בית פורומים כל העולם כולו

יואליש קרויס דער "קמב"ץ פון דער עדה החרדית באַוועגונג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/5/2007 15:04 לינק ישיר 
יואליש קרויס דער "קמב"ץ פון דער עדה החרדית באַוועגונג

http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=3460

יואליש קעגן מדינת ישראל
דער ראש ישיבה האָט אים אַרויסגעוואָרפן פון ישיבה און ער איז געוואָרן דער "גענעראַל" פון ניטורי קרתא
 

יואל קרויס האָט דעם לעצטן "יום העצמאות" אָנגעטאָן אַ זאַק, געפאַסט און געטרויערט אויף "די רשעותדיקע אַקטן פונעם ציוניזם". שבת נעמט ער צו זיך אינדערהיים אַ גרופּע טוריסטן, ער קלערט זיי אויף פאַרוואָס ער קויפט נישט קיין מילך פון דער מילך-פירמע "תנובה", און פאַרוואָס מדינת ישראל איז ערגער ווי חורבן אייראָפּע. "די דייטשן האָבן דערמאָרדעט די קערפּערס; די ציוניסטן האָבן דערמאָרדעט די נשמות". צו זיינע אורחים דעקט ער אויף די זאַמלונג פון צענדליקער טויזנטער פּאַשקווילן, וואָס ליגט באַהאַלטן אונטער זיין היים. אינצווישן וועט ער אפשר אָרגאַניזירן נאָך דעמאָנסטראַציעס צו פאַרמיידן אַרכעאָלאָגישע גראָבונגען. דער סדר-היום פון דעם אַממערסטן אַנטי-ציוניסטישן אַקטיוויסט.

@ פון שי דורון

"אפילו אויב איך וועל דינען ה' אייר אַלס סנדק אויפן ברית מילה פון מיין זון, וועל איך טרויערן און זאָגן תחנון, און לייענען אין דער תורה די פּסוקים וואָס מ'לייענט אין תשעה באב", זאָגט יואל קרויס, וועלכער איז געקרוינט געוואָרן ווי דער "קמב"ץ" ("קצין מבצעים"), דער הויפּט-אָפיציר פון די קאַמפּיינס פון דער עדה החרדית באַוועגונג אין ירושלים.

"ה' אייר צייכנט-אָפּ דעם גרעסטן אומגליק וואָס האָט פּאַסירט צום אידישן פאָלק, נאָך גרעסער ווי דער חורבן פון אידישן פאָלק אין אייראָפּע, אָדער ווי דער חורבן בית המקדש", זאָגט יואל קרויס.

יואל קרויס אָנערקענט נישט מדינת ישראל. צוליב אידעאָלאָגישע אורזאַכן, פאַרמאָגט ער נישט קיין אידענטיטעט-קאַרטל ("תעודת זהות"). זיין פרוי, מרים, האָט פאַרמאָגט אַזאַ "תעודת זהות" אין איר יוגנט, אָבער זינט זי האָט געהייראַט מיט יואל קרויס, האָט זי עס ניט באַנייט, און דערפאַר איז איר נאָמען פאַרצייכנט אינעם אינערן-מיניסטעריום אויף נאָמען וואָס זי האָט געהייסן פאַר דער חתונה, און זי איז אידענטיפיצירט אַלס אַ "סינגל" מאַמע פאַר זייערע צען קינדער...

יואל קרויס זעלבסט איז אַ דיאַטרישאַן (אַ "צמחוני" אויף העברעאיש), צוליב כשרות-סיבות. ער פירט אָבער אָן מיט אַ שעכט-הויז פאַר עופות, וואָס איז כשר למהדרין מן המהדרין. דער שעכט-הויז געפינט זיך אין האַרץ פון דער מאה שערים געגנט אין ירושלים. ער באַקט אַליין אָפּ דאָס ברויט פאַר זיין פאַמיליע. אייער קויפט ער נאָר אין פּריוואַטע פאַרמס, און דאָס זעלבע מיט מילך, כדי אויסצומיידן די פּראָדוקטן פון דער ריזיקער מילך-פאַבריק "תנובה", וואָס באַלאַנגט צו דער "ציוניסטישער מדינה". אפילו אויל קויפט ער נישט, נאָר ער פּראָדוצירט עס אַליין, צוליב דעם חשש, אַז עס האָבן זיך "אַריינגעכאַפּט" אינעם אויל "פרעמדע" פּראָדוקטן.

די שוועל פון אַן אויטאָבוס פון דער "אגד"-פירמע האָט ער קיינמאָל נישט באַטראָטן, צוליב דעם חילול שבת פון דער פירמע. ער גיט זיך אַן עצה צופוס, און אין עמוירדזשענסי-פאַלן באַנוצט ער זיך מיט טאַקסיס, וואָס ווערן געפירט דורך נישט-אידישע דרייווערס...

די קנאותדיקע "נטורי קרתא" האָט במשך אַלע יאָרן אַרויסגעגעבן אַטראַקטיווע און צוציענדע געשטאַלטן, וואָס זיינען געוואָרן ברייט באַקאַנט ביים ברייטן פּובליקום. אין די ערשטע צייטן פון דער מדינה, איז דאָס געווען דער לעגענדאַרער הרב ר' עמרם בלוי זצ"ל, וועלכער האָט געקעמפט מיט מסירות נפש פאַר שמירת שבת אין ארץ-ישראל. שפּעטער איז באַקאַנט געוואָרן דער מאָדנער ר' משה הירש, וועלכער איז נאָכגעלאָפן יאַסיר אַראַפאַטן ימ"ש. אגב, זיין זון, וואוינט היינט העכער דער וואוינוג פון יואל קרויס אין "מאה שערים".

ווען עס האָט זיך אָפּגעטאָן דער חן פון משה הירש, האָט אויפגעשיינט דער שטערן פון דעם יונגען יהודה משי-זהב, וועלכער איז געווען דער 'קמבץ"' ("קצין מבצעים") פון דער עדה החרדית. אָבער משי-זהב איז, ווי מען זאָגט, "קאַליע געוואָרן", אַדאַנק זיין אַקטיוויטעט אין 'זק"א' ("זיהוי קרבנות אסון"), וואָס גיט זיך אָפּ מיט דערקענען און צוזאַמעננעמען קערפּערס פון אומגעקומענע אין באָמבע-אויפרייסן אָדער אויטאָ-קאַטאַסטראָפעס, רחמנא ליצלן. יהודה משי-זהב, טענהן די ניטורי קרתאניקס, האָט זיך אָנגעשלאָסן אין די רייען פונעם "ציוניסטישן פיינט", און האָט אַפילו אָנגעצונדן, מיט עטלעכע יאָר צוריק, אַ פאַקל אויפן הר הערצל "לתפארת מדינת ישראל". ער איז אַרויסגעוואָרפן געוואָרן פון דער עדה החרדית, און איצט באַפעסטיקט זיך יואל קרויס ווי דער נייער כאַריזאַמטישער אָנפירער פון דער גרופּע.

