לויט וויפיל
איך בין נאכגעגאנגען איז אין וויליאמסבורג, דער געוועזענער עיר מלאה חכמים וסופרים
נאך קיינמאל נישט געווען עס זאלן זיך צונויפזעצן די רבני העיר און דן זיין מיט אן
ערנסטקייט די פראבלעמען פון שטאט און הלכה'דיגע שאלות וואס מאכן זיך מזמן לזמן.
ווען עס האט
יא פאסירט אז מען האט זיך צוזאמגענומען האט מען נאך פון פריער געוואוסט וואס דער
אויספיר וועט זיין און וואס עס וועט פון דארט ארויסקומען. מען האט דאס קלאר געקענט
וויסן פון אנהייב, און דער אסיפה איז בלויז געווען א שפיל.
א דוגמא קען
מען נעמען די אסיפה ווען מען האט מכלומר'שט דן געווען דעם עירוב, און עס איז
געווען א ביטערער ליצנות דער גאנצער דיון, ווען א צאל רבנים וואס האבן געהאט ספיקות
איבער די שרעקליכע עוולה פון מקיים זיין מצוות עירוב, און האבן דאס געווען
ארויפברענגען אויפן טיש, האט מען זיי נישט געלאזט און מען האט זיי אפילו פארשעמט.
און נישט אז
דאס איז א נייע זאך, נאר אויך פריער האט מען אזוי געטוהן אין וויליאמסבורג, און
דאס איז נאך איינע פון די זאכן מיט וואס מען שטאלצירט נאך. ואכמ"ל. (איך האב
געהערט נאכזאגן בשם איינעם פון די ערנסטע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן אז מען זאל
האלטן שיטת רבינו תם פון צוויי און זיבעציג האט חרטה געהאט וואס ער האט זיך אזוי
שיין געלאזט צורעדן. זענען די חתימות דאן געווען אזוי ריכטיג ווי די היינטיגע?).
לאמיר קומען
צום ווארט.
עס קורסירן שמועות אז עס גייען זיך אראפזעצן די
רבנים פון ביידע זייטן, די וואס האלטן אז עס ברויך זיין אן עירוב אין
וויליאמסבורג, און די וואס קלערן פארקערט, און מען גייט ענדליך דן זיין כדת מה
לעשות, איז דער עירוב אויסגעהאלטן אדער נישט?
אויב איז דאס אמת
איז עס א דורכברוך וואס האט נאכנישט פאסירט אין וויליאמסבורג, און עס דארף
דערפרייען דאס הארץ פון יעדן ערליכן איד, אז ענדליך הערט מען שוין א צווייטן
מיינונג אין וויליאמסבורג, און עס איז א קלארער סימן אז דער באבל וואס נעמט ארום
וויליאמסבורג האט שוין באקומען ערנסטע לעכער און אויך אנדערע אידן מיט אנדערע
מיינונגען וועלן עס שוין קענען ארויסברענגען נאך אזויפיל יארן פון שענדליכע
אונטערדרוקונגען.
עס איז צום
האפן אז די קלאנגען זענען ריכטיגע און זאל דער בורא העלפן מען שוין צוקומען צום
דרך האמת. אכי"ר.