| נשלח ב-5/6/2007 04:19 |
|
| |
צייטשריפט פאראייניגט יאסעלע שוכמאכער מיט זיינע סאטמארע אויסבאהאלטער
א מעכטיגע דערגרייכונג פאר אזא יונגע אויסגאבע:
די היימישע אויסגאבע צייטשריפט, וואס האט הערליך באשריבן די פרשה פון יאסעלע שוכמאכער די לעצטע פאר וואכן, האט די לעצטע וואך געסקאורט מעכטיג ווען עס איז זיי געלונגען צוזאמצוברענגען יאסעלע מיט זיינע סאטמארע אויסבאהאלטער, די משפחת גערטנער, וואס האט אים אויסבאהאלטן ביז ווילאנג די ש.ב. האט אים געכאפט.
צייטשריפט האט באצאלט די קאסטן פון ארויסברענגען יאסעלע פון ארץ ישראל און אים אויפהאלטן אין האטעלן. דעם פארגאנגענעם שבת האט צייטשריפט צוזאמגעברענגט יאסעלע און די משפחת גערטנער אין רילעקס אין, וואו עס איז פארגעקומען גאר אן עמאשענעל באגעגעניש.
ווי איך הער איז יאסעלע געווען שרעקליך גערירט זיך צו טרעפן מיט די גערטנערס, מיט וועמען ער האט געפראוועט א שבת אינאיינעם צום ערשטן מאל אין צענדליגער יארן. ער האט זיך דערמאנט די זיסע זכרונות פון זיינע קינדערישע יארן און האט אויסגעדרוקט זיין באדויער אז ער איז אוועקגעריסן געווארן פון די גמרא, און אויפגעצויגן געווארן אלס א פרייער איד.
אין די צייטשריפט די וואך וועלן זיי מעלדן די גאנצע געשיכטע מיט אלע קליפערלעך.
תוקן על ידי ziskeit ב- 05/06/2007 4:17:46
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2007 17:56 |
|
| |
אינטערעסאנט אז דער המודיע און יתד האבן געוואוסט אז מען מעג ארויסשרייבן דעם נאמען ווער עס איז געווען דער פאקטישער צוזאמברענגער צווישן דעם היסטארישן יאסעלע און זיינע אלטע באהאלטער, אבער אונזערע היימישע צייטונגען, דער איד און דער בלאט, וואס אויך זיי האבן פארשטאנען אז עס איז שטארקע נייעס און האבן עס ברייט באריכטעט, האבן זיי זיך אבער אינגאנצן נישט וויסנדיג געמאכט פונעם צייטשריפט.
קוקט דא ווי נארמאל די טריפה'נע צייטונגען באשרייבן א צווייטן איד, און געבן דעם קרעדיט פאר וועם עס קומט זיך.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2007 19:59 |
|
| |
Hamodia is an english newspaper and doesn't find the tzaitshrift a direct competition
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2007 22:30 |
|
| |
דיפלא, דא האלט איך אז דו ביסט נישט גערעכט.
דער המודיע וואלט קיינמאל נישט געגעבן קרעדיט פאר'ן יתד, אויב וואלטן זיי עפעס אויפגעדעקט וכדו'.
אלזא, ס'איז נישט קיין וואונדער אז דער איד און דער בלאט האבן נישט געגעבן קיין דעקונג פאר'ן צייטשריפט.
גראדע איז עס א שטארקער פובליסיטי געווינס פאר'ן צייטשריפט אז דער איד און דער בלאט ציטערן פון זיי, וואס דאס ווייזט ווי שטארק צייטשריפט איז געווארן זייט עס האט אנגעפאנגען ארויסצוקומען.
|
|
|
|
|