אין אָנהויב האָט מען באַצייכנט יואל קרויס אַלס אַ "זעלבסט-געקרוינטער" פירער, אָבער נאָך דעם ווי ער האָט אָנגעפירט די קאַמפן קעגן די אַרכעאָלאָגישע גראָבונגען, איז ער פאַרוואַנדלט געוואָרן אין דעם "קצין מבצעים", און די געשעענישן אַרום דעם מאַרש וואָס די האָמאָסעקסואַלן האָבן געוואָלט דורכפירן אין דער הייליקער שטאָט ירושלים, האָבן אויפגעהויבן קרויסן צום ראַנג פון "הויפּט פון גענעראַל-שטאַב" פון דער "נטורי קרתא". דער אַממערסטן פאַרשפּרייטער טיטול פון יואל קרויס איז אָבער סתם "יואליש", אָן אַ באַזונדערע באַצייכענונג אָדער פאַמיליע-נאָמען.

 

יואל קרויס איז 35 יאָר אַלט. ער איז געבוירן געוואָרן אין דער מאה שערים געגנט פון ירושלים, און די פאַמיליע באַלאַנגט צו דעם "הויף" פון "תולדות אהרן", וועלכע זיינען אויך באַקאַנט אַלס די "זעבראַס", אַדאַנק זייערע גאָלדענע-געשטרייפטע בעקישעס, וואָס זיי טראָגן שבת און יום טוב, און מיט שוואַרצע פּאַסן אין די וואָכן-טעג. זיין זיידע פון דער מוטערס זייט, הרב ר' משה שטערן, איז געווען דער פאָרזיצער פון דער עדה החרדית.

יונגערהייט האָט קרויס געלערנט אין חדר, אין דער תלמוד תורה, און אין דער ישיבה קטנה פון די "רבי אַרעלעך". ער האָט זיך נישט באַזונדערס אויסגעצייכנט אין זיינע לימודים, אָבער פון זיין פריהסטער יוגנט האָט מען אויף אים אָנגעוויזן ווי אַ נאַטירלעכן פירער, אַזוינעם וואָס דער מאָדערנער חינוך-לעקסיקאָן באַצייכנט אַלס "הייפּער-אַקטיוו". אַ קורצע צייט נאָך זיין בר מצוה, האָט ער זיך פאַרוויקלט אין אַ שטרייט מיט זיין מגיד שיעור אין דער ישיבה, וועלכער האָט אים באַצייכנט ווי אַ "בחור פון תל אביב", וואָס הייסט, אַ "שאַבאַבניק".

קרויס איז באַליידיקט געוואָרן און האָט פאַרלאָזט די ישיבה-באַנק. ער האָט פאַרביטן דעם ישיבה-סטענדער אויף אַקטיוויטעט אין דער אָרגאַניזאַציע "אתרא קדישא", וואָס פירט אַ העפטיקן קאַמף קעגן די אַרכעאָלאָגישע גראָבונגען, און קעגן בויען אין ערטער וואו עס געפינט זיך קברים, ווי אויך קעגן "ניתוחי מתים" אין אַלגעמיין.

קרויס און זיינע חברים פלעגן אָנקומען צו אַרכעאָלאָגישע ערטער, און מיט זייערע קערפּערס אָדער מיט שטיינער, פלעגן זיי שטערן די גראָבונגען דאָרט.

דעם הויכפּונקט פון זיינע אַקטיוויטעטן האָט ער דערגרייכט אין עלטער פון אַכצן יאָר, ווען ער האָט געקעמפט קעגן די גראָבונגען ביים "ממילא" פּראָיעקט אין ירושלים. ער האָט אָנגעפירט נישט נאָר די פּראָטעסטן, נאָר דעם גאַנצן קאַמפּיין אין אַלגעמיין. דער יוגנטלעכער, וועלכער האָט אין זיין לעבן נישט געזען קיין טעלעוויזיע-עקראַן, נישט צוגעהערט זיך צו דער ראַדיאָ, און אַפילו נישט געלייענט די אַלגעמיינע רעליגיעזע פּרעסע, האָט זיך פּלוצים אַנטפּלעקט ווי אַן אויסגעשולטער וואָרטזאָגער. ער האָט אויפגעשטורעמט טעלעוויזיע-רעפּאָרטערס, ישראלדיקע און אויסלענדישע, און האָט פאַר זיי צוגעשטעלט געשמאַקע "סקופּס" וועגן דער ציוניסטישער פּאָליציי וואָס שלאָגט די חרדישע דעמאָנסטראַנטן. די חפירות אויפן אָרט וואו עס איז געבויט געוואָרן דער "ממילא" פּראָיעקט, האָבן אים אַרויפגעבראַכט אויף דער אויבן-אָן אַרענע פון דער "עדה החרדית".

די "פרוכט" פון זיין אַרבעט האָט ער געזען אויך אויפן שידוכים-מאַרק. ער האָט געהייראַט אַן אייניקל פון הרב ר' אהרן קאַצענעלנבויגן, מרים, די טאָכטער פונעם הויפּט פון "תורה ויראה", וועלכע ווערט פאַררעכנט צווישן די מער מעסיקע קרייזן פון דער "עדה החרדית". הרב אהרן קאַצענעלנבויגן איז געווען דער גרינדער פון "נטורי קרתא". ביי יואל קרויס און זיין פרוי, מרים, זיינען געבוירן געוואָרן צען קינדער, בלי עין הרע.

אַ קורצע צייט איידער עס איז פאָרגעקומען דער אינטערוויו מיט יואל קרויס, האָט זיין פרוי מרים זיך צוריקגעקערט פון שפּיטאָל מיט אַ נייעם אינגעלע אויף דער האַנט. אין די אָפיציעלע דאָקומענטן פון משרד הפּנים, וועט דער ניי-געבוירענער אינגעלע, אזוי ווי זיינע ניין עלטערע ברידער און שוועסטער, נישט פאַרצייכנט ווערן ווי דער זון פון יואל קרויס, נאָר ווי אַ זוהן פון "מרים עפּשטיין".

און דערמיט זיינען מיר נאָך נישט פאַרטיק... די פאַרשפּרייטע קרויס-פאַמיליע דערלייגט יעדן חודש די סובסידיעס וואָס די רעגירונג גיט, "ביטוח לאומי" און "הבטחת הכנסה", אויף דער סומע פון טויזנטער שקלים. זיי ווילן נישט געניסן פון די געלטער פון דעם "טמאנעם ציוניזם און זיין מדינה".

די קרויס-פאַמיליע געניסט אויך נישט פון קיין קערפּערשאַפט וואָס שטעלט-פאָר די הערשאַפט פון מדינת ישראל, אָדער פון אַ זאַך וואָס ווערט סובסידירט פון מדינה-געלטער. ער זאָגט מיט שטאָלץ: "פאַר מיינע קינדער קויף איך ברויט וואָס איז נישט סובסידירט". די מוסדות וואו זיינען קינדער לערנען, באַקומען נישט קיין רעגירונגס-פאָנדן. אפילו אַזעלכע סאָציאַלע באַדינונגען ווי "טיפּת חלב", זיינען נישט געצילט פאַר דער קרויס-פאַמיליע.

אויסערלעך זעט-אויס יואליש קרויס ווי אַ טיפּישער "נטורי קרתאניק". אַ לאַנגע באָרד און לאַנגע פּיאות, וואָס שלענגלען זיך אַריבער די אַקסל, און אַ ריזיקער ווייסער יאַרמלקע, מיט אַ שטריקל פון אויבן, ווי עס גייען די "רבי אַרעלעך". טראָץ זיינע שאַרפסטע אויסדרוקן קעגן דעם ציוניזם און קעגן דער מדינה, אויף וועלכע ער גיסט-אויס גאַנצע עמערס מיט צאָרן און אויפברויז, איז ער אָבער אויך פריינטלעך און שמייכלענדיק, רעדנדיק איידל, מיט אַ געלאַסענעם טאָן.

אין די סוף-וואָכן קומען אין דער מאה שערים געגנט אין ירושלים טויזנטער סעקולערע און נאַציאָנאַל-רעליגיעזע טוריסטן, צו די "טישן" פון די אדמורי"ם אין דער געגנט, וואָס זיינען געוואַרן אַן איינפירונג ביי די טוריסטן, עס בייצואוואוינען. אַ טייל פון די "נטורי קרתא" לייט זיינען אויפגעברויזט דערפון, אָבער יואל קרויס אַליין האָט עס שטאַרק ליב, און האָט פאַרוואַנדלט זיין הויז אין אַ רעגולערער סטאַנציע בעת די דאָזיקע באַזוכן פון די טוריסטן. די באַזוכער קומען צו אים אַהיים, וואו ער איז זיי מכבד מיט ירושלימער לאָקשן-קוגל, און זיי הערן פון אים "אויף איין פוס" די הויפּט-אידעאָלאָגישע לערעס פון די חרדישע קנאים.

זיין הויז געפינט זיך אויף אַ שמאָל געסל פון מאה שערים, וואָס ווערט באַצייכנט ווי די "קאַסבאַ". באַלד ביים טויער פון דער גאַס ווערן די באַזוכער אַנטפאַנגען מיט אַ "סטיקער", וואָס לייענט זיך "יהודי אינו ציוני" - "א איד איז נישט קיין "ציוניסט". די שטיינערנע ווענט פונעם הויף זיינען באַהאָנגען מיט פאַרשידענע פּאַשקווילן, ביי דער זייט פון קעסטלעך אייער, באָטלעך אויל, מילך און קנאָבל. דער הויף פון זיין הויז דינט ווי אַ שפּייז-קראָם (גראָסערי), פון וועלכער ער ציט זיין פּרנסה אויף אַן אופן וואָס איז פּאַסיק צו דער אידעאָלאָגיע... די אייער, צום ביישפּיל, קומען פון אַ שומר-שבת-פאַרם אין יהודה אָדער שומרון.

וועגן די מתנחלים זאָגט קרויס: "זיי זיינען ערלעכע, יראי שמים, און דערפאַר פאַרלאָז איך זיך גענצלעך אויף זיי. אמת, פון אַ פּאָליטישן שטאַנדפּונקט זיינען זיי 'שוטים', אַזוי-גערופענע 'תינוקות שנשבו' וואס זיינען געפאַנגען געוואָרן פון דער ציוניסטישער מדינה, אָבער אין פּריוואַטן לעבן זיינען זיי ערלעך און פרום...".

אין אַן אייז-קאַסטן געפינען זיך מילך-פלעשלעך פון "טהורע" קיען, וואָס באַלאַנגען נישט צו דער ציוניסטישער "תנובה"-פאַבריק. די פּראָדוקטן ליגן אינעם הויף אָן אויפזיכט. ווען עס קומט אַריין אין הויף איינער פון די קונדן, קלאַפּט ער אויף דער טיר, און מרים קרויס קומט אַרויס. טראָץ דעם וואָס די סחורה שטייט "אָן עלעקטראָנישע קאַמעראַס, און אָן גרויסע פאַרזיכערטע שלעסער", האָט מען דאָרט נאָך קיינמאָל נישט געגנבעט אפילו איין איי...

צו דערגענצן די חיונה פאַר דער פאַמיליע, מאַכט יואליש קרויס איבער קאַסעט-טעיפּס פון שיעורי תורה, און "די עדה החרדית האָט פאַרשידענע קערפּערשאַפטן וואָס שטיצן אונדז, אַזוי ווי אַלע פאַמיליעס (אין מאה שערים). אין סך-הכל לעבן מיר באַשיידן, און מיר נויטיקן זיך אין ווייניק (געלט). פון מיין געזעלשאַפטלעכער טעטיקייט מאַך איך נישט קיין פּרנסה", זאָגט יואל קרויס.

זיין וואוינונג באַשטייט פון בלויז צוויי צימערן, וואָס דינען אַלס שלאָף-צימערן, אַ קוך, אַ סאַלאָן, פאַר אַ פאַמיליע פון צוועלף נפשות, בלי עין הרע, וואָס ווערט געפירט אויף אַן איינגעצוימטן וועג. יואליש קרויס באַטראַכט זיך אָבער נישט ווי אַ מענטש וואָס באַלאַנגט צו דעם אָרעמען קרייזן. "ברוך השם, איך פאַרמאָג אַלץ וואָס איך דאַרף", זאָגט ער. פּאַשקווילן פון די אַמאָליקע יאָרן. פּלאַקאַטן פון דער עדה החרדית, וואַרשיינלעך קעגן הרב אברהם יצחק קוק, אין די דרייסיקער יאָרן.

אין דער ספרים-שראַנק, אונטער די בענדער גמרא פונעם ש"ס, זעט מען אַ הילצערנע טיר. ווען ער עפנט די טיר, אַנטפּלעקט זיך פאַר אייערע אויגן אַ צימער אונטער דער ערד. אין דער פאַרגאַנגענהייט האָט דער צימער געדינט אַלס גרוב פון וואַסער. אַז איר קריכט אַראָפּ מיט אַ לייטער, אַנטפּלעקט זיך פאַר אייך אַ גרויסער "אוצר" וואָס איז דאָ באַהאַלטן: די גרעסטע זאַמלונג פון פּאַשקווילן איבער דער וועלט, אַן ערך פון צוואָנציק טויזנט מודעות, וואָס קרויס האָט אַראָפּגעקראַצט פון די ווענט אין זיין געגנט, במשך פון צענדליקער יאָרן.

"אַלס קינד, פלעג איך זאַמלען סטעמפּס - נישט מדינת ישראל סטעמפּס, און שפּעטער, ווען איך בין עלטער געוואָרן, האָב איך אָנגעפאַנגען זאַמלען פּאַשקווילן. היינט איז עס אויך אַ סטראַטעגישער אידעאָלאָגישער באַזיס: די אַלטע פּאַשקווילן העלפן אונדז אַרויס אין די קאַמפן (קעגן דער מדינה) און דינען אַלס גייסטיקן מקור פאַר אונדזערע קאַמפּיינס. איך פלעג זיך דרייען איבער די גאַסן מיט אַ מעסער, און אַראָפּגעקראַצט און אָפּגעשניטן די פּאַשקווילן וואָס זיינען 'אויסגעלאָפן'. איך פלעג זיי ווייקן אין וואַסער, כדי אַראָפּצונעמען די קלעבעכטס. דערנאָך האָב איך עס אויפגעהאָנגען צום אויסטריקענען, און עס באַהאַלטן. שפּעטער האָב איך אָנגעפאַנגען באַצאָלן די פּאַשקווילן-קלעבער, אַז זיי זאָלן מיר פון יעדן פּאַשקוויל ברענגען אַ פאָטאָקאָפּיע. איך בין געוואָרן אַ רעגולערער אַבאָנעמענט, נאָך אַ 'סטאַנציע' פאַר די פּאַשקווילן, אַזוי ווי די ווענט אויף וועלכע זיי ווערן געהאָנגען... אין אַ שפּעטערער שטופע האָב איך איינגעשטעלט פאַרבינדונגען מיט די אייגנטימער פון די דרוקערייען, און זיי שטעלן מיר צו אַ קאָפּיע פון יעדן פּאַשקוויל", זאָגט יואליש קרויס.

אַנדערע אין מאה שערים דערציילן אַן עטוואָס-אַנדערע ווערסיע: "אמת, אַז קרויס באַקומט פאטאָקאָפּיעס פון די דרוקערייען, אָבער נישט אַלס זאַמלער, נאָר פּשוט דערפאַר, ווייל ער איז אויך דער באַשטעלער, דער אויספאָרמירער און דער ספּאָנסאָר פון די דאָזיקע פּאַשקווילן...", זאָגן זיינע שכנים. אַ געסל אין מאה שערים

די מערסטע פּאַשקווילן ווערן אָפּגעדרוקט אויף ריזיקע פּלאַקאַטן, מיט שוואַרצע אותיות, און אין אַ מליצהדיקער שפּראַך. זיי אַנטהאַלטן אַזעלכע "קעפּ" ווי די ווערטער "שומו שמים", "הזדעזעי ירושלים" (דערציטערט זאָל ווערן ירושלים), און ענלעכע אויפרופן. דאָ, אינעם קעלער אונטער קרויסעס וואוינונג, ווערן זיי איינגעאָרדענט אין בינטלעך, לויט די טעמעס: יום העצמאות, די בחירות צו דער כנסת, דער מאַרש פון די שענדלעכע עלעמענטן (אין ירושלים), ניתוחי מתים, קברים-גראָבונגען, און צניעות. אויב איר וועט בעטן ביי יואל קרויס אַ געוויסן פּלאַקאַט, וועט ער באַלד צוגיין צו דעם פּאַסיקן אָרט, און ביז עטלעכע סעקונדן וועט ער אייך דערלאַנגען דעם פּאַשקוויל, אָן דעם וואָס ער זאָל זיך נויטיקן אין אַ קאָמפּיוטער, אָדער זוכן דעם פּאַשקוויל.

אין אַ דערנעבנדיק הויז האָט ער אויך אַ צימערל, וואָס ער האָט געדונגען ביי שכנים. דאָס איז די "הויפּטקוואַרטיר" פון דער "נטורי קרתא". דאָ ווערן פּלאַנירט די קאַמפן, און מען שיקט אַרויס די באַפעלן. דאָס איז אָבער אויך דאָס אָרט פון די פאַרשפּרייטע צדקה-וחסד-אַקטיוויטעטן מיטן וועלכע יואל קרויס פירט אָן, אָרגאַניזירנדיק באַהאַלטענערהייט פּעקלעך מיט שפּייז פאַר נויטבאַדערפטיקע פאַמיליעס, וואָס ווערן פאַרטיילט יעדן דאָנערשטיק.

נאָך אַ פונקציע וואָס דאָס צימערל דערפילט, איז וואָס עס דינט אָפּצוגעבן זיך מיט יוגנטלעכע, וואָס זיינען אַרויסגעפאַלן פון די ישיבות. קרויס, וועלכער איז יונגערהייט אַליין ארויסגעפאַלן פון אַ ישיבה, האָט באַשלאָסן זיך צו ווידמען דעם געדאַנק פון העלפן אַזעלכע יוגנטלעכע. ער זאָגט, "די היינטיקע ישיבות גייען אויף אַ וועג פון אויסגעצייכנטקייט און גערעכטיקייט. קינדער וואָס צייכענען זיך נישט אויס מיט זייערע לימודים, אָדער וואָס זיינען נישט מסוגל עוסק צו זיין אַ גאַנצן טאָג אין 'הוויות דאביי ורבא', ווערן 'אויסגעשפּיגן' אויף דער גאַס, און ווערן פאַרוואַנדלט אין 'שאַבאַבניקעס' - ליידיקגייער. אַ טייל פון זיי גייען שפּעטער ליידער אַראָפּ פון אידישן וועג", זאָגט ער.

קרויס האָט באַשלאָסן צו "אַדאָפּטירן" דעם דאָזיקן אונטערשטן שיכט פון דער געזעלשאַפט, און האָט פאַר זיי אויפגעשטעלט אַזאַ סאָרט "נאַציאָנאַלן ראַט", צו פאַרמיידן די צרה פון "חזרה בשאלה", די יוגנטלעכע וועלכע ווערן סעקולאַר. ער איז מקרב די דאָזיקע יוגנטלעכע צו זיך. ער נוצט-אויס זייערע ענערגישע כוחות פאַר פּאָזיטיווע עניינים, און פאַרוואַנדלט זיי אין די "קאָמאַנדאָ-איינהייטן" פון דער "נטורי קרתא". אינעם צימערל זיינען פאַראַן צוויי צוזאַמענלייג-בעטלעך, און דאָ געפינען אַן אָרט יוגנטלעכע וואָס האָבן פאַרלאָזט זייערע ישיבות, אָדער זיינען אַרויסגעוואָרפן געוואָרן פון דער היים. ער שטעלט-צו פאַר די דאָזיקע יוגנטלעכע נישט בלויז שפּייז און אַ געלעגער, נאָר הויפּטזעכלעך אַן אויער אויסצוהערן זייערע פּראָבלעמען. ער פירט מיט זיי געשפּרעכן, ער באַרואיקט זיי, און גלייכצייטיק שטייט ער אין קאָנטאַקט מיט זייערע עלטערן און געוועזענע ראשי ישיבה, און שטעלט-איין אַ "שלום בית" צווישן די צדדים. גלייכצייטיק זוכט ער אויס פאַר זיי אַ ישיבה אָדער אַ פּאַסיקע באַשעפטיקונג, ווי שעכטן, מגיה זיין ספרים, און דאָס גלייכן.

"איך האָב אַ חלום, אַ טרוים, אויב איך וועל פאַרמאָגן גענוג געלט, וועל איך גרינדן אַ ישיבה אין וועלכער אַזעלכע יוגנטלעכע זאָלן קענען לערנען אַ האַלבן טאָג, און אין דער אַנדערער העלפט פונעם טאָג, טאָן עפּעס הייליקע אַרבעט", זאָגט יואל קרויס.

פּונקט ווי די חז"ל זאָגן, אַז דרייסיק טעג פאַר דעם יום-טוב פּסח אָדער אַנדערע ימים טובים, האַלט מען רעדעס און מ'לערנט וועגן די "הלכות החג", אַזוי גרייט זיך יואליש קרויס צו "יום העצמאות". אַ חודש פאַר ה' אייר, וועלכן ער באַצייכנט אַלס "יום אידם", זעט מען אויף די ווענט פון די חרדישע געגנטער פּאַשקווילן לויטן נוסח פון "קראו עצרה, חגרו שק ואפר וקדשו תענית". אין די שוהלן ווערן אָרגאַניזירט טרויער-פאַרזאַמלונגען און די תפילות אין יום העצמאות זיינען ענלעכע צו די וואָס זיינען איינגעפירט אין אַ תענית ציבור.

אַז איר גיט אַ פרעג ביי יואליש קרויס, וואָס איז דער טרויער אַזוי גרויס? - וועט ער אייך ענטפערן גאַנץ איינפאַך: "יום העצמאות צייכנט-אָפּ דעם טאָג ווען די מדינה איז געגרינדעט געוואָרן, און דאָס איז דער גרעסטער אומגליק אין דער אידישער געשיכטע, גרעסער ווי דער חורבן אייראָפּע. די נאַציס ימח שמם האָבן אומגעבראַכט די אידישע קערפּערס, און די ציוניסטן האָבן אומגעבראַכט די נשמות. דאָ (אין ישראל) איז מען טאָג-טעגלעך מחנך הונדערטער טויזנטער קינדער אידישע צו שמד, רחמנא ליצלן", זאָגט קרויס.

אין "יום הזכרון" טרויערט יואליש קרויס אויך איבער דעם אָנדענק פון די געפאַלענע זעלנער, אָבער אויף זיין אייגנאַרטיקן וועג: "איך טוה מיך פאַרהוילן פון דעם פייפן (וואָס מ'פייפט אין "יום הזכרון"), ווייל דאָס איז אַ מנהג וואָס איז איינגעפירט ביי די גויים עובדי עובדי זרה", זאָגט ער.

אויך אין דעם אָנדענק-טאָג פון חורבן אייראָפּע, באַקאַנט אַלס "יום הזכרון לשואה ולגבורה", טוט ער אויסמיידן צו שטיין בעת מען פייפט, כאָטש דער זיידע פון זיין פרוי, איז אַ געראַטעוועטער פון חורבן. ער דריקט-אויס זיין ווייטיק אויפן חורבן דורך זאָגן תהלים, "אָבער נישט דווקא אין 'יום השואה', וואָס פאַלט אויס אין חודש ניסן, נאָר אין אַנדערע טעג".

אַ פּערזענלעכער פריינט פון יואל קרויס, הרב ישראל געליס, אַ פאָרשער פון דער געשיכטע פון ירושלים, זאָגט וועגן זיין ידיד, "קרויס איז טאַקע דער גרעסטער קעמפער קעגן ציוניזם, אָבער אין תוך גענומען, איז ער דער גרעסטער 'ציוניסט'... ער, זיינע עלטערן און אור-עלטערן, וואוינען אין ארץ-ישראל, וואו זיי האָבן זיך באַזעצט לאַנג איידער עס איז אַנטשטאַנען דער געדאַנק פון ציוניזם. ער האָט קיינמאָל נישט פאַרלאָזן דאָס לאַנד, און אפילו די גרעניצן פון ירושלים טרעט ער איבער בלויז כדי צו פּראָטעסטירן קעגן דער פאַרשוועכונג פון קברים דורך די ציוניסטן. ער איז אַ 'ציוניסט' אויף זיין אייגנאַרטיקן אופן; דריי מאָל אין טאָג בעט ער ביי דעם אויבערשטן 'ותחזינה עינינו בשובך לציון'...", זאָגט הרב ישראל געליס. די אַנטי-ציוניסטישע מויער פון יואל קרויס באַקומט אַ געוויסן שפּאַלט ווען מיר פרעגן ביי אים וועגן דער באַטייליקונג פון זיינע אַמעריקאַנער פריינט פון "נטורי קרתא", אין דער קאָנפערענץ וואָס דער פּרעזידענט פון איראַן, מאַכמוד אַכמעדזשינאַד, האָט איינגעאָרדנט צו פאַרלייקענען דעם חורבן פון אידישן פאָלק אין אייראָפּע.

זאָגט יואל: "איך בין טאַקע אַ שאַרפער קעגנער פונעם ציוניזם, און איך בין ביי דער מיינונג, אַז זי האָט נישט קיין שום עקזיסטענץ-באַרעכטיקונג. אָבער דאָס מיינט נישט אַז די אַראַבער דאַרפן הערשן אין לאַנד. מיר קענען נישט באַשליסן צי ארץ-ישראל זאָל זיך געפינען אונטער דער הערשאַפט פון די אַראַבער, די ענגלענדער אָדער טערקן. דאָס איז דעם אויבערשטנס געשעפט. איך בין געווען איינער פון די וואָס האָט שאַרף קריטיקירט הרב משה הירש (דעם געוועזענעם הויפּט פון דער "נטורי קרתא"), וועלכער אידענטיפיצירט זיך מיט די פּאַלעסטינער אַראַבער, און איז אַפילו דערוויילט געוואָרן צו זייער פּאַרלאַמענט".

"דער אמת איז, אַז דאָ און דאָרט האָב איך אויך געהאַט פאַרבינדונגען מיטן 'וואַקף': פאַר דעם געפּלאַנטן שענדלעכן מאַרש אין ירושלים, האָב איך זיך באַגעגנט מיטן הויפּט פון דעם שיאיטישן געריכט, ווייל איך האָב געוואָלט אַז די אַראַבער זאָלן קומען פּראָטעסטירן קעגן דעם מאַרש. אין דער פאַרגאַנגענהייט האָבן מיר מיטגעאַרבעט, ווען עס זיינען אַנטפּלעקט געוואָרן קברים אונטער דער געביידע וואו עס איז געבויט געוואָרן דער 'מוזיאון הסובלנות' נעבן דעם 'ככר החתולות' אין ירושלים. דאָרט געפינען זיך אַראַבישע קברים, און מעגלעך אויך אידישע", זאָגט ער.

"מיר פּערזענלעך וועט עס נישט באַדערן, אויב אין ירושלים וועט דינען אַן אַראַבישער מעיאָר. אדרבה, איך וואָלט פאָרגעצויגן אַזאַ געדאַנק איבער אַ מעיאָר וועלכער באַטראַכט זיך אַלס 'חרדי'. וואָס קען שוין זיין ערגער ווי דער מצב איז היינט? ליידער פאַרשטייען די אַראַבער צומאָל פיל בעסער ווי די אידן, וואָס עס מיינט רעליגיע. אין מזרח-ירושלים וועט איר נישט געפונען קיין 'באַרס' אָדער דיסקאָטעקטן, און אויב די גויאישע קראָמען און געשעפטן זיינען אָפן אום שבת, וואָס שטערט עס מיר?", זאָגט קרויס.

אַזוי ווי די אַנדערע לייט פון "נטורי קרתא", איז ער ביי דער מיינונג, אַז מען קען צוריקגעבן די שטחים פון ארץ-ישראל, און אַפילו אינטערנאַציאָנאַליזירן ירושלים, אָבער מיט דעם אַלעם, ווייטיקט ער אויף דער התנתקות פון גוש קטיף.

"פון פיזישן שטאַנדפּונקט, האָט מיר זייער וויי געטאָן צו זען ווי אידן ווערן אַרויסגעוואָרפן פון זייערע היימען. אָבער פון דער צייט, איז עס געווען פאָראויסצוזען. דער סאַטמאַרער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' יואל טייטלבוים זצ"ל, האָט געשריבן אין זיינע ספרים, אַז יעדער איינער וואָס אָקופּירט טעריטאָריעס (אין צייט פון גלות) וועט זיי צום סוף מוזן אָפּגעבן. אויך ירושלים וועט סוף-כל-סוף צוריקגעקערט ווערן, אויף עפּעס אַן אופן. מעגלעך אַז עס וועט פאָרקומען אַ דיסקוסיע וועגן דער אַלטשטאָט, אָבער ביים ענדע וועט מען עס מעגלעך אינטערנאַציאָנאַליזירן, אָבער די הערשאַפט וועט נישט זיין אונטער די ציוניסטן. איך בין פאַר אַזאַ געדאַנק. דו ווייסט פאַרוואָס די ציוניסטן זיינען דורכגעפאַלן אין אַלע זייערע קאַמפן? מיר, די 'נטורי קרתא,' קעמפן אמתדיק פאַרן אמת, אָבער זיי, די ציוניסטן, קעמפן אמתדיק פאַרן שקר".

ער שעצט שטאַרק די איבערגעגעבנקייט פון די מתנחלים אין יהודה און שומרון, אָבער ער לאַכט-אָפּ פון זייער תמימות:

"זיי האָבן געכאַפּט פון דער מדינה אַ פלאַמיקן פּאַטש אין פּנים, אָבער זיי זעצן-פאָר מיט זייער גלויבן אינעם ציוניזם, אויף אַ משונהדיקן אופן. די רבנים פון רעליגיעזן ציוניזם האָבן געפּסקנט, אַז אויף דער מדינה איז חל די הלכה פון 'דינא דמלכותא דינא', וואָס מיינט אז מ'טאָר ביי זיי נישט גנבענען אפילו אַ שקל, דורך פאַרהוילן שטייערן און דאָס גלייכן. אויב אַזוי, שענקען זיי דאָך דעם פּרעמיער דעם דין פון 'דינא דמלכותא' אַוועקצוגעבן די געגנט פון גוש קטיף!

"איך האָב דאָס אַמאָל געזאָגט צו אַ סטודענט מיט אַ געשטריקטער יאַרמלקע, און ער האָט מיר געענטפערט: 'אמת, אָבער אריק שרון האָט זיך אַוועקגעקערט פונעם וועג פון דער תורה, און צוליב דעם איז איבער אים נישט חל די הלכה פון 'דינא דמלכותא'... האָב איך אים געזאָגט: 'טעמבעל (גולם), דאָס וואָס דו ווייסט איצט, האָבן מיר פאַרשטאַנען מיט זעכציק יאָר פריער.

"ביי איינעם פון די באַזוכן ביי אַ רבי'שן 'טיש', איז אַהער געקומען אַ תלמיד פון דער ישיבה 'מרכז הרב'. איך האָב דערמאָנט די ווערטער פון 'קוק', און ער האָט באַלד פאַרריכט, אַז איך זאָל זאָגן 'הרב קוק', ווייל דאָס איז זיין 'רבו מובהק'. האָב איך אים דערציילט, אַז הרב קוק האָט געפּסקענט אַז פרויען טאָרן נישט שטימען, און אויב זיי וועלן יאָ שטימען, דאַרף מען באָיקאָטירן אַזעלכע בחירות".

"ער איז געווען דערשטוינט ווען איך האָב אים געוויזן דעם פּסק פון הרב קוק אינווייניק, און האָט פּראָבירט אַרגומענטירן, אַז 'צייטן בייטן זיך...,' און דאָס וואָס איז געווען גילטיק מיט זעכציק יאָר צוריק, גילט נישט היינט, ווייל איצט וואָלט הרב קוק זיכער אַנדערש געפּסקנט. האָב איך אים געזאָגט: 'איינע פון די דרייצן עיקרים איז, אַז 'זאת התורה לא תהא מוחלפת'. הרב קוק האָט געפּסקענט, און דו מאַכסט עס אַוועק?' די רעליגיעזע ציוניסטן קלויבן אויס דאָס וואָס עס שמעקט זיי. זיי זיינען צעטומלט, זיי האָבן נישט קיין ליניע, און ווייסן נישט וואוהין צו גיין".

יהודה משי-זהב, דער געוועזענער "קצין מבצעים" פון דער "נטורי קרתא", באציט זיך צו זיין נאָכפאָלגער, יואל קרויס, אויף אַן אינטערעסאַנטן וועג. פון איין זייט פאַרגינט ער, און פון דער אַנדערער זייט, לאַכט ער אָפּ פון אים:

"קרויס איז דער ניכטערסטער פּערזאָן צווישן די 'משוגעים', און זיין קנאות האָט אים נישט אראָפּגעפירט פון שכל... ער איז אַן אמתדיקער און אויפריכטיקער 'קנאי'. ביי אים איז אַלץ 'נטו' (נעטאָ), און נישט אַן אָנגעשטעלטע פּאָזע. ער לעבט אָן אַ 'תעודת זהות', אָן 'ביטוח לאומי', בלויז אויף ברויט און אויל... אָבער אַלס אָנפירער פון די אַקטיוויטעטן פון דער 'נטורי קרתא" האָט ער נאָך נישט באַוויזן זיינע אמתע פעאיקייטן", זאָגט משי-זהב וועגן יואל.

"איך בין געווען מער אַקטיוו, אַ גרעסערער 'באַלאַגאַניסט'. איך בין אַרעסטירט געוואָרן מער ווי דרייסיק מאָל, און איך בין באַקאַנט מיט די אַרעסט-צימערן פון 'מגרש הרוסים' (דער צייטווייליקער פּאָליצייאישער אַרעסט-הויז). איך האָב אָבער קיינמאָל נישט געהערט אז יואל קרויס זאָל האָבן געוואָרן אַרעסטירט...", זאָגט משי-זהב אין אַ טאָן פון גרינגשעצונג.

"בעת מיין קאַדענץ, זיינען מיר געווען ווילדער. נישט בלויז וואָס מיר האָבן זיך אַרונטערגעלייגט אונטער די טראַקטאָרן אויף די ערטער וואו עס זיינען פאָרגעקומען גראָבונגען פון קברים, נאָר מיר האָבן אפילו אַריינגעוואָרפן צוקער אין זייערע מאָטאָרן אין די נאַכט-שטונדן, וואָס האָבן קאַליע געמאַכט זייערע מאַשינען. מיר האָבן טעראָריזירט די פּאַטאַלאָגן, און זיי משוגע געמאַכט. אויב זיי לאָזן נישט צורו די אידישע נפטרים, וועלן זיי (די פּאַטאַלאָגן) אויך נישט האָבן קיין מנוחה. מיר פלעגן אָנקלאַפּן ביי זיי אויף דער טיר צוויי אַזייגער ביינאַכט, און ווען זיי האָבן געעפנט די טיר, פלעגן מיר אַריינוואַרפן אַ קאַסטן פול מיט מייז... מיר האָבן זיך איינגעבראָכן אינעם פּאַטאַלאָגישן אינסטיטוט, אַראָפּגעכאַפּט בילדער פונעם 'שעכט-הויז' און דערנאָך פאַרעפנטלעכט די אויפטרייסלנדע בילדער", זאָגט יהודא משי-זהב.

"יואליש (קרויס) איז מער 'מעסיק'. איך האָב געטראַכט אויף אַ 'מיליטאַריסטישן' אופן. איך גלויב, אַז אין די קומענדע יאָרן וועט ער זיך אַרויפאַרבעטן אַלס 'קמבץ', אָבער שפּעטער וועט ער זיך אויך אויסניכטערן. איך שליס נישט אויס די מעגלעכקייט, אַז אויך ער וועט אין אַ געוויסן טאָג אָנצינדן אַ פאַקל אין יום העצמאות... אין סך-הכל האָב איך אים ליב, ער איז אַ מענטש פון אַקטיוויטעט, וועלכער האָט ליב און זאָרגט פאַרן אידישן פאָלק", זאָגט משי-זהב וועגן זיין נאָכפאָלגער יואליש קרויס.

קרויס, פון זיין זייט, באַציט זיך מיט פאָרזיכטיקייט ווען ער רעדט וועגן זיין פאָרגענגער, משי-זהב:

"מיר רעדן פון צייט צו צייט, אָבער איך באַראַט זיך נישט מיט אים. ווען מען דאַרף פירן פאַרהאַנדלונגען מיט דער פּאָליציי, באַנוץ איך זיך מיט יהודאן, ווייל ער האָט מיט זיי אַ געמיינזאַמע שפּראַך. ער און זיינע מענטשן זיינען אַ טייל פונעם 'עסטאַבלישמענט', זיי זיינען אַריבער אויף דער זייט פון די פרייע... זק"א ('זיהוי קרבנות אסון' - די קערפּערשאַפט מיט וועלכער משי-זהב פירט אָן) נויטיקט זיך אין סובסידיעס פון דער רעגירונג, אָבער איך בין נישט פאַראינטערעסירט אינעם געלט פון די ציוניסטן, און איך וועל זיי קיינמאָל נישט חנפ'ענען", זאָגט יואל קרויס מיט אַ מוטיקן טאָן.

פראַגע: "פון לאָגיסטישן שטאַנדפּונקט, ווי אַזוי אָרגאַניזירסטו דעמאָנסט-ראַציעס?"

קרויס: "זייער איינפאַך. ווען מיר געפינען-אויס וועגן אַ פאַל וואו מען האָט פאַרשוועכט אַ קבר אָדער געפּאַלמעסט אַ קערפּער, שטעל איך אויף אַ 'פּיראַמיד': איך טעלעפאָניר צו צען פון מיינע פריינט, יעדער איינער פון זיי פאַרבינדט זיך מיט נאָך צען פריינט, און די הונדערט פאַרבינדן זיך מיט נאָך טויזנט... ביז צען מינוט האָבן מיר טויזנט מענטשן אויף דער גאַס. אויב עס איז פאַראַן גענוג אַ פריע וואָרענונג, קלעבט מען מעלדונגען און מען פאַרשפּרייט 'פלייערס' אויף די גאַסן, און דאַן קומען-אָן טויזנטער מענטשן. אויב עס איז אַ באַקאַנטער סקאַנדאַל, ווי דער שענדלעכער מאַרש וואָס די האָמאָסעקסואַליסטן האָבן געוואָלט דורכפירן (אין ירושלים), קענען מיר דערוואַרטן די באַטייליקונג פון צענדליקער טויזנטער".

נישט אַלע אין דער עדה החרדית זעען מיט אַ גוט אויג די פאַרבינדונגען פון קרויס מיט די ציוניסטישע אינסטאַנצן, און מיט דער פּרעסע. עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס זאָגן, אַז אויך ער גייט אויפן זעלבן וועג ווי משי-זהב. זיינע נאָענטע פריינט וואַרפן-אָפּ די דאָזיקע טענות קעגן אים. "יואליש איז נישט משי-זהב. ביידע האָבן טאַקע ענלעכע ביאָגראַפיעס, אָבער זע ווי אַזוי זיי לעבן. בעת משי-זהב איז אַ מענטש וואָס האָט הנאה פון דער גרויסער וועלט, מיט סוויטעס, אַ 'דזשיפּ' און טייערע רעסטאָראַנען, איז קרויס אַ באַשיידענער מענטש, וואָס עסט 'פּת במלח' און לעבט מיט זיינע צען קינדערלעך אין אַ קליינער וואוינונג".

 

"די ציוניסטן פאַרשטיין נישט דעם רמז"

קרויס איז נישט קיין דענקער אָדער אַ מאַן פון גייסט. ער האָט אויסגעפאָרעמטע מיינונגען און        זיין לעבן שטימט מיט זיין קנאישן גלויבן, אָבער זיין קנאותנעמט זיך בעיקר מכוח זיין חינוך און הויזגעזינט. ער איז אַ 'קמבץ' פּשוטו כמשמעו, אַ מענטש וואָס פירט-אויס זיינע פליכטן. בעת איר פירט מיט אים אַ געשפּרעך, טוט ער זיך פון צייט צו צייט ווענדן צו אַרויסדרייענדע אויפקלערונגען אָדער מיינונגען וואָס זיינען ווייט פון דער ווירקלעכקייט. אַזוי, צום ביישפּיל, איז ער נישט איינשטימיק מיט דער מיינונג אַז ווען נישט די ישראל-אַרמיי, וואָלט מאה שערים נישט עקזיסטירט (ווייל עס וואָלט נישט געווען קיין מעגלעכקייט פאַר אידן צו וואוינען אין ארץ-ישראל). "מיר קענען זיך שיין אויסלעבן אויך אונטער אַן אַראַבישער הערשאַפט", זאָגט ער מיט אַ זיכערן טאָן.

פראַגע: "וואָס איז דיין מיינונג וועגן דעם וועג ווי די רעגירונג פירט זיך, און וועגן דער לעצטער מלחמה אין לבנון?"

"אָלמערט און זיינע פריינט האָבן געמאַכט אַלע מעגלעכע גרייזן. זיי האָבן אַרויסגעשיקט אין קאַמף טויזנטער אידישע נפשות, ווי זיי וואָלט געווען שטיקלעך פלייש, מיט אומראַציאָנאַלע באַפעלן, אָבער דאָס איז לגמרי נישט קיין וואונדער. אַזוי האָבן זיך געפירט אַלע רעגירונגען פון דער ציוניסטישער מדינה, וואָס זיי זיינען בלויז פאַרשידנאַרטיקע קליידער פונעם שטן... זיי שיקן אַרויס מענטשן זיך צו באַזעצן אין די שטחים, און דערנאָך עוואַקואירט מען זיי... - אַ זאַך וואָס דער מענטשלעכער שכל איז נישט אימשטאַנד צו באַגרייפן. דאָ פּאַסירן זאַכן פון הימל. עס קומען פאָר אומגליקן, מען שיקט אונדז וואונקען פון הימל, אָבער די ציוניסטן פאַרשטייען פּשוט נישט. אַלע פּרעמיער-מיניסטאָרן וואָס די מדינה האָט געהאַט, זיינען פאַרדאָרבענע פּערזאָנען, וועלכע באַרויבן דאָס פאָלק פון זיין פאַרמעגן. ווי אַזוי קען מען דינען אין זייער אַרמיי?" פרעגט יואל קרויס.

פראַגע: "צי דו ווילסט עס אָדער נישט, געניסטו אָבער פאָרט פון דער ציוניסטישער מדינה..."

קרויס: "איך באַמי זיך, ווי מעגלעך, נישט צו געניסן פון די רעסורסן פון דער מדינה. איך נעם נישט קיין 'ביטוח לאומי', טראָץ דעם וואָס מיר וואָלטן געקענט באַקומען אַ שיינעם סכום. פאַרן וואַסער און עלעקטריע וואָס איך באַנוץ, באַצאָל איך דעם פולן פּרייז. עס איז קלאָר, אַז מ'קען זיך נישט פון אַלעם אָפּטרייסלען, עס זענען פאַראַן נאַציאָנאַלע רעסורסן. אָבער די לופט וועלכע איך אָטעם, איז פונעם באַשעפער, און נישט פון דער ציוניסטישער מדינה... דער איינדרוק כאילו איך נעם בלויז, און צאָל גאָרנישט צוריק, איז אַ פאַלשער. אפילו דאָס מיסט באַמי איך זיך אַרויסצואוואַרפן דורך אַן אַראַבישן סאַניטאַציע-אַרבעטער. 'לא מדובשך ולא מעוקצך', איך נויטיק זיך נישט אין דער טובה פון די ציוניסטן"...

פראַגע: "איז, דעריבער, נישט פאַראַן קיין שאַנס, אַז דו זאָלסט אַמאָל צינדן אַ פאַקל אין 'יום העצמאות'?..."

קרויס: "פאַר מיר איז דאָס בגדר 'ייהרג ואל יעבור'. 'יום העצמאות' איז מיין 'רויטער לעמפּל', וועלכן איך וועל קיינמאָל נישט אַריבערשפּרייזן...", זאָגט דער 'אָפיציר' פון דער "נטורי קרתא" אין ירושלים, אין אַ שטאָלצן און ווירדיקן טאָן.

~~~~~

*) דער אַרטיקל איז איבערגעזעצט פון העברעאיש אין "מקור ראשון" דורך מענדל אַדלער




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2007 17:32 לינק ישיר 

נישט צו פארטוישן מיט הרה"ח ר' יואליש קרויס ז"ל וועלכער איז לעצטענס אוועק, און איז אויך געווען באקאנט אלס קנאי נלהב, א תלמיד מובהק פון רבי עמרם בלוי זצ"ל, וואס ער פלעגט יעדן טאג זאגן אז היינט איז ר' עמרם'ס יארצייט ווייל ר' עמרם איז יעדן טאג געווען גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פאר השי"ת

ר' יואליש ז"ל איז געווען א ברודער מיט יבלחט"א הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א אדמו"ר בלאנדאן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > יואליש קרויס דער "קמב"ץ פון דער עדה החרדית באַוועגונג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext