|
|
| נשלח ב-25/5/2007 22:54 |
|
| |
איז אמת אז פינקל (שבח פלייש) האט פארקויפט בשר טריפה?
אין א שמועס מיט מיינס א חבר לגבי די פינקל מעשה, האט זיך
מיין חבר אנגערופן אז ער האלט אז די גאנצע מעשה א קעגן פינקל איז נאר
געווען א בליט בלבול אויף אים און די טריפה'נע פלייש וואס מען האט געטראפן
ביי אים איז געווען אינטערגעלייגט. איך פארשטייט זיך האב עס אוועק
געמאכט, איך האב אים געזאגט אז ער איז נישט בעסער פון די וואס לייקענען די
האלאקאסט און ער איז א גוטע פאר מיט די וואס האלטן אז 9/11 האט בוש
אינטערגעשטעלט. איך האב אים געזאגט אז אויב עס וואלט ווען געווען נישט
אמת וואלט פינקל זיך נישט געלאזט און ער וואלט עס געלייקנט, האט ער מיר
געענטפערט אז ער האט געזען אז אלע זענען א קעגן אים און מען וועט אים
במילא נישט גלייבן איז האט ער נישט געהאט א ברירה און ער האט געמוזט
בלייבן שטיל, בקיצור איך האב זיך געטענה'עט מיט אים און ער איז געבליב ביי זיינס און איך בין געבליבן מיט מיינס. מיט
וועמען זענען ענק? האלטן ענק אז די גאנצע מעשה מיט פינקל אז ער האט
פארקויפט טריפה'נע פלייש איז אמת, אדער האט מען סתם אים גוט צוגעפיקסט? ביטע ענטפערן
אויב האלט איר אז ער האט פארקויפט טריפה'נע פלייש ביטע ענטפערן, יא אויב האלט איר אז ער האט נישט פארקויפט טריפה'נע פלייש און עס איז נאר א בלוט בלבול ביטע ענטפערן, ניין אויב זענט איר מסופק אין דעם ביטע ענטפערן, אפשר
ביטע ענטפערן נאר ביי די לינק כדי עס זאל גערינגער זיין צו זען די תוצאות http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2213219
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2007 03:21 |
|
| |
ער טענה'עט אז הצלחה גראסערי און קרית יואל פלייש האבן אים נישט ליב געהאט און זיי פלעיגן האבן דין תורה'עס און כדי פטור צו ווערן פון אים האבן זיי אים עס געטיען.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2007 01:08 |
|
| |
כ'שעם זיך צו שרייבן אין אזא אשכול, אבער מכיוון דאתאן לידי, אשדיה ביה נרגא.
וואס זענען די אינטערעסן פון די אונטערלייגער'ס לשיטתו פון דיין חבר???
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2007 18:40 |
|
| |
פון דא און דארט איך ווארט אויף דיין VOTE אין מיין פורום
ווען איך האב אים געזאגט אז איך גיי עס ארויף לייגן אויף הייד פארק האט ער מיר געזאגט אז איך וועל זעין אז עס וועלן זיין נאך מענטשן וואס וועלן האלטן ווי אים, נא איז דא איינער וואס גוט אים גערעכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2007 16:23 |
|
| |
כל הכבוד הצלה, איך פארגין דיר מיטן גאנצען הארץ, שיינע ארבעט.
איך האב נאר מסביר געווען די מאטיוו פין דעם אשכול.
צי דיין חבר וואס איז כמעט זיכער אז די מעשה מיט פינקל איז נאר א בלבול וויל איך פרעגן :
ווי אזוי גייסטו זיין אינגאנצען זיכער אז עס איז א בלבול ?
ווי אזוי גייסטו זיין אינגאנצען זיכער אז עס איז נישט קיין בלבול ?
תוקן על ידי findodort ב- 28/05/2007 16:21:22
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2007 05:03 |
|
| |
פון דא און דארט איך גלייב אז די מעשה מיט פינקל איז אמת לאמיתו, נאר איך האב זיך געטענה'עט מיט איינעם און ער זאגט אז ער איז כמעט זיכער אז די מעשה מיט פינקל איז נאר א בלבול, האב איך געוואלט זען צו עס איז דא נאך מענטשן וואס האלטן ווי אים. און דאס וואס די שרייבסט אז איך האב עס געטוען צו עדווערטייזן מיין סייט, לאמיר זאגן אז די ביסט גערעכט, די פארגינסט מיר נישט? קענסט אויך עפענען איינס, אויב עס וועט זיין אינטערסאנט וועל איך קומען וויזיטן דארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2007 04:12 |
|
| |
איך גלייב נישט אז הצלה גלייבט פאר איין מעניט אז דאס איז א האקס עס איז סך הכל א פלאג פאר זיין סייט.
א פרשה ווי פינקעל וואלט קיין חסיד אויך נישט געקענט אראפ ווישען.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2007 03:47 |
|
| |
דעליוזער
גוט גע'ענפערט קולע אל השארה,
איך האלט אז די שבח פרשה טאר מען נישט פארגעסן, אין מען דארף עס האלטן פאר די אויגן, צי ווי ווייט מען קען ח"ו אנקימען
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2007 01:40 |
|
| |
From WikiPedia.com
Clinical psychology
For relatively rare individuals, an obsessive compulsion to believe, prove or re-tell a conspiracy theory may indicate one or more of several well-understood psychological conditions, and other hypothetical ones: paranoia, denial, schizophrenia, mean world syndrome.[17]
Examples of common conspiracy theories
-
-
-
The New World Order, a conspiracy theory in which a powerful and secretive group plans to or does in fact rule the world through a one-world government.
-
-
-
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2007 07:06 |
|
| |
איך האב נישט קיין באווייז, און מען האט נישט געהערט גארנישט פון פינקעלס זייט, אבער עס איז שווער צו גלייבן אז עס איז נישט אמת מחמת די אלע רבנים וואס זיינען פארמישט געווען אין דעם,
איין זאך איז אבער זיכער אמת אז טאמער וואלט ער געווען א היימישער איד וואלט ער פארשטאנען בעסער ווי אזוי זיך ארויסצודרייען, און אויך ווי צו טרעפען נייע רבנים זאל אים געבען א הכשר.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|