געשמאקע וואקאציע מקומות צו פארן זומער
זומער איז דער זמן ווען מען גייט ארויס אביסל זיך אפרוען. א מענטש מוז זיך פון צייט צו צייט נעמען אפרוה און אפשטעלן פון טאג טעגליכן הלוך ילך.
רוב אידן פארן אין קאנטרי, וואס איז אפשר וואקאציע פאר די פרויען און קינדער אבער ווייט דערפון פארן מאן וואס נאך א שווערע וואך ארבעט מוז ער זיך ארויסשלעפן צו די קאנטרי א דריי שעה אדער מער, און קוים וואס ער האט צייט זיך אפרוען פון דעם לאנגן וועג, דארף ער זיך צוריקדרייען און ווייטער זיצן אין טרעפיק פאר נאך א פאר שעה, און וועט אפי' נישט האבן די מעגליכקייט זיך אנצולאנען שעפן פרישע כוחות פאר די קומענדיגע פאר ארבעט'ס טעג.
איך האב אלס געהאלטן אז אויב שוין יא וואקאציע זאל מען, אנשטאט אויסגעבן אזויפיל טויזנטער פאר די קאנטרי, נעמען דאס געלט און פארן אויף א שיינעם רעזארט ארט פאר א פאר וואכן, און דאס קען אנגערופן ווערן וואקאציע.
עס פעלט נישט מקומות ווי צו פארן, און עס קאסט פיל ביליגער, אריינגערעכנט א האטעל און הוצאות הדרך.
ווער עס ווייסט פון א גוטן און ביליגן מקום מנוחה, זאל מקיים זיין דעם אל תמנע טוב מבעליו און מהנה זיין א איד.
|
|