַרשפּרייטן אידישקייט צווישן אידן, סיי אויף דער אידישער גאַס, און אפילו אויף דער ברייטער אַמעריקאַנער גאַס, האָט געווירקט אויך אויף די אַנדערע חסידישע באַוועגונגען צו שלאָגן וואָרצלען אין לאַנד, און אין משך פון די יאָרן זיינען זיי אויך אויסגעוואַקסן צו ריזיקע מאָסנאַמען, ענלעך צו די וואָס די חסידות-באַוועגונג האָט פאַרמאָגט אין די גלאָררייכע יאָרן אין מזרח-אייראָפּע פאַרן צווייטן וועלט-קריג.
דאָס איינגלידערן זיך אין אַמעריקע איז, אָבער, נישט געווען אַזוי פּשוט און לייכט. די רביים וועלכע האָבן געשטרעבט צוריק אויפצובויען זייערע "הויפן" אין אַמעריקע, זיינען געווען געצוואונגען זיך צו "באַפרייען" פון דער נעגאַטיווער מיינונג וועגן דער "טריפהנער" אַמעריקע, וואָס האָט געהערשט צווישן חרדישע אידן אין אַלגעמיין, און באַזונדערס אין די חסידישע קרייזן, ביים הויכפּונקט פון זייער איינפלוס אין מזרח-אייראָפּע פאַרן חורבן.
דער מונקאַטשער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' חיים אלעזר ראַבינאָוויטש זצ"ל (וועלכער האָט געלעבט פון 1872 ביז 1937, און דעם שבת ב' סיון פאַלט אויס זיין 70טער יאָרצייט), און איז בשעתו געווען באַרימט ווי איינער פון די "קנאישסטע" חסידישע רביים אין מזרח-אייראָפּע, האָט זיך גאָר שאַרף אויסגעדריקט איבער אַמעריקע. אין אַ בריוו וואָס איז היינט ברייט באַקאַנט, שרייבט דער מונקאַטשער רבי זצ"ל וועגן דעם מאמר חז"ל אַז דער גיהנום האָט דריי טירן, "שלשה פּתחי גיהנום": "האחד במוסקווה שבשליטת הקומוניזם הכופר, השני בניו יארק שבה שולטת ביד רמה הטמיעה, והשלישית אצל הציונים בירושלים" - "איין טויער (צום גיהום) געפינט זיך אין מאָסקווע, אונטער דער הערשאפט פונעם כפירהדיקן קאָמוניזם; דער צווייטער טויער איז אין ניו יאָרק, וואו די אַסימילאַציע הערשט מיט אַ שטאַרקער האַנט, און דער דריטער טויער געפינט זיך ביי די ציוניסטן אין ירושלים".
דער היסטאָריקער ראַבאַי אַרטור הערצבערג (וועלכער איז געשטאָרבן איז 2006 אין עלטער פון 85 יאָר), אַ פאָרשער פון דער היסטאָריע פון אידן אין אַמעריקע, פלעגט אויסדריקן די מיינונג, אַז פּונקט ווי פאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט דער גרעסטער טייל פון דער אידישער אינטעליגענץ אין מזרח-אייראָפּע נישט אויסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע, דאָס גלייכן האָבן אויך די איינפלוסרייכע און פּרעסטיזשפולע חסידישע רביים אין פּוילן און גאַליציע, אויסגעמיטן דאָס באַטרעטן די אַמעריקאַנער שוועל. בלויז נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן די פּראָמינענטע אדמורי"ם וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, אויסגעקליבן אַמעריקע אַלס זייער וואוין-אָרט.
הערצבערג, אַליין אַ זוהן פון אַ בעלזער חסיד, און וועלכער האָט געפאָרשט די אויסוואַנדערונג פון אידן קיין אַמעריקע, האָט באַטאָנט דעם אונטערשיד צווישן די אויסוואַנדערונג פון פאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה פון געוויסע אידן קיין אַמעריקע, צו דער אויסוואַנדערונג וואָס איז פאָרגעקומען נאָכן חורבן. אויב די אידן וואָס זיינען געקומען קיין אַמעריקע צווישן ביידע וועלט-מלחמות האָבן געצילט און געשטרעבט זיך איינצואָרדענען אין דער אַמעריקאַנער אַטמאָספערע, און האָבן שווער געאַרבעט כדי צו דערמעגלעכן פאַר זייערע קינדער צו גיין שטודירן אין די אוניווערזיטעטן, האָבן אָבער, פון דער צווייטער זייט, די חסידים פון דער שארית הפּליטה, וואָס האָבן אויסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע נאָכן חורבן, אויסגעשלאָסן יעדע מעגלעכקייט פון אַן אַלגעמיינער, וועלטלעכער דערציאונג, און האָבן אנשטאט דעם דווקא געוואָלט, אַז זייערע קינדער זאָלן לערנען אין די חסידישע ישיבות וועלכע זיינען דאַן געגרינדעט געוואָרן.
דער באַרימטער שריפטשטעלער און נאָבעל-פּרייז געווינער אליעזר וויזעל, וועלכער שטאָלצירט מיט זיין אָפּשטאַם פון אַ פאַמיליע פון וויזשניצער חסידים, איז ביי דער מיינונג, אַז דער גרויסער דערפאָלג פון די חסידישע "הויפן" אין ניו יאָרק, און זייער אויסשפּרייטונג וואָס האַלט ווייטער אָן, בלי עין הרע, איז אַ רעזולטאט פון דעם וואָס די רביים וואָס זיינען געקומען קיין אַמעריקע באַלד נאָך דער מלחמה, האָבן אַרויסגעוויזן אַן אָפנקייט כלפּי דעם אַלגעמיינעם אידישן ציבור, און האָבן זיך שטאַרק באַמיט מקרב צו זיין אַנדערע אידן, הויפּטזעכלעך די חורבן-געראַטעוועטע. "זיי (די חסידישע רביים) האָבן נישט 'אויסגעגאָסן' די פּערזענלעכע געפילן פון ביטערניש און צאָרן, וואָס זיי האָבן אַרומגעטראָגן אין זיך אַלס רעזולטאַט פון דעם חורבן, אויפן ציבור אידן וועלכן זיי האָבן באַגעגנט אין אַמעריקע", זאָגט אלי וויזעל.
אין אַ געשפּרעך מיטן שרייבער פון די שורות האָט וויזעל אויפגעקלערט, אַז די פּאָזיטיווע באַציאונג, וואָס די רביים האָבן אַרויסגעוויזן צו די אידן אין אַמעריקע, אויך צו די יעניקע וועלכע זיינען געווען דערווייטערט פון אידישקייט, האָט זיך גענומען אויך אַדאַנק דער אַלגעמיינער שטרעבונג פון דער חסידישער באַוועגונג זינט איר עקזיסטענץ, מקרב צו זיין דעם המון-עם, און אַרויסצואווייזן סימפּאַטיע אויך פאַר די "עם הארצים".
ס'איז געווען נאָך אַ לאָקאַלע דערשיינונג אין די זעכציקער יאָרן, וואָס האָט פיל בייגעשטייערט צו דער באַפעסטיקונג פון דער חסידישער באַוועגונג אין אַמעריקע. אין די זעכציקער יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט, - דאָס הייסט, מיט פערציק יאָר צוריק, - איז די "היפּי" באַוועגונג אין לאַנד, די "קינדער פון די בלומען", געווען אין איר בלי-פּעריאָד, און די טויזנטער אַמעריקאַנער יוגנטלעכע, וועלכע האָבן "באַקליידעט" זייער רעוואָלט קעגן דעם אַלגעמיינעם ציבור, מיט מאָדנע קאָלירפולע קליידער און מיט לאַנגע האָר, האָבן, אומוויסנדיק, געגעבן דעם "הכשר" אויך פאַר דער אויסערלעכער אויסנאַמלעכער דערשיינונג פון די חסידישע אידן, צו טראָגן אַ חסידישן לבוש און צו פירן אַן "אַנדערן" לעבנס-שטייגער ווי דאָס אַלגעמיינע פאָלק אין אַמעריקע. מיט דעם האָבן זיי, אויף אַן אומדירעקטן אופן, פיל פאַרלייכטערט פאַר די רביים דאָס צוציען יונגע אידישע יוגנטלעכע צו זייערע קרייזן. אידישע יוגנטלעכע וואָס האָבן זיך אָנגעשטויסן אין פאַרשידענע געזעלשאַפטלעכע דערשיינונגען אין אַמעריקע, האָבן געפונען אַן אינטערעס און אַ "מקום מקלט" אין חסידות, און אַזוי אַרום האָבן זיי זיך געקענט איינגלידערן אין דער אייגנאַרטיקער חסידישער אַטמאָספערע.
די "דריי גדולים", וואָס האָבן אויפגעשטעלט און באַנייט די חסידישע באַוועגונג אין אַמעריקע, זיינען, יעדער אויף זיין באַזונדערן און אייגנאַרטיקן וועג, געווען גייסטיקע פירער, "משכמם ולמעלה".
דער ליובאַוויטשער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' מנחם מענדל שניאורסאָהן זצ"ל, וועלכער איז געווען פאַררעכנט ווי אַ גרויסער גאון אין תורה און אַן אויסערגעוויינלעכער בקי אין אַלע אונזערע מקורות, האָט מיט זיין פּערזענלעכקייט פאַרקערפּערט אַ זעלטענעם צוזאַמענבונד פון אינערלעכער אַקטיוויטעט, וואָס האָט זיך אויסגעדריקט אין די ריזיקע באַמיאונגען פונעם ליובאַוויטשער רבי'ן צו פאַרשטאַרקן און באַפעסטיקן די רייען פון ליובאַוויטשער חסידות, גלייכצייטיק מיט אַן אומענדלעכער זאָרג פאַר די גייסטיקע געברויכן און באַדערפענישן פון כלל ישראל, - אַן אַריינמישונג וואָס האָט געבראַכט דאָס אויפשטעלן די שלוחים-נעץ, וואָס נעמט היינט אַרום מער ווי פיר טויזנט ליובאַוויטשער חסידים, - אין גרעסטן טייל, יונגעלייטלעך נאָך דער חתונה, וואָס אַרבעטן אומדערמידלעך אין די "בתי חב"ד" וואָס זיינען צעשפּרייט איבער צענדליקער לענדער פון דער וועלט, איינגעשלאָסן די גאָר ווייטסטע, פאַרשטויסנסטע אידישע ישובים אין סיביר אָדער אין די אַזיאַטישע לענדער.
דער סאַטמאַרער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' יואל טייטלבוים זצ"ל, וועלכער איז זיינער-צייט געווען געשעצט אַלס אַ גדול בתורה, אַן עובד ה' און בעל צדקה אויף אַ ברייטן פאַרנעם, האָט זיך באַזונדערס אָפּגעגעבן מיט אָפּהיטן די "אָפּשיידונג" פון דער דרויסנדיקער וועלט, - איינגעשלאָסן דאָס דערווייטערן זיך פון אַלגעמיינעם אידישן ציבור, און אַן אָפּטרייסלונג - אָפט מאָל אויף אַ גאָר שאַרפן אופן - פון רעליגיעזן לאַגער. דער סאַטמאַרער רבי זצ"ל, וועלכער איז געווען גאָר שטאַרק באַליבט אין די אויגן פון זיינע חסידים, האָט זיך אויסגעצייכנט מיט דעם אומדערמידלעכן און עקסטרעמען קאַמף, וואָס ער האָט געפירט קעגן מדינת ישראל, וואָס ווערט אין די סאַטמאַרער קרייזן באַצייכנט ווי "די ציוניסטישע מדינה", און אין וועלכער דער רבי האָט געזען אַ "סעקולערע" דערשיינונג, וואָס באַדראָט די גייסטיקע און פיזישע עקזיסטענץ פון אידישן פאָלק אין צייט פון גלות.
אין שאַרפן קעגנזאַץ צו די דערמאָנטע צוויי צוויי חסידישע רביים פון ליובאַוויטש און סאַטמאַר, - וואָס האָבן אָנגעפירט "ביד רמה" מיט אַגרעסיווע חסידישע באַוועגונגען, און האָבן אַרויסגעוויזן אַן אקטיווע אַריינמישונג אין פאַרשידענע אַקטועלע אידישע עניינים, - האָט דער באָבובער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' שלמה הלברשטאַם זצ"ל, זיך אויסגעצייכנט דווקא מיט זיין אַריסטאָקראַטישער אויפפירונג, און מיט דער אייגנאַרטיקער מעסיקייט, מיט וועלכער ער האָט געפירט זיין חסידישע קהילה. דער באבובער רבי האָט אָפּגעווייכט אויפן שאַרפסטן פאַרנעם פון יעדער מינדסטער מחלוקת, און האָט פאַרמיטן דאָס אַריינמישן זיך אין אינערלעכע שטרייטן און קאַמפן, וואָס זיינען פאָרגעקומען אין רעליגיעזע און חסידישן ציבור, אָדער פון אויסדריקן עפנטלעך זיין מיינונג אין קאָנטראָווערסאַלע פראַגן. דער באָבובער רבי האָט איינגעפּרעדיקט אין זיינע חסידים זיך צו דערווייטערן פון מחלוקת ווי פון פייער, און האָט אָנגעוואָרנט זיינע נאָכפאָלגער נישט צו באַנוצן זיך מיט זיין נאָמען ווען מ'שפּאַרט זיך מיט חסידים פון אַנדערע קרייזן.
דער באָבובער רבי האָט אויסגעמיטן יעדן פאָדים פון מחלוקת, אפילו ווען עס האָט באַרירט זיין פּערזענלעכן כבוד. אין די אויערן פון די עלטערע באָבובער חסידים קלינגען נאָך ביז היינט די ווערטער פון באָבובער רבי'ן זצ"ל וועלכער האָט זיך אַמאָל אויסגעדריקט עפנטלעך, אַז "דער וואָס וועט זיך אָננעמען פאַר מיין כבוד (אין אַ ווערטער-אויסטויש מיט אַ חסיד פון אַן אַנדערן קרייז), וועל איך אים נישט מוחל זיין בזה ובבא".
אין אַ פּאָסט-קאַרטל וואָס דער באָבובער רבי האָט אַמאָל געשיקט צו אַ מקורב אין ניו יאָרק, בעת איינעם פון זיינען באַזוכן אין ישראל, האָט דער באָבובער רבי געשריבן, אַז ער מיידט-אויס צו באַזוכן די שטאָט בני ברק, "צוליב דעם שגעון פון מחלוקת" (וואָס הערשט דאָרט). דער רבי שרייבט צווישן אַנדערן: "הידיעות מהמחלוקת בארצינו הקדושה גוזלים את מנוחתי, כי בשגעון ינהגו וגורמים חילול השם בעולם" - "די באריכטן וועגן די קריגערייען אין הייליקן לאַנד, רויבן ביי מיר אַוועק מיין רו, ווייל זיי פירן זיך מיט משוגעת, און פאַראורזאַכן אַ חילול השם אויף דער וועלט".
אין די זעכציקער און זיבעציקער יאָרן פון פריערדיקן יאָרהונדערט, ווען עס האָט זיך אָנגעפאַנגען דערקענען דער ברייטער וואוקס פון דער חסידישער באַוועגונג אין אַמעריקע, האָט זיך קיינער נישט געקענט פאָרשטעלן, אַז "דער שגעון פון מחלוקת" וועט פאַרוואַנדלט ווערן אין אַ ווירקלעכקייט, און וועט אַרומבושעווען ווי אין אַ שדים-טאַנץ איבער דער חסידישער וועלט, - די וועלט וואָס די דריי רביים פון ליובאַוויטש, סאַטמאַר און באָבוב האָבן אזוי שווער געאַרבעט עס אויפצובויען און באַפעסטיקן אין אַמעריקע.
ביים הויכפּונקט פון זייער אַנטוויקלונג און וואוקס, זיינען די צוויי צענטראַלישע חסידישע באַוועגונגען אין אַמעריקע, - סאַטמאַר און באָבוב, - אַריינגעצויגן געוואָרן אין אינערלעכע ביטערע מחלוקתן און שטרייטן, וואָס האָבן געשאַפן צעשפּליטערטע גרופּעס אין יעדן איינעם פון די צוויי לאַגערן וואָס זיינען געוואָרן פיינטלעך ממש, איינע צו דער צווייטער.
גענוי ווי די קינדער און אָפּשטאַמיקע פון די גרעסטע מאַגנאַטן און מיליאָנערן, וועלכע פאַרשווענקען און פאַרתכלעווען אין זייערע קאַמפן פאַר מאַכט און פּרעסטיזש דאָס ריזיקע פאַרמעגן וואָס זיי ירש'ענען, - האָבן אויך די יורשים פון די בויער און באַנייער פון די חסידישע "הויפן" אין אַמעריקע, זיך אַנטפּלעקט ווי די וואָס פירן זיך אויף מיט גרויסהאַלטעריי כלפּי דער גייסטיקער ירושה וואָס זיי האָבן באַקומען, און זיי ווייזן אַרויס אַ שרעקלעכע גרינגשעצונג ביים פאַרזיכערן די פאָרזעצונג פון דער גרויסער אחריות וואָס ליגט אויף זיי.
די חסידישע הויפן אין ברוקלין זיינען ברייט אַקטיוו. זייערע שוהלן זיינען פול מיט אידן, בלי עין הרע, וואָס דאַוונען און לערנען. די חדרים און ישיבות זיינען איבערפולט מיט תלמידים. אין ברוקלין זיינען אין די לעצטע יאָרן געבויט געוואָרן הערלעכע געביידעס אין דער ווערט פון צענדליקער מיליאָנען דאָלאַרן, וואָס דינען אַלס שוהלן פאַר די רביים און זייערע חסידים.
אָבער אונטער דעם אויסערלעכן אויסזען פון אויפבלי און מאַכט, זיינען די צענטראַלע חסידישע קרייזן אין אַמעריקע פאַרוואַנדלט געוואָרן אין די לעצטע יאָרן אין הויפּט-פּונקטן פון קאַמפן פאַר מאַכט און פּרעסטיזש, וואָס קומען פון די אינערלעכע קרייזן. אָפּגעטיילטע פראַקציעס פון חסידים קריגן זיך אַרום, בעתן אַרויסווייזן אַ שנאה און פיינטשאַפט וואָס דערגרייכט צומאָל אויך פיזישע גוואַלדטאַטן.
אמת, די געשיכטע פון דער חסידישער באַוועגונג, איז "איינגעוועבט" מיט מחלוקתן און שטרייטן צווישן די פאַרשידענע חסידישע הויפן און זייערע רביים, - צווישן זיי, אַזעלכע וואָס זיינען אָנגעגאַנגען לאַנגע יאָרן. אָבער אין דער פאַרגאַנגענהייט זיינען די מחלוקתן אין גרעסטן טייל געווען צוליב אידעאָלאָגישע אורזאַכן, און זיי האָבן זיך אַריינגעריסן צוליב אַ פאַרשידנאַרטיקער אינטערפּרעטאַציע צו געוויסע מנהגים און איינפירונגען אין דער חסידישער מסורה.
בעת אין דער "אַלטער היים" אין אייראָפּע, זיינען די מחלוקתן אָנגעגאַנגען צווישן איין חסידישן "הויף" און דעם צווייטן, אָדער צווישן זייערע חסידים וואָס זיינען געפאָרן צו אַנדערע רביים, זיינען אָבער די "הויפן" זעלבסט געווען פאַראייניקט און אַרומגענומען מיט אַן אינערלעכער שטרענגער זעלבסט-דיסציפּלין. היינט, אָבער, גייען-אָן די קריגערייען און שטרייטן צווישן די שפּליטערונגען און אָפּטיילונגען אין די חסידישע "הויפן" זעלבסט, און די אינערלעכע קאַמפן ווערן געפירט דורך מענטשן וואָס רעוואָלטירן קעגן דעם רבי'ן, צו וועמען זייערע עלטערן זיינען געווען געטריי פאַרבונדן און האָבן זיך געוואַרימט ביי זיין ליכט.
נאָך ערגער, די היינטיקע שטרייטן זיינען לכתחילה געשאַפן געוואָרן, און ווערן פאָרגעזעצט צוליב אורזאַכן וואָס האָבן קיין שום פאַרבינדונג נישט מיט דער אידאָלאָגיע אָדער מיט דער אַלטער מסורה און ווערטן. עס האַנדלט זיך אין מלחמות איבער מאַכט און איינפלוס, איבער כבוד און פּרעסטיזש, - און, הויפּטזעכלעך, קריגט מען זיך צוליב דעם שטאַרקן באַגער צו באַהערשן די ריזיקע אינסטיטוציעס און מוסדות, און די קאָלאָסאַלע פאָנדן וואָס זיי ברענגען אַריין.
"מ'קען נישט איבערטרייבן", - באַקלאָגן זיך אין פּריוואַטע געשפּרעכן, עסקנים אין די חסידישע קרייזן, "די באַשולדיקונגען און קללות, באַגלייט פון דעם וואָס מ'זוכט בלויז אונטערצוגראָבן איינער דעם אַנדערן, מיטן ציל 'אויפצוטרייסלען" די אויטאָריטעט פון די רביים, וואָס קומען היינט פאָר אינערהאַלב די צוויי גרויסע חסידישע קרייזן אין אַמעריקע, האָבן אָנגענומען דעם פאָרם פון אַ קאָשמאַר".
אַ באַקאַנטער חסידישער רב אין ברוקלין האָט מיר געזאָגט אין אַ געשפּרעך, "די אַטמאָספערע פון קריגערייען און אונטערגראָבונגען, וואָס האָט זיך לעצטנס געשטאַרקט אין די קרייזן פון סאַטמאַר און באָבוב, האָבן 'ארויסגעלאָזט' צעשטערערישע ענערגישע קראַפטן, וואָס אונזערע עלטערן האָבן זיך אַזוינס קיינמאָל נישט פאָרגעשטעלט".
די ערשטע שפּאַלטן אין דער אינערלעכער מויער און דיסציפּלין אין סאַטמאַר, האָבן זיך אָנגעזען באַלד נאָך דער פּטירה פונעם סאַטמאַרער רבי'ן ר' יואל טייטלבוים זצ"ל, מחבר פון ספר "דברי יואל" און "ויואל משה". זיין אָרט אין דער פירערשאַפט פון דער גרויסער חסידישער אימפּעריע האָט איבערגענומען זיין ברודערס זון, כ"ק אדמו"ר ר' משה טייטלבוים זצ"ל. די אלמנה פונעם בעל "דברי יואל" האָט אָבער געטענהט, אַז דער פּלימעניק איז נישט אין דער פּאָזיציע צו זיין ראוי איבערצונעמען אַזאַ גרויסע גייסטיקע ירושה וואָס איר מאַן האָט איבערגעלאָזט, און אַרום איר האָט זיך פאַרזאַמלט אַ גרויסע גרופּע פון חסידים, וואָס האָבן נישט געוואָלט אָננעמען די אויטאריטעט פון סאַטמאַרער רבי'ן ר' משה טייטלבוים.
די הויפּט-מחלוקת אין סאַטמאַרער "הויף" האָט אָבער אויסגעבראָכן מיט אַ יאָר צוריק, אין אַפּריל 2006, ווען דער סאַטמאַרער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' משה טייטלבוים זצ"ל, איז נפטר געוואָרן. דער רבי, באַקאַנט אין די סאַטמאַרער קרייזן אַלס "דער ברך משה", אויפן נאָמען פון זיין ספר על התורה ומועדים וואָס ער האָט פאַרפאַסט, האָט איבערגענומען די פירערשאַפט פון סאַטמאַרער חסידות שוין אין עלטער קרוב צו זיבעציק יאָר, און און איז געווען קראַנק און שוואַך. אין פאַרגלייך צו זיין גרויסן פעטער, האָט ער זיך נישט אויסגעצייכנט מיט באַזונדערע פירערשאַפט-פעאיקייטן (מעגלעך צוליב דעם, וואָס ער איז געוואָרן אַ יתום פון זיין גרויסן פאָטער, דער סיגעטער רבי בעל "עצי חיים" זצ"ל, ווען ער איז געווען בלויז עלף יאָר אַלט). דער "ברך משה" האָט איבערגעלאָזט פיר זין: דער בכור, ר' אהרן; ר' ליפּא; ר' זלמן לייב, און ר' שלום אליעזר.
נאָך ביים לעבן פון זייער פאָטער האָט מען שוין געזען די "ירושה-מלחמה" צווישן דעם בכור, ר' אהרן טייטלבוים, 55 יאָר אַלט, און דעם אינגערן זון, ר' זלמן-לייב (זיין לשון-קודשדיקער נאמען איז יקותיאל יהודה), פופציק יאָר אַלט. די חסידים פון ר' זלמן-לייב זאָגן, אַז אין די לעצטע יאָרן האָט זיין פאָטער אַרויסגעוויזן אַ ספּעציעלע ליבשאַפט צו ר' זלמן-לייבן, און מ'האָט קלאָר געזען אַז ער ציט-פאָר ר' זלמן-לייבן צו זיין דער "יורש" און פירער פון סאַטמאַרער חסידות נאָך זיין פּטירה. זיי האָבן נאָך דער פּטירה פונעם רבי'ן אַפילו אַרויסגענומען אַ "צוואה" מיט עדים וואָס האָבן געזאָגט אַז זיי האָבן געזען דעם רבי'ן אונטערשרייבן אויף דער צוואה, אין יאָר תשס"ב (2002).
דאַקעגן דער עלטערער ברודער, דער בכור ר' אהרן, איז אַ שטאַרקע און כאַריזמאַטישע פּערזענלעכקייט, און אויך זיינע קעגנער זיינען מודה אַז ער איז באַשאָנקען מיט פעאיקייטן פון אַ פירער. ר' אהרן איז אַ גרויסער למדן און באַגאַבטער רעדנער, וועלכער קען האַלטן זיינע נאָכפאָלגער געשפּאַנט לאַנגע שטונדן. זיינע חסידים זאָגן, אַז דער פאָטער, אדמו"ר ר' משה זצ"ל, האָט אויסגעדריקט פאַר עדים זיין רצון אַז זיין בכור זאָל איבערנעמען די פירערשאַפט פון חסידות סאַטמאַר נאָך זיין פּטירה.
ר' אהרנ'ס פרוי, רביצין סאָשע טייטלבוים, איז אַ טאָכטער פונעם וויזשניצער רבי'ן אין בני-ברק, כ"ק אדמו"ר ר' משה האַגער שליט"א, און זי רעדט אַ פליסיקן העברעאיש, - אַ זאַך וואָס גיט נישט צו קיין "פּאָינטס", ווי מ'זאָגט אויף ענגליש, - מילד גערעדט - פאַר איר מאַן ר' אהרן, אין די אויגן פון די סאַטמאַרער חסידים וואָס זיינען דערצויגן געוואָרן אויף דער אידאָלאָגיע פון אומבויגזאַמער פיינטשאַפט צו מדינת ישראל.
ר' זלמן-לייב ווערט באַצייכנט אַלס אַ "נעים הליכות", אַן איידעלער און פריינטלעכער מענטש. ער איז דער פירער פון דער צענטראַלער סאַטמאַרער קהילה אין וויליאַמסבורג, די געגנט וואָס איז שוין העכער פופציק יאָר די צענטראַלע פון דער ריזיקער סאַטמאַרער באַוועגונג און אירע מוסדות. דאַקעגן ר' אהרן, דער בכור, דינט רב און רבי אין קרית יואל, דאָס שטעטל (וואָס היינט קען מען עס באַצייכענען אַלס אַ שטאָט, מיט עטלעכע טויזנט פאַמיליעס, - דער "ווילעדזש" פון קרית יואל איז דער זעקסטער גרעסטער "ווילעדזש" אין ניו יאָרק!) וואָס דער ערשטער סאַטמאַרער רבי, אדמו"ר ר' יואל זצ"ל, האָט געגרינדעט אין מאָנראָו, 65 מייל צו צפון פון ניו-יאָרק סיטי, אין די קעטסקיל-בערג. ר' אהרן וואוינט אין מאָנראָו שוין העכער 25 יאָר, און איז דאָרט אויפגענומען געוואָרן אַלס מרא דאתרא לויטן ווילן און שטיצע פון זיין פאָטער. ער שטייט דאָרט אויך אין שפּיץ פון דער ישיבה "תורה ויראה", וואו עס לערנען אַכט הונדערט בחורים. טראָץ דעם געאָגראַפישן מרחק צווישן ביידע סאַטמאַרער לאַגערן, קומען-פאָר שווערע קאַמפן און קריגערייען צווישן ביידע שטרעמונגען, אַגלייט מיט פאַרשידענע אַקטן וואָס פאַרשעמען אָפט מאָל ביידע ברידער-רביים.
אַזוי, צום ביישפּיל, זיינען אַלס רעזולטאַט פון דער צעשפּליטערונג אין סאַטמאַר, אַרויסגענומען געוואָרן צוויי און אַ האַלב טויזנט (!) קינדער פון די סאַטמאַרער מוסדות אין וויליאַמסבורג וואָס שטייען איצט אונטער דער פירערשאַפט פון רבי'ן ר' זלמן-לייב, און זיינען איינגעשריבן געוואָרן דורך זייערע עלטערן, אין ניי-אויפגעשטעלטע מוסדות וואָס דער רבי ר' אהרן האָט אויפגעשטעלט אין וויליאַמסבורג, אויך אונטערן נאָמען פון סאַטמאַר. דער ריס אין סאַטמאַר האָט אויך דערפירט צו דער גרינדונג פון אַ נייעם ריזיקן וואָכן-בלאַט וואָס ווערט אַרויסגעגעבן דורך די מענטשן פון ר' אהרן, מיטן נאָמען "דער בלאַט", צו דינען אַלס קעגן-ווירקונג צו דער לאַנגיאָריקער סאַטמאַרער וואָכנצייטונג "דער איד", אַן אָרגאַן אויף אַ גרויסן פאַרנעם, - וואָס אַנטהאַלט כמעט וועכנטלעך נאָענט צו 150 זייטן - וואָס איז געבליבן געטריי דעם לאַגער פון ר' זלמן-לייב, און דינט זייערע אינטערעסן. דער אייגנטימער פונעם "איד" איז ר' משה פריעדמאַן, לאַנגיאָריקער גבאי פון סאַטמאַרער רבי'ן בעל "ברך משה" זצ"ל, און איצט דער גבאי פון אדמו"ר ר' זלמן-לייב.
בעת דער ריס אין סאַטמאַר האָט דערוועקט די אויפמערקזאַמקייט אין דער ברייטער גאַס, און אַפילו אַזאַ פּרעסטיזשפולע צייטונג ווי די "ניו יאָרק טיימס" האָט עטלעכע מאָל באַריכטעט איבער די שטרייטן צווישן די צוויי טייטלבוים-ברידער, - האָט דער שפּליטער אין באָבובער חסידישן הויף, כמעט נישט אַרויסגערופן קיין ספּעציעלן אינטערעס, אויסער די גרעניצן פון באָבוב און אירע אָנהענגער.
לויט יודעי-דבר, אָבער, איז די מחלוקת אין באָבובער חסידות באַגלייט מיט שענדלעכע דערשיינונגען. אין אָנבליק פון דעם גוטן נאָמען וואָס באָבוב האָט זיך דערוואָרבן אַלס מעסיקער און אַריסטאָקראַטישער "הויף", - ווערט די צעטיילונג וואָס איז אַנטשטאַנען אין באָבוב אין די לעצטע צייטן, באַטראַכט דורך פילע ווי אַ גאָר טרויעריקע און טראַגישע דערשיינונג.
ווען דער לעצטער באָבובער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' נפתלי-צבי הלברשטאַם זצ"ל, - דער בכור פונעם באָבובער רבי'ן כ"ק אדמו"ר ר' שלמה זצ"ל - איז נפטר געוואָרן מיט צוויי יאָר צוריק, י"ב אדר תשס"ה, איז אויף זיין אָרט געקרוינט געוואָרן - ווי אַ נאַטירלעכע זאַך וואָס איז געוואָרן אָנגענומען דורך דעם גרעסטן טייל באָבובער חסידים, - זיין אינגערער ברודער, כ"ק אדמו"ר ר' בן ציון אריה לייבוש הלברשטאַם שליט"א, - אַ באַליבטע און געשעצטע פּערזענלעכקייט, וואָס זיין פּרעסטיזש איז, אין אַ גרויסער מאָס, אויך צוליב דעם וואָס ער איז אַ זון (בזיווג שני) פונעם אַלטן באָבובער רבי'ן ר' שלמה זצ"ל, וועלכער האָט איבערגעבויט די חורבות פון באָבוב אויפן אַמעריקאַנער באָדן.
אויף אַן איבערראַשנדן אופן איז אָבער דער איידעם פון כ"ק אדמו"ר ר' נפתלי צבי זצ"ל, הרב ר' מרדכי דוד אונגאַר (וועלכער איז, אגב, דער אינגערער פון צוויי איידעמער), אַרויסגעקומען מיט אַן אייגענער פראַקציע וואָס האָט אים געקרוינט אַלס רבי, נישט וועלנדיק אונטערוואַרפן זיך די אויטאָריטעט פון זיין פעטער, און האָט זיך דערקלערט אַלס "יורש" פון זיין שווער ר' נפתלי זצ"ל וואָס איז דעריבער ראוי צו זיין דער פירער פון באָבובער חסידות. אַדאַנק דעם וואָס ר' מרדכי-דוד איז אין די לעצטע יאָרן געווען איינער פון די ראשי הישיבה אין דער מתיבתא פון באָבוב אין באָראָ פּאַרק, האָט ער זיך דערוואָרבן אָנהענגער צווישן אַ טייל די בחורים און יונגעלייטלעך פון באָבוב. דאַקעגן צווישן די מיטליעריקע און עלטערע חסידים פון באָבוב, איז די איבערוועגנדע מערהייט אויף דער זייט פון ר' בן-ציון, אין וועמען זיי זעען דעם נאַטירלעכן יורש און נאָכפאָלגער פון זיינע עלטערן און אור-עלטערן, די באָבובער רביים.
די חסידים פון ר' בן-ציון זאָגן, אַז זיין פאָטער, כ"ק אדמו"ר ר' שלמה זצ"ל, האָט קלאָר אויסגעדריקט זיין ווילן עטלעכע מאָל, - אין דער קעגנוואַרט פון באַגלויבע עדות וועלכע לעבן נאָך היינט, - אַז ער וויל אַז בלויז זיינע צוויי זין זאָלן איבערנעמען זיין אָרט אַלס פירער פון באָבובער חסידות, און נישט די איידעמער. לויט זייער מיינונג, איז דעריבער הרב אונגאַר נישט מער ווי אַ "מורד" און אַ "בעל מחלוקת", וואָס באַשמוצט דעם לאַנגיאָריקן הערלעכן פּרעסטיזשפולן מעמד פון באָבובער חסידות. באַזונדערס אין אָנבליק פון דעם וואָס נאָך ביי דער לויה פון רבי'ן ר' שלמה זצ"ל, איז זיין בכור ר' נפתלי צבי געקרוינט געוואָרן אַלס באָבובער רב און רבי, און דער אינגערער זוהן ר' בן-ציון איז אויפגענומען געוואָרן אַלס "רב הצעיר", דער "יונגער רב" פון דער קהילה, מיט דער בפירושער צושטימונג פון זיין ברודער, דער ניי-געקרוינטער באבובער רבי ר' נפתלי-צבי, וואָס איז געווען באַקאַנט אין ברייטע חסידישע קרייזן אַלס "רבי נפתלי'טשע".
צווישן באָבובער חסידים קורסירן געשיכטעס פון אַ שטאַרקן דרוק, און פון דראָאונגען וואָס די מענטשן פון הרב אונגאַר האָבן אויסגעאיבט אויף בחורים און יונגעלייט, צו "אַנטלויפן" פון ר' בן-ציונ'ס קרייז און זיך אָנצושליסן אין דער פראַקציע פון ר' מרדכי דוד. "עס רעדט זיך ממש וועגן גוואַלדטאַטן און איבערפאַלן", האָט לעצטנס דערציילט אַן אַלטער באָבובער חסיד. די ירושה-פראַגע אין באָבוב געפינט זיך איצט ביי אַ בית דין פון פינף רבנים, אויף וועלכע ביידע צדדים האָבן אונטערגעשריבן "שטרי בירורין", וועגן דער בעלות איבער די באבובער מוסדות און אינסטיטוציעס.
לעצטנס האָבן די חסידים פון הרב ר' מרדכי דוד אונגאַר אָפּגעקויפט די פּרעכטיקע געביידע פונעם געוועזענעם רעפאָרם-טעמפּל "עמנואל", וואָס געפינט זיך אויף 14טע עוועניו און 49סטע גאַס, אויף דער סומע פון 14 מיליאָן דאָלאַר. די אַלטע געביידע איז אַראָפּגעוואָרפן געוואָרן, און לויטן פּלאַן וועט דאָרט געבויט ווערן אַ נייער גרויסער בית המדרש, וואָס וועט דינען אַלס הויפּט-צענטער פון חסידות אונטער דער פירערשאַפט פון הרב אונגאַר.
די ליובאַוויטשער חסידישע באַוועגונג איז "געשוינט" געוואָרן פון אַ ירושה-קאַמף. נאָך דער פּטירה פון ליובאַוויטשער רבי'ן, כ"ק אדמו"ר ר' מנחם מענדל שניאורסאָהן זצ"ל, אין יאָר 1994 (ג' תמוז תשנ"ד), איז נישט געקרוינט געוואָרן אַ נאָכפאָלגער אַלס ליובאַוויטשער רבי. די פאַרערונג פון די טויזנטער חסידים צו זייער רבי'ן איז אַזוי גרויס, אַז עס איז קיינעם נישט בייגעפאַלן אויפן געדאַנק אַז עס איז בכלל בנמצא אויף דער וועלט אַ מענטש וואָס קען אויספילן דעם ליידיקן חלל וואָס האָט זיך געשאַפן מיטן רבינ'ס הסתלקות.
אין חב"ד איז יאָ פאָרגעקומען אַ שטרייט צווישן "משיחיסטן", וועלכע גלויבן אַז מען דאַרף מפרסם זיין אַז דער רבי איז דער מלך המשיח וועלכער וועט קומען אויסלייזן דאָס אידיש פאָלק פון גלות, און די "אַנטי משיחיסטן". לכתחילה האָט מען געמיינט אַז דער מחלוקת וועט צעשפּליטערן ליובאַוויטש, אָבער ווי עס ווייזט אויס, האָבן די שאַרפע חילוקי דיעות, סיי אין אַמעריקע און סיי אין ישראל, נישט צוריסן ליובאַוויטש אויף צוויי מחנות. די גאָר שאַרפע עקסטרעמיסטן אין חב"ד וועלכע האָבן מפרסם געווען גאָר משונהדיקע ציטאַטן וועגן דעם רבי'ן זיינען אַ מיעוטא דמיעוטא.
אין דער אָפּוועזנהייט פון אַ מנהיג, האָט ליובאַוויטש פאַרלוירן איר פּאָזיציע ווי אַ צענטראַלער גייסטיקער כוח וואָס זאָל קענען באַאיינפלוסן די חסידיש-חרדישע וועלט. די חב"ד-באַוועגונג איז אָבער אין די לעצטע יאָרן פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מאַכטפולער אָרגאַניזאַציאָנעלער קראַפט, וואָס אירע טויזנטער שלוחים, וועלכע אַרבעטן אין איר נאָמען און אונטער אירע פליגל, שטעלן-פאָר און פאַרשפּרייטן געטריי די ליובאַוויטשער לערע און אידעאָלאָגיע איבער דער וועלט.
